transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'האט דאך גערעדטו עטלעכע מאלך, ווי מ'האט פון דעם שווער, אז יעדער ענין איז א השגחה פרטית, ובפרט ן ענין וואס איז פארבונדן מיט א מצוה, ובפרט אויב די מצוה איז א מצוה כללית, ווי די מצוה פון נישואין, וואס דאס איז דאך א מצוה אויף לדורי דורות.
¶2דאס הייסט, אז פון די נישואין איז דאך פארבונדן ניט נאר אן ענין אויף זמן ההוה אדער אן ענין פון דעם דור נאר דערנאך איז דאך דא דער דור ישרים יבורך פון ”בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות”, במילא איז דאך דאס א מצוה וואס דא איז פארבונדן לדורי דורות, איז על אחת כמה וכמה,
¶3אז אפילו די פרטים שבזה איז דאס 'בהשגחה פרטית'.
¶4דער ענין פון חנוכה סטאגט ער דאך אין רמב אז אחוץ דערויף וואס ס'רעדט זיך אין וועל הניסים, אז ס'איז געווען דער רבים בית מעטים איז די מלחמה געווען דערפאר וואס רצו להשכיחן פירתך ולהעבירם מחוקי רצונך איז רעכנט ער אויס בפרט אין רמב אז ”פשטו ידיהם בממונם ובבנותיהם”.
¶5דאס הייסט, אז זיי האבן אנגערירט ניט נאר דעם ענין פון ממון נאר אויך דעם ענין פון גוף און נפש, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט חיי המשפחה, וואס דערפאר זאגט מען דאך, אז ”אף הן היו באותו הנס” אז דער נס איז געווען ניט קלענער בנוגע צו נשים בפרט ווי דער ענין פון 'כלל ישראל'.
¶6במילא איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז אין דעם הודאה וואס ס'דארף זיין על הנס איז דאס אויך פארבונדן מיט אן ענין וואס דאס איז אויך אן ענין כללי, און וואס דאס איז פארבונדן מיט תהרת עם ישראל וואס דאס איז דאך א הכנה סיי אויף א גאולה פרטית, אויף א גאולה בזמן פרטית, ווי אויך אויף א גאולה כללית, וואס דאס איז בביאת המשיח.
¶7וואס דערפאר זאגט דאך די משנה אין יומא, אז ”אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרים ומי מטהר אתכם” און ער ברענגט אראפ דעם פסוק פון דער גאולה העתידה לבוא, וואס דערפון ברענגט מען דאך א הוכחה, אז די גאולת כלל עם ישראל הענגט דאס אפ פון טהרה.
¶8וואס דערמיט ווערט אויך פארענטפערט, דער נס פון חנוכה איז דאך געווען וואס ”לא מצא אלא פך אחד” חתן ”בחותמו של כהן גדול ולא היו בו להדליק יום אחד ונעשה בין נס והדליקה שמונה ימים” ביז וואנענט מ'האט באקומען שמן טהור.
¶9פרעגט מען דאך אויף דערויף די שאלה, די נרות המנורה במקדש איז דאך דאס אן ענין פון עבודת ציבור, און עבודת ציבור האבן איר א כלל, אז צומה איז תחוי' בציבור דאס הייסט, אז אויב מ'קען דאס ניט אויספירן אין אן אופן פון טהרה,
¶10מעג מען דאס טאן אויך בטומא, ווארום מצד קדושת עם ישראל איז ”השוכן אתם בתוך טומאותם” וואס דערפאר איז עניני ציבור איז דאס אויך די סך פון טהר ובטומא, אט ווי ס'לאזט זיך פירן, אבי דאס איז אן ענין פון ציבור פון 'כלל ישראל'.
¶11איז דאך ניט פארשטאנדיק, וואס האט מען געדארפט האבן דעם נס, אז מ'זאל געפינען דעם פך של כהן גדול ס'זאל זיין אויף דער ערשטער נאכט.
¶12און דערנאך זאל מיט דעם שמן ווערן א נס, אז מ'זאל קענען צינדן לייכטן מיט אים ביז וואנענט מ'וועט געפינען שמן טהור, אז מ'וואלט זיך סיי-ווי סיי-געקענט אנצינדן די מנורה, אפילו מיט די שמנים וואס זיינען געווען בהיכל און זיינען ניט געווען חתומים בחתמים של כהן גדול.
¶13ס'איז דא אזוינע וואס ווילן דאס פארענטפערן, אז אויב דער שמן וואלט געווען ניט קיין טהור מ'דארף דאך דעם שמן דארף מען דאך אריינגיסן אין דער מנורה, איידער מ'צינדט דאס אן.
¶14בשעת מ'גיסט אריין דעם שמן בלתי-טהור אין א מנורה, כאטש אפילו די מנורה וואלט געווען א טהורה ווערט די מנורה תמור פון דעם שמן וואס מ'האט אהינצו אנגעגאסן.
¶15וויבאלד אז די מנורה ווערט א תמוה אויף דערויף ווייס אים איר שוין ניט, צי דעמאלט קען מען איר לכתחילה מחנך זיין אז זי זאל זיין א מנורה אין בית-המקדש, צי ניט, דערפאר וואס אט דעם כלל וואס מ'ויר האבן א סתומה תחוי' בציבור האנדלט זיך דאס וועגן בשעת מ'האט אין בית-המקדש מיט די אלע כלים וואס זיינען א שייכות דערצו, און מ'דארף מערניט ווי טאן די עבודה.
¶16בשעת די יבנים זיינען אריין אין בית-המקדש, אבער ס'איז דאך דעמאלט ”ובאו באו פריצין וחילולוה” האבן זיי דאך מטהמי געווען די אלע ענינים וואס זיינען געווען אין בית המקדש, במילא איז אויך ניט געווען קיין מנורה.
¶17וואס דערפאר זאגט דאך די גמרא, אז די חשמונאים האבן געדארפט מאכן א נייע מנורה, אדער דאס איז געווען של מתכת אדער דאס איז געווען של עץ, אבער בכל אופן ס'איז געווען א נייע מנורה.
¶18וויבאלד אז דאס איז געווען א נייע מנורה, איז דאך דער דין פון כלי שרת איז, אז דורך וואס ווערן זיי כלי שרת?
¶19איז בשעת משה רבינו איז דאס געווארן דורך שמן המשחה, דערנאך איז דער דין, אז עבודתם מחנכתם דורך דערויף וואס מ'פראוועט דערמיט אן עבודה ווערט דאס דעמאלט א כלי שרת.
¶20און וויבאלד אז אט די מנורה איז נאך ניט געווען קיין כלי שארות זי האט ערשט געדארפט ווערן א כלי שארות דורך דער עבודה גופא, דאס לערנט מען דאך אפ פון דעם אופן ווי אזוי ס'איז געווען אנטקעגן משה רבינו בא שמן המשחה, וואס דערפון לערנט אפ די גמרא, אז מכאן ולהבא איז דאס געווען דורך עבודה האבן איר דאך ניט קיין הוכחה, אז דאס קען אויך אפגעטאן ווערן מיט א כלי טמא,
¶21דערפאר וואס דעמאלט האט זיך געהאנדלט וועגן כלים טהורים, איז דאך מערניט וואס דער אונטערשייד, אז בשעת בא משה רבינו איז דאס געווען דורך שמן המשחה, מכאן ולהבא איז דאס געווען דורך עבודה, אבער די כלי אליין דארף דאך זיין בדוגמא אזוי ווי די כלי איז געווען בשעת משה רבינו.
¶22משא"כ אט די כלי וואס האבן געמאכט חשמינאים איז זי נאך ניט געווען קיין כלי שערות, און זי איז געקענט טמא ווערן דורך דעם שמן טמא, נאך איידער אין איר האט מען געמאכט אט די עבודה.
¶23וואס דערפאר זוכט מען דאך אן עצה, אז די מנורה זאל ניט מקבל-זיין טומאה, האט מען דאך איר געמאכט של עץ, איז דאך ידוע אבער אויף דערויף די קשיא, אז דעם שמן האט מען דאך געדארפט אריינגיסן אין א כלי קיבל, און א כלי קיבל דארף זיך מקבל טומאה זיין.
¶24און קיין אונטערשייד ניט צי דאס איז געמאכט געווארן פון עוד צי דאס איז געמאכט געווארן אין אן אנדער אופן.
¶25דער תירוץ שטייט אויף דערויף, אז אף על פי כן האט מען זיך באווארנט, דערפאר וואס אויף כליות איז דא א כלל, אז ווען איז דאס מקבל טומאר, אויב דאס איז א דבר המטלטל.
¶26אויף דעם נרות זאגט די גמרא, אז זי דארף שטיין נוכח השולחן לערנט אפ די גמרא, אז ונקט אזוי ווי דער ער האט געדארפט זיין תמיד-אט אזוי זאגט דער ראביד, איז אויך דער דין פון דער מנורה, אז איר דארף מען ניט מטלטל זיין, ס'איז ניט כלי יץ העשו לטלטל, און ”כלי יץ העשו לנחת” ס'איז ניט מקבל טומא, אויב אפילו ער האט אין זיך א כלי קיבול.
¶27במילא קומט דאך אויס, אז אפילו מצד המנורה האט מען דאס אויך געקענט מאכן מיט שמן טמא, בלייבט דאך די קשיא פארוואס האט מען געדארפט האבן דעם גאנצן ענין הנס סיי-ווי סיי האט מען געמאכט ליכטיק דעם בית-המקדש.
¶28שטייט אויף דערויף די הסברה, אז אזוי ווי דאס האט זיך געהאנדלט וועגן חנוכת המזבח און חנוכת בית-המקדש דאס איז געווען א 'דבר חדש' לאחר ווי ס'איז בטל געווארן די קדושה וואס בא ובא פריצין רפינלוה האט דער אויבערשטער באוויזן פון בא� אז אויב אפילו על פי שולחן-ערוך האט מען געקענט געפינען א היתר אן א נס איז כדאי ביי דעם אויבערשטן באווייזן א נס,
¶29אבי אידן זאלן טאן א מצוה יסודית מיט א טהרה, און ניט אז ס'זאל זיין אין דערויף אריינגעמישט ענינים ”של היתר, אפילו” א היתר פון שולחן-ערוך.
¶30וואס איז די הוראה אויף ניסים בכלל, און בפרט אזעלכע וואס חזר'ן זיך איבער מיט די שנה בשנה, מאכט מען א ברכה, ”שעתה לנו נסים בימים להם” בזמן הזה וואס איז די הוראה איצטער אויף איצטיקע צייטן?
¶31אז בשעת מ'קומט צוגיין צו א אידן, און מ'זאגט אים, אז דו האסט א היתר על פי שולחן-ערוך, מצד כמה וכמה סיבות פירן זיך אין א וועג וואס דאס איז טאקע ניט קיין דרך טהור, דאס זיינען הכל מודים,
¶32מצד דעם מצב לפי שעה, און מצד די תנאים מיוחדים וואס ס'איז דא קענען מיט דיר ארויסגעפינען א היתר על שולחן ערוך, אז די מעגט זיך אזוי פירן, ביז וואנענט דו וועסט באקומען שמן טהור?
¶33זאגט מען אויף דערויף, אז אויב דאס אנדלט זיך וועגן אן ענין וואס איז פארבונדן מיט אמונה, אדער וועגן אן ענין וואס איז פארבונדן מיט טהרת הבנות, מיט טהרת המשפחה, ובכלל מיט אן ענין וואס איז פארבונדן מיט שעת הגזירה,
¶34אפילו דאס זאל זיין פשוטו ידיהם בממונם וויבאלד אז דאס וויל מען מאכן א גזירה, להאויר על דעת איז דעמאלט טויג ניט אויב אפילו מ'קומט צוגיין און מ'ברענגט א ראי' פון היתר על-פי שולחן-ערוך,
¶35דערפאר וואס דאס איז ניט אויסגעהאלטן, דאס איז געזאגט געווארן בשנים כתיקונם, און ווען דאס האנדלט זיך ניט וועגן שעת הגזירה אויב מ'וויל להויר על דעת אפילו אין א פרט קטן ביותר איז אט דעמאלט דארף מען האבן מסירת-נפש אפילו אויף אן ענין וואס מ'קען על-פי דוחה געפינען א היתר על-פי שולחן-ערוך,
¶36און די הוראה אויף דערויף איז ארויסגעגעבן געווארן אין דעם נס פון חנוכה, וואס על-פי דין האט מען געקענט מאכן ליכטיק אפילו אין בית-המקדש מיט שמן טמא, האט דער אויבערשטער באוויזן א נס מיוחד, און האט געזאגט, אז דער עיקר א נס איז אויף זמן הגלות, ווארום ”בזמן שבית המקדש הי' קיים” איז אט דעמאלט איז דא די נרות פון בית המקדש, וואס דאס איז שבעה נרות.
¶37דער רמב"ן ברענגט דאך אראפ פון מדרש, אז דער עיקר מצוות הנרות וואס מ'האט געזאגט ”בהעלותך את הנרות” צו אהרן'ען, וואס אויף דערויף זאגט ער דאך אין מדרש, אז מ'ה מיינט מען דאס די נרות חנוכה?
¶38גיט מען מיט אידן אויף זמן הגלות א הוראה כללית, אז מ'פארלאזט זיך אויף די וואס זוכן פאר אייכעט ורים על פי שולחן-ערוך בשעת הגזירה, און מ'וויל זיך איינשמועסן אז דאס איז א נערכתא דמתנה און אז דאס איז אן ענין וואס איז טומד חוי' בציבור וכו' וכו איז זאלט וויסן זיין,
¶39אז ס'איז דא א הוראה מלמעלה, אז כבשום של ישראל דרוקט זיך אויס אין דערויף וואס מ'האט מסירות-נפש אפילו אויף א פרט קטן, אבי ניט אפרייסן זיך פון דער קדושה און פון דעם פארבונד וואס א איד האט מיטן אויבערשטן.
¶40און אט דעמאלט איז מען אויך מובטח, מ'באווייזט דאך ראיות, אז מצד דעם מצב פרטי קען מען ניט דורכפירן, אז מ'זאל זיך איצטער פירן מיט אלע דקדוקים ווי תורה וויל,
¶41און ס'זאל נאך זיין בטהר ובהידור ווארום דאס האלט ניט דורך לפי מצב הזמנים, מ'איז דאך מערניט ווי מיאתים און מ'איז דאך יוסקי תורתך במילא איז מען דאך בטלנים און יענע זיינען מקורבים למלכות און האבן דעם כח גיבורים און זיי זיינען דער רב במילא מוז זיך דער מיעוט אונטערווארפן, איז פונקט אזוי ווי בימים ההם איז נמצא ”וגיבורים ביד חלשים”
¶42ורבים בעט מעטים. פארוואס?
¶43דערפאר וואס דאס האט זיך געהאנדלט פון איין זייט סודים און די צווייטע זייט איז געווען ”עוסקי תורתך” איז אויב מ'איז זיך נאר עוסק אין דער תורה עליבא דאמת, און מ'ווייס אז דאס איז תורתך דאס איז דעם אויבערשטנ'ס תורה, במילא טאר מען ניט גיין אויף פשרות, און מ'דארף ניט זוכן קיין היתרים,
¶44און נאכמערער מ'איז מובטח, אז אויב מ'וועט גיין אין אזא ווע איז אט דעמאלט אויך בזמן הזה פירט זיך דאס אויס בפועל, אז בשעת מ'שטעלט זיך אפילו אויף א פרט קטן, און מ'זאגט, אז אויב די כוונה איז,
¶45אז דורך דערויף וויל מען מען מאכן וויינטער פון אידישקייט, איז מיר קיין נפקא מינה ניט צי דאס האנדלט זיך וועגן א בענדל אויפן שולח, צי דאס האנדלט זיך וועגן דערויף וואס מ'דארף וועגן דעם חינוך וואס מ'דארף אריינלייגן אין קאפ גייך מיט א גלי
¶46ניט קוקנדיק וואס איך בין דער מועט און דער חלש און ווען ניט ווי אזוי איך קאל דאס דורכזעצן בפועל, האט מען אויך דעמאלט די הבטחה, אז ס'וועט זיין דער 'ועל הניסים' וועט דאס זיין ניט נאר שעשר לאבותינו, נאר דאס וועט אויך זיין לנו בזמן הזה.
¶47און די התחלה אויף דערויף איז, אז בשעת מ'גייט מייסד זיין א בית בישראל וואס דערפון קומען דערנאך ארויס דורות ודורי דורות דארף דאך דאס אנהויבן מיט אן ענין פון מסירת-נפש, אפילו אויף א פרט קטן ביותר.
¶48און אט דעמאלט גיט דער אויבערשטער הצלחה, אז מ'פירט דאס אויס ברוחניות, און אז דאס איז ממשיך א תוספת ברכה והצלחה אויך אין גשמיות כפשוטו, בבני חיי ומזוני רויחי, אז דאס הויבט זיך אן בשעה טובה ומוצלחת, און מ'איז ממשיך די הצלחה על כל השנים כולם בדור ישלים יבורך.