transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דא נאך א פרט וואס דער אלטער רבי שרייבט דארט אין דער זעלבן אגרת פארבונדן מיט זיין גאולה, וואס האט א הדגשה מיוחדת אויך בנוגע לזמננו און צו די מאורעות פון די לעצטע יארן.
¶2און דאס איז, צוזאמען דערמיט וואס ער שרייבט, בנוגע אז די גאולה איז געווען נא צוזאמען מיט דעם עיקר לכאורה וואס ער האט באקומען די מעגלעכקייט אויף להפיץ תורתו, צוזאמען מיט לימוד הנגלה דתורה, אויך אין לימוד החסידות, בכל קצוי המדינה, און דורך דערויף אויך בכל קצוי תבל,
¶3ביז אז ווי דאס קומט אראפ אין דורותינו אלו אין אן אופן פון פעולה נמשכת, כמדובר לעיל בארוכה.
¶4אויך, אז דאס איז נוגע, אז אידן'ס הנהגה דארף זיין אין אזא אופן פון ”אל יבוש מפני המלעיגים” ניט נאר מלעיגים בבני ישראל חס ושלום, אפילו מלעיגים פון די עמים שבסביב להם, וואס דאס איז דאך ”שבעים זאבים” לגבי ”כבשה אחת”, און אף על פי כן,
¶5וואס מ'ווייס אז ס'דארף זיין והתפללו שלום העיר און ”דינא דמלכותא דינא” וואו ס'ריקט ניט אן קיין ענין פון יראת שמים דארף ער זיך פירן אף על פי כן אין אן אופן פון ”אל יבוש מפני המלעיגים”
¶6פון די פאר וועלכע ער איז מתפלל לשלומם וכו בשעת זיי זיינען מלעיק און ווילן אנרירן אן ענין וואס ס'איז היפך השולחן-ערוך, אדער על כל פנים ניט על-פי שולחן-ערוך איז ער אויך דארטן מדגיש,
¶7אז ס'איז געווען דער ענין פון קידוש שם הקב"ה אין אן אופן אז מ'האט דאס געזען אפסי ארץ און עמי הארץ און שרי המלוכה, וואס דאס איז אויף פארשטאנדיק ופשוט אז דאס מיינט מען ניט אידן.
¶8דערנאך איז ער מוסיף, אז בזכות וואס עמדו לנו איז דאס פארבונדן מיט דעם זכות פון 'ארץ הקודש'.
¶9און ווי גערעדט אין א פריערדיקע התוועדות, דאס איז דאך א בריוו וואס איז נתפרסם געווארן במדינה ההיא, און איינע פון די נקודות העיקריות פון דעם כתב אשמה, פון דער באשולדיקונג, וואס ס'איז דעמאלט געווען אנטקעגן דעם אלטן רבי'ן, אז אזוי ווי ער האט געשיקט געלט אין ארץ ישראל,
¶10אויף אויפהאלטן דארטן די כוללות און די מעמדות, אז אידן זאלן קענען זיצן און לערנען תורה און מקיים-זיין מצוות מתוך מנוחה, מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס דעמאלט איז געווען תחת ממשלת פון טערקיי, און טערקיי איז דעמאלט געווען אין א מצב פון היפך השלום מיט רוסלאנד,
¶11במילא האט מען דאס אריינגעשטעלט אין כתב האשמה פון די מלשינים, אז ער איז מסייע דעם סולטן, דעם מושל פון טערקיי, אנטקעגן דעם צער, אנטקעגן דעם מלך פון רוסלאנד.
¶12ניט קוקנדיק אויף דערויף, איז גלייך בא דעם ערשטן אדער צווייטן בריוו, אז ער האט געשריבן און ס'איז געווארן נתפרסם האט ער ניט נאר ניט געלייקנט, אז ער האט געשיקט אהינצו געלט,
¶13און מ'דארף אנקומען צו דער הסברה, אז דאס מיינט מען די אידן, און דערפון וועט ניט זיין קיין סיוע צו דעם טערקישן מלך וכיוצא בזה, וואס ס'איז דאך ווערט דאך א שאלה מיט א קשיא, מיט א תירוץ, און די קשיא איז לכל לראש ווערט זי דאך נתקבל והראי'ס איז געווען דער מאסר,
¶14און דער תירוץ איז מהיכא תיתי איז פונדעסטוועגן האט ער גלייך ניט געוואלט פארהאלטן דעם אמת, און האט אין דעם זעלבן בריוו, וויבאלד אז דאס איז אן ענין עיקרי,
¶15אויך מודיע געווען, אז דער זכות וואס ס'איז בייגעשטאנען אז ס'זאל זיין א גאולה, און א גאולה אין אן אופן פון ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי”, אז מיט אים צוזאמען זיינען ניצול געווארן אויך רבים, וואס דאס איז דאך אויך איינער פון די פירושים אין ברבים היו עמדי בכלל,
¶16ובפרט לויט ווי די גמרא אין ברכות טייטשט דאס אפ, אז דערפון לערנט מען אפ מתפלל אים הציבור פון דעם פסוק פון דעם פסוק ”פדה בשלום” וואס סיומו איז ברבים היו עמדים אז זיי זיינען צוזאמען מיט אים ניצל געווארן ”רבים צריכים לו” און האט מדגיש געווען אין דער אגרת,
¶17אז ער האט געשיקט אהינצו סיוע און דער זכות איז אים בייגעשטאנדיק.
¶18וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו ארץ ישראל הרוחניות, וכידוע דער מאמר רבותינו נשיאינו מאך דא ארץ ישראל וואס איינער וואס איז אויסגעקומען ביים צמח צדק אז ער דארף ניט עולה זיין צו ארץ ישראל,
¶19און יענער האט געמאנט אז ער וויל עולה זיין לארץ ישראל האט אים דער צמח צדק געענטפערט מאכט דא ארץ ישראל אין דעם ארט וואו ער געפינט זיך.
¶20ס'איז דאך דא די וואס תא נהם מבקשי מ'וויל אלעמאל האבן עפעס א ראי' ווי מ'האט געפרעגט אויך בא דעם אלטן רבי'ן, מ'וווז האבן אויף דערויף א ראי' פון נגלה, איז דאך דא דער מפורש אין מאירי פון סוף כתובות, וואס דארטן רעדט זיך וועגן איסור היציאה פון ארץ ישראל,
¶21און דערנאך וועגן יסור היציאה פון בבל שרייבט דארט דער מאירי, אז בכל מקום וואס ס'איז דא תורה ויראת שמים איז דאס בדוגמא פון ארץ-ישראל, און מ'טאר פון דארט ניט ארויסגיין, וואס דערפאר איז געווען דער יסור כל היוצא מבבל וויבאלד אז דעמאלט איז דארט געווען דער מקום התורה ויראת שמים.
¶22וואס אט דא האט מען בפירוש אין מאירי וואס כשמו כן הוא, וואס ער איז מאיר בכמה וכמה ענינים, בפרט אין 'עניני התשובה', וואס אויף דערויף איז דאך דא א חיבור גדול משלו, און הלואי וואלט מען אים געלערנט, וואלט מען צוגעקומען כמה וכמה ענינים וואס מ'האט זיך ניט געדארפט דינגען וועגן זיי.
¶23על כל פנים בהנוגע לעניננו, אז יעדער איד האט דאך זיך די שליחות, אז דארט וואו ער געפינט זיך זאל ער מאכן דערפון ארץ ישראל, און ווי ער טייטשט דאס אפ אין מדרש ”למה נקרא שמה ארץ שרצתה לעשות רצון קונה” און מ'טייטשט דאך אין דעם שרצתה צוויי פירושים, אז זי האט געוואלט,
¶24און דער וועלן איז געווען אין אן אופן פון ריצה מיט לויפן ”לעשות רצון קונה” בזריזות, וואס דאס באווייזט דאך אויף חביבות הענין, אז ער טוט דאס ניט א ממלא חובתי,
¶25נאר וואס דען ער טוט דאס 'בשמחה ובטוב' לבב, און דאס ווערט אנגערופן ישראל ווי ער טייטשט דאס אפ אין דער סדרה וואס ער האט געלייענט און געלערנט ערב י' טס כסלו, אז פארוואס ווערט דאס אנגערופן ישראל כי שרית אים אלקים ואים אנשים ותוחם.
¶26אז ער ווערט ניט נתפעל פאר אנשים, און ווערט ניט נתפעל אפילו פאר מלאכים, וויבאלד ער האט א ציווי פון דעם אויבערשטן, איז אט דעמאלט גייט ער לבטח דרכו,
¶27איי וואס ער געפינט אויפן וועג א מלאך וואס 'עמד כנגדו', אדער על אחת כמה וכמה אנשים גייט ער ווייטער, ניט רעכענענדיק מיט זיי, און ער האט די ברכה והבטחה און ס'ווערט מקויים בפועל, אז ותוכל וואס דערפאר ווערט ער אנגערופן על שם זה בשם ישראל.
¶28וכתורת הבעל שם טוב, אז דער שם פון א מענטשן, ”אשר יקראו לו בלשון הקודש”, גיט דאס ארויס דעם תוכן און אויף דערויף הענגט אפ דער קיום און דעם חיות פון דעם מענטשן, כמדובר בארוכה כמה פעמים ווי אויך פארשטאנדיק פון שער היחוד והאמונה צו דעם בעל הגאולה.
¶29וואס דאס איז אויך דער לימוד פאר כל אחד ואחד בנוגע צו 'ארץ הקודש' זיינע, וואס דאס איז זיינע ד' אמות, און נאכמערער זיין חלקו בעולם, אז וואו ער האט צוטאן מיט וועלט דארף דארטן זיין ניכר, אז ער מאכט פון דעם חלקו בעולם,
¶30מאכט ער א ”רצתה לעשות רצון קונה” און דאס איז אין אן אופן פון צריתם אלקים ואנשים ותוכל מ'ווערט ניט נתפעל פאר מלעיגים און פאר די וואס שטעלן זיך אנטקעגן וכו מיט אלע פרטים וואס קען זיין אין מלאכים אדער אנשים וואס זיי זיינען ניט מתאים לדרך התורה ומצוותי'.
¶31בשעת ס'קומט צו א מעמד ומצב וואס איז אויך נוגע צו ארץ ישראל כפשוטה, וכמדובר כמה פעמים, אז אף על פי וואס מ'געפינט זיך אין זמן הגלות, וואס דעמאלט איז דאך ”גלינו מארצנו” דערפאר ווערט דאס אנגערופן בשם גלות איז מען אבער גלייך מדגיש אז דאס איז ארצנו.
¶32אמת טאקע, אפי א איד וואס געפינט זיך קען זיין אז ער געפינט זיך בקצווי תבל, איז דאס אבער ארצנו ער האט א חלק אין ארץ-ישראל.
¶33וכמדובר כמה פעמים, אז דאס קומט אויך אראפ בנוגע לדין בפועל, בנוגע צו פרוסבול, וואס דאס איז דאך א זמן גרמאס, און מ'געפינט זיך דאך אין שנת השמיטה, וואס צו א פרוסבול דארף מען דאך האבן קרקא, איז דאך דא פון די גיונים וואס זאגן אויף דערויף דעם טעם, אז יעדער איד האט א קרקע בארץ ישראל.
¶34און ניט נאר סתם א משהו, נאר א שיעור קרקע ווי איין נוסח אמו א צווייטער נוסח ד' אמות על כל פנים א שיעור חשוב ”אין ארצנו הקדושה” כפשוטה, ווארום דא גייט דאך ניט אן רוחניות אליין, צו א פרוסבול דארף מען האבן קרקע בפשטות.
¶35איז זייענדיק בקצוי תבל איז ער א פולער באלעבאס אויף ער איז אין ארץ-ישראל, ואדרבא, כלכלתו זוהי תקנתו וויבאלד אז איצטער ווייס מען ניט צו וועלכן שבט מ'געהערט, אחוץ כהנים ולויים,
¶36וואס זיי איז דאך ”אין להם חלק” בארץ ביז די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט וועלן זיי אויך באקומען חלק בארץ, כמבואר בפוסקים, איז אחוץ זוי ווייס מען דאך ניט צו וועלכן שבט מ'געהערט,
¶37על אחת כמה וכמה אפילו אז ער האט א מגילת היוכסים וואס ער קען זיך אויף דערויף פארלאזן, ווייס ער דאך ניט אין דעם חלק פון דעם שבט גופא וואס פאר א שטח פון די עםות געהערט צו אים, איז מצד דערויף איז כלכלתו זוהי תקנתו זאגט ער א דיעה, און דארף זאגן א דיעה, אויף גאנץ ארץ ישראל.
¶38און אויב ער זאגט ניט איז ער מבקיר, רחמנא ליצלן דאס איז ניט דער פשט, אז וויבאלד אז ער זאגט ניט איז מערניט וואס ער ווארט אז מ'וועט אים קומען צוגיין און פרעגן איז ער מחוייב צו ענטפערן.
¶39די אחריות פון ארץ ישראל ליגט אויף יעדער אידן, אין וואס פאר אן ארט, אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך ניט געפינען דערפאר וואס דאס איז ארץ וואס בחר בה הקב"ה און האט אויסגעקליבן מבין העמים עם ישראל,
¶40און האט געזאגט אז ”ארץ שבחר בה” גיט ער דאס אפ לעם שבחר בו, און האט זיי געמאכט אז זיי זאלן זיין שומרים אז די ארץ ישראל זאל זיין ווי ארץ ישראל דארף זיין.
¶41וואס דאס איז בכל השנים כולם, על אחת כמה וכמה אין שנת השמיטה, וואס דעמאלט איז זיך נאכמער מודגש די הבדלה ואפרשה צווישן 'ארץ הקודש' און חוץ-לארץ, על ידי עניני שביעית ושמיטה,
¶42ביז וואנענט כאמור לעיל, אפילו עמי הארץ זעען אז מ'האט קויפט בא זיי תבואה וכיוצא בזה די אלע סימנים וואס זיי זעען א שינוי,
¶43אז דאס איז ארץ ישראל און דאס וואס געהערט צו אידן, דערפאר איז דאס מחוייב אז ס'זאל זיין שבת להוי במילא איז ”שש שנים, משא'” כן ובשנה השביעית, וואס דעמאלט דארף זיין אן אנדער הנהגה, און ער זעט אויך קלאר, אז וואס פאר א שטח אין ארץ ישראל געהערט צו אידן גיט ער א קוק, אין שנת השביעית פאלן אפ אלע ספיקות!
¶44ס'איז ניט שייך טראכטן צי דאס איז כבוש צי דאס איז משוחרר, מיט די אלע ענינים וואס היפך האמת, ווארום דאס איז היפך ”תורת אמת” איז דאס היפך האמת אויך בנוגע צו ניט-אידן אז ס'קומט שנת השביעי, שטייט דאס בהדגשה,
¶45אפילו די וואס כאילו ווילן זיי איינרעדן אימעצן, אויף דעם שטח דארף מען יא אפגעבן, און בא דעם שטח דארף מען זיך האלטן, בשעת מ'פרעגט ביי זיי וואו ער נוהג ענין פון שביעית?
¶46גייט צו א רב און פרעגט ביי אים, קומט ער צו שיקט ער צו דעם רב און הייסט דעם רב זאל אים זאגן וואס מ'דארף פארקויפן און וואס מ'דארף ניט פארקויפן.
¶47און בשעת דער רב ווייס וואס ס'שטייט אין שולחן ערוך, וואס דעמאלט מערניט ווי דעמאלט איז ער דאך א רב זאגט ער אז ארץ ישראל לגבולותי אז די אלע שטחים, כולל די אלע ענינים וועגן וועלכע מ'קריגט זיך, כאילו ווי דאס איז פארבונדן מיט שלום וכיו' בזה,
¶48וואס בשעת תורה זאגט אז ס'איז היפך השלום קען דאס ניט זיין אז דאס איז שלום, און וויבאלד אז דאס איז תורה וואס ניתנה ”לעשות שלום בעולם” איז דאס היפך השלום, וואס וואס היפך שלום איז ווייס מען וואס דאס איז.
¶49אל תפתח פה במילא דארף מען דאס גאר ניט אנרופן בשמו ס'איז אין נוגע לכאן כלל.
¶50וואס אט דעמאלט, אז ס'קומט צו 'ארץ הקודש', וואס ”זכות עמדה לו”, צו דעם בעל הגאולה, ס'איז דערגאנגען צו אונז די ידיעה, און בפרט נאך אז ס'קומט דער יום הגאולה שלו,
¶51וואס ”הימים האלו נזכרים ונעשים” ווי דער אריז"ל טייטשט דאס אפ, און דאך איז דא ברענגט דאס, ס'איז דאך געווען א פוסק בישראל אז בשעת ”הימים האלו נזכרים” אז מ'דערמאנט זיי ווי ס'דארף צו זיין, איז אט דעמאלט נעשים טוען דאך אפ די ענינים ווי ס'איז געווען בפעם הראשונה, וואס אויף דעם פעם הראשונה דערמאנט מען זיך,
¶52איז אט דעמאלט האט מען די עוררות און די התודדות ”ביתר שאת וביתר עוז”, אז מ'זאל וויסן זיין, אז ווי אזוי איז מען מקדש מי יתברך דאס איז ניט אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א הידור, ס'איז ניט אן ענין וואס איז פארבונדן מיט חס ושלום בהנוגע צו ניט מקיים זיין א שבועה,
¶53וואס איז אן ענין וואס איז נוגע צו קיום ארץ ישראל לגבולותי און דער זכות שטייט ביי, אז מ'זאל ארויסגיין פון מאסר בכלל, כולל אויך דעם מאסר הגלות.
¶54און מ'האט אט די הוראה פון א מעשה בפועל, פון דעם בעל הגאולה, וואס גלייך נאך דערויף ווי מ'האט אים באפרייט, וויסנדיק אז אין כתב העשמה שטייט אז ער האט געשיקט אהינצו געלט, האט ער גלייך דארט אריינגעשריבן, אז דער שיקן געלט איז געווען אן ענין של מצוה,
¶55וויבאלד אז ס'איז געווען אן ענין של זכות ומצוה איז א דבר פשוט אז ער האט דאס געדארפט טאן, ניט רעכענענדיק זיך מיט קיינע ענינים.
¶56און אט דאס וואס די מלשינים האבן גערעכנט, אז דורך דערויף וועט מען דעם קענען לאבד חינו ער זאל פארלירן דעם חם בעיני המלכות, און דערפאר זאל בלייבן דער מאסר מיט די הגבלות שלאחרי המאסר איז געווען פונקט פארקערט,
¶57אט די הנהגה מיט דעם תוקף מיט דעם זכות איז אים בייגעשטאנען אז ס'זאל זיין שרי המלוכה זאל משחרש זיין מיט דעם גאנצע חירות ניתנה לו אויף ללמד תורתו ולעפיץ תורתו בכל קצוי המדינה.
¶58וכמדובר לעיל די הוראה בזה בהנוגע לפועל, אז ס'איז דאך דא אזוינע וואס יעדער ענין וויל מען דאך אנטאן אין אן איצטעלע של יראת שמים, הויבט זיך אן א טענה פון דאבל לאיילטי אזוי ווי מ'געפינט זיך אין ארצות הברית, במילא דארף מען דאך פאלגן דעם משל המדינה,
¶59במילא דארף מען ביי אים פרעגן ווי מ'דארף זיך פירן, בפרט נאך אז ס'איז דא דער ”דינא דמלכותא דינא” איי וואס ס'קומט צוגיין שולחן ערוך און זאגט אז על פי שולחן ערוך געהערט ארץ ישראל צו אידן, און דאס געהערט צו אידן לגבולותי ווי די גבולות זיינען אנגעוויזן אין ”תורת אמת”, וואס זי איז אויך תורת חיים הוראה בחיים.
¶60און דערצו קומט נאך צו אן ענין עיקרי, כמדובר כמה פעמים, אז ס'ווערט א דין אין הלכות שבת, וואס זיי זיינען דאך נאכמער בתקפם אין א שנה שכולה שבת ווי היינטיקן יאר, וואס דאס איז שנה השביעית, אז אפילו אז ס'וואלט געווען א שטח וואס דאס איז חוץ לארץ,
¶61בדוגמא ווי די שטחים וואס אין סיני, וואס זיי זיינען מחוץ לגבול, ס'איז אבער דארטן די סכנה, שמע תפתח הארץ לפניהם אפילו מערניט שמע, און אפילו מערניט ממשמע שינו בעים, און אפילו בשעת זיי זיינען מדגיש אז זיי ווילן אריינגיין מערניט אין אן אופן הראי,
¶62און נעמען מערניט ווי קשוי טבע, און דערנאך גייען זיי אוועק למקומם איז דארף מען אום שבת נעמען נשק און שטעלן זיך בכל התוקף,
¶63און דאס ווערט א דין בנוגע צו חוץ לארץ, ובנוגע לכל הזמנים, ניט קוקנדיק אפילו ווי ער שטייט אין יראת שמים,
¶64האט ער דא דעם זכות ווי עס זאל ניט זיין הנהגתו 'בלימוד התורה' ובקיום המצוות, האט ער דעם זכות דאך שטעלן זיך מיט א תוקף אין אן ענין עיקרי פון תורה ומצוותי
¶65פיקוח נפשות ווארום דאס רעדט זיך וועגן תפתח הארץ לפניהם און ער שטעלט זיך בתוקף פאר די שטחים אין סיני וואס ס'איז דא די סכנה רחמנא ליצלן שמע תפתח הארץ אדער תפתח הארץ על אחת כמה וכמה די שטחים וואס זיי זיינען אין גבולות ארץ-ישראל.
¶66און אט דא ווערט די שאלה וואס טוט מען מיטן דאבל אוי על תי ער דארף פאלגן ”דינא דמלכותא דינא” זאגט מען אויף דערויף די צוויי ענינים.
¶67”דינא דמלכותא דינא” איז כל תוקף, מערניט אין ענינים וואס זיי זיינען ניט נוגע צו שולחן ערוך.
¶68בשעת דאס איז ניט על-פי שולחן ערוך פאלט אפ דער דין פון ”דינא דמלכותא דינא”.
¶69ויתרו מזור, און נאך מערער, אט דאס וואס ”דינא דמלכותא דינא” איז דאס ניט ער דארף מקיים זיין דעם דין דערפאר וואס דאס איז דינא דמלכותא, ער דארף מקיים דעם דין דערפאר וואס דאס ווערט א דין אין חושן משפט.
¶70וואס דאס איז תורת משה, וואס ”משה קיבל תורה מסיני” פון דעם אויבערשטן, וואס אין דערויף איז אויך כולל ווי דער רמב"ם שרייבט אין הלכות מלכים, אז ער זאל דאס דערנאך איבערגעבן צו ניט-אידן דאס וואס געהערט צו ניט-אידן,
¶71און דערפאר איז ער מקיים דינא דמלכותא.
¶72איז דאך דערפון בפשטות פארשטאנדיק, אז ס'איז ניט שייך זאגן אז דאס זאל זיין בסתירה צו אן ענין פון שולחן ערוך, וויבאלד אז פארוואס איז ער מקיים דינא דמלכותא?
¶73דערפאר וואס דאס ווערט א דין אין שולחן ערוך.
¶74בדוגמא ווי דאס וואס מ'זאגט, אז בשעת א רופא מומחא זאגט בנוגע צו שבת ויום הכיפורים אז פלוני בן פלוני דארף מען טאן די מלאכה מסויימת בשבילה, און אט דעמאלט איז דער דין אז מ'דארף טאן די מלאכה,
¶75ואדרבא דורך דערויף קומט מען נאך צו אין שמירת שבת, דאס ווערט א דין אין הלכות שבת, ווי מבואר אויך בארוכה אין אחרונים, ווי אזוי אין אזא פאל, איז עשיית המלאכה ווערט א דין ”אין קדושת שבת”,
¶76איז ניט דערפאר טוט ער דאס דערפאר וואס דער דאקטער האט אזוי געזאגט ער טוט דאס, וויבאלד אז דער דאקטער האט אזוי געזאגט ווערט דאס דערנאך א דין אין שולחן ערוך, און פארוואס טוט ער דאס?
¶77דערפאר וואס שולחן ערוך האט דאס אזוי אפגעפאסן.
¶78על דרך זה בהנוגע צו עניני בטחון, אז בשעת מ'פרעגט ביי א מומחה לעניני בטחון, און ער ענטפערט ”אומן לא מראה אומנתו” איז קיין נפקא מינה ניט ווי ער פירט זיך אין שאר ענינים, וויבאלד אז מ'האט די חזקה וואס לא מראה אומנתו בכלל,
¶79ובפרט אין א ”מילתא דעבידא לגלוי” און ער זאגט, אז דער ענין איז אז דאס איז נוגע אין תפתח הארץ לפניהם איז דאס דערנאך פארוואס טוט ער דאס?
¶80ניט דערפאר וואס דער גנעראל, דער מומחה, האט אזוי געזאגט, דערפאר וואס דאס איז א דין אין שולחן ערוך, הלכות שבת, שימות סימן שכף ט, סיף זיין אז מ'דארף זיך פירן באופן כך וכך.
¶81און דערנאך איז מען נאך מוסיף, אז דו טראכסט זיך איבער וואס וועט זיין דערנאך, אז דו וועסט זיך טרע פון דעם ניט-אידן וואס ביי אים קומט אויס אנדערש,
¶82און וואס ער וויל אז דו זאלסט אויך לוחץ זיין אויף ארץ ישראל, אז ער זאל טאן אנדערש, און דו דארפסט אנקומען צו זיינע א טובה אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן כבשלומה לכם שלום וואס מ'דארף צו זיי אנקומען ווארום מ'געפינט זיך אין זמן הגלות, תחת שרעו של מדינה זו.
¶83ביז וואנענט אז מ'דוקא האט צו אים אנקומען ער זאל אויך ארויסהעלפן אין אן ענין פון ארץ ישראל זאגט אט די מעשה פון א מעשה בפועל, אז בשעת מ'זאגט בגלוי ווי דער אמת איז, אז דאס איז א מצוה בתורה,
¶84ובפרט נאך א מצוה וואס איז פארבונדן מיט פיקוח נפש, איז אפילו אז ס'איז דא רחמנא ליצלן מלשינים וואס קומען צוגיין און זיינען חותר נגד התורה,
¶85במילא אויך נגד 'ארץ הקודש', און נגד קדושת העם און קדושת התורה און קדושת הארץ און זיינע מלשינים, האבן זיי דעם זעלבן סיום ווי ס'איז געווען דעמאלט, אז ס'ווערט אינגאנצן בטל די מלשינות.
¶86ואדרבא, ווי מ'האט דעמאלט כידוע דער סיפור אז ער האט נאך מוסיף געווען אין ”עניני חסידות, עניני לימוד” התורה ומצוותי ביז וואנענט כידוע אויך דער סיפור,
¶87אז איינער פון די הויפט מלשינים פלעגט דערנאך ארומגיין ירד מנחתיו מיט אלע ענינים שאין כאן המקום להאריך בזה, און פלעגט ארומגיין יו טס כסלו און בעטן, אז מ'זאל אים משתף זיין און געבן פון משקה, און האט גע'טענה'ט אז דורך אים איז צוגעקומען א יום טוב ביי אידן.
¶88וואס על דרך זה, בשעת מ'שטעלט זיך מיט תוקף אויף ווי תורה הייסט, ניט מצד ”כחי ועוצם ידי”, און מ'שעמט זיך ניט און מ'זאגט ווי דער אמת איז, אז וויבאלד אז תורה האט אים אזוי געהייסן, איז גיט ער אים אפ דעם גאנצן תואר הכבוד און זאגט אים, אז די בייבל זאגט אז ער דארף טאן פארקערט ווי זיין מיינונג איז פון דעם מושל המדינה.
¶89ואדרבא, דאס איז דער זכות וואס ס'וועט צוברענגען צו תוקף המדינה, נוצר צום עיקר וואס דאס וועט צוברענגען צו דעם תוקף פון ארץ ישראל און עם ישראל, און צו יעדער אידן, אויך צו די אידן וואס געפינלן זיך לעת עתה בגשמיות אין חוץ לארץ.
¶90וואס דאס איז אויך בהנוגע למעשה בפועל מ'געפינט זיך אין א זמן מוזר, מיט א מצב איום ונורא, ס'איז דערגאנגען צו אזא הנהגה, ווי גערעדט פריער, אין כללי השס, א כלל וואס איז לכאורה ניט מובן, אז א זאך וואס ס'איז ניטא אויף דערויף קיין תירוץ פרעגט מען לכתחילה די קשיא ניט.
¶91דארט איז געווארן אזא הנהגה, אז ס'איז גאר וויפל מ'זאל זיך ניט מאטערן אויף געפינען א תירוץ קען מען אויך ניט געפינען קיין תירוץ.
¶92וכמדובר בארוכה די ידיעות וואס ס'איז געווען בשעת מ'איז געקומען אין וואשינגטאן, און מ'האט דערציילט אז מ'גיט אפ די מעיינות פון דער נאפט אין עלמא וכיוצא בזה, ועל דרך זה אין אנדערע שטחים האט מען זיך דארט געוואונדערט, היתכן, ווי טוט איר דאס אפ אזא מין זאך?!
¶93קיינער האט זיך ניט געריכט, אפילו מצרים, אז מ'וועט מקיים זיין אט דעם תנאי, וואס מ'האט אים לכתחילה ניט געהאט קיין כח אויף חתמ'ענען, דערפאר וואס דאס איז אנטקעגן יעדער אידן וואו א איד זאל זיך ניט געפינען, אז מ'האט אים גע'חתמ'עט האט דאס גע'חתמ'עט אזא מין וואס ס'איז ניט קיין בעל-הבית אויף אפגבן, דערפאר וואס דאס איז ניט זיינע,
¶94ס'איז ”לה' הארץ ומלואם” ”וברצונם נטלה מהם ונתנה לנו” אף על פי אז דאס איז ניט אין גבולות ארץ ישראל, איז דאס א חלק אין חוץ לארץ, וואס ער איז מגין אויף ארץ ישראל, אויף ניט צולאזן כפתח הארץ לפניהם חס ושלום.
¶95און אין דערויף גופא האט מען געטאן א דבר מבהיל מ'שיקט ארויס שלוחים אויף מאכן א דאלער, צען דאלער, הונדערט דאלער, טויזנט דאלער, און מ'מאטערט זיך, און מ'מאכט אסיפות, און מ'האלט רעדערס, און מ'גייט ארום על פתחי גבירים אפילו על פי סחדים צוזאמענקלייבן געלט,
¶96ס'איז געווען א זמן קבוע וואס מ'האט געדארפט אפגעבן דעם שטח אפילו לדעת הטועים, א טועים מיט א ט' און א טועים מיט א ת' האט מען זיך מקדים געווען און מפסם געווען, אז מ'גיט דאס אפ מיט חדשים פאר דערויף,
¶97די נחמה וואס מ'האט געמאכט דערצו, און וואס דערפאר וויל מען דערפון מאכן א הישג וואס וועט מקרב זיין דעם שלום, אז מ'האט א הבטחה אויף פאפיר,
¶98וואס אין דער הבטחה האט מען געזאגט, אז פון די נאפט וואס מ'וועט ארויסנעמען פון דעם קבל, וואס דער קבל איז אנטדערט געווארן דורך אידן, און מ'האט אהינצו געבראכט מכונות די מאשינערי אויף אידישע געלט, און מ'האט דארטן אויפגעבויט די גאנצע בעה' ב' טישקייט מיט אידישע ידיעה, על ידי אידישע מומחים,
¶99וועט מען טאן דער ”חסד לעומים”, אז מ'וועט זיי צוריק פארקויפן אט די נאפט וואס מ'וועט פון דארט ארויסנעמען, אויב מ'וועט באצאלן מיט ”ארבע מאה שקל כסף עובר לשוחר” מיט מזומן, און באצאלן טייערער וויפל מ'קען קויפן במקום אחר,
¶100און וואס מ'האט שוין געמאכט דער חשבון וויפל מיליאנען לילות דאס וועט קאסטן פאר די צוויי חדשים וואס מ'האט זיך מקדים געווען, דער כל הענין איז געווען נגד פון דעם רצון און פון דער תקוה פון וואשינגטאן וחברותי,' ווארום זיי אליין ווילן ניט אז מצרים זאל ווערן צו שטארק,
¶101ווארום דעמאלט וועט זיי ניט דארפן אנקומען צו ארצות הברית, א טעם פשוט וגלוי.
¶102און מ'האט זיך איינגעשפארט מיט קשה ערב וואס מ'דארף אים אויסנוצן אויף ”אל יבוש מפני המלעיגים” קשה ערב אנטקעגן שכל הפשוט, אנטקעגן שכל הישר, נוסף על העיקר אנטקעגן שכל התורה.
¶103און מ'האט דאס אפגעגעבן, און ניט נאר סתם אפגעגעבן, אפגעגעבן מהדרין מן המהדרין מיט ”חידשים קודם הזמן”,
¶104און מסביר אז דאס דארף באווייזן אז אידן זיינען רייט ווי שלום.
¶105דאס הייסט רייט ווי שלום על חשבון פון א סכנה, רחמנא ליצלן, פון אידישע נפשות ב”כל רגע ורגע” קען מען אויפהערן פארקויפן.
¶106אין יעדער לירי וואס מ'גיט אפ גיט מען דאס אפ אין ”חסד לעומם חטאת”.
¶107און וואס מיט אט דער לראה האט מען איר געקענט נוצן אויף ענינים פון תורה, יראת שמים, בטחון, מיט אלע ענינים, וואס הכל מודים אז מ'דארף דאס טאן.
¶108וואס נוסף וואס על כללות הענין האט זיך קיינער ניט גערירט, און מ'האט דאס געזאגט בפירוש אז מ'האט זיך ניט גערירט, און מ'האט דאס געזאגט א בא-כח פון דער ממשלה, און ער איז געקומען צופארן צוריק,
¶109און דערנאך האט מען געמאכט א גא� און געמאכט דערפון אז דאס איז אן ענין וואס באווייזט וואס אידן זיינען אזא מין טייערע פאלק, אז זיי זיינען עד כדי כך רוטה ושלום מוכן צו באצאלן הונדערטער מיליאנען לילעות פאר די נאפט וואס געהערט צו אידן, נאר וואס דען זיי האבן דאס אליין אפגעגעבן ברצונם, אן קיין לחץ,
¶110אויף דערויף איז ניט געווען קיין לחץ מערניט ווי א געשריבענער פאפיר, וואס מ'האט לכתחילה געזאגט אז מ'האפט אז מ'וועט דאס ניט מקיים זיין, ניט ניט מקיים זיין מצד אהבת מרדכי, נאר כאמור, זיי ווילן ניט האבן אז מצרים זאל ניט דארפן אנקומען צו ”חסד לאומים” פון וואשינגטאן אדער לאנדאן וכיוצא בזה.
¶111און דערנאך קומט צו דער עיקר בדבר, דער געשריי האט געהאלפן עכ' פנים וואלט דאס געווען ווי בשעת דער מצב איז געווען ווען מ'האט גע'חתמ'ט דעם חוזה האומלל, וואס ווערט אנגערופן נאך על שמו של דוד,
¶112וואלט מען נאך געמאכט דעמאלט א גאנצן באנקעט, און מ'וואלט צוזאמענגערופן אלע שרים מיט רבנים און מ'וואלט זיך אפגעגעבן מזל-טוב, און מ'האט געהייסן מאכן חילולא וחינגא אויך אין חוץ-לארץ, ווי ס'איז געווען בשעת מ'האט גע'חתמ'עט דעם פאפיר וואס האט געבראכט רחמנא ליצלן אן אומגליק אויף אידן, און אן אומגליק, להבדיל, אויך אויף גויים.
¶113און הלואי זאל זיך ענדיקן מיט די אומגליקן וואס מ'האט געווען ביז איצטער הי' לא תהי וואס מ'מאכט דערפון א שעה שטיל מ'זאל וועגן דערפון ניט רעדן, ביז וואנענט ס'כאפט זיך ארויס א ניט-כי ניד א כרספדם דרוקט וועגן דערויף אפ אין טעמס,
¶114האט מען קיין ברירה ניט און מ'איז דאס מגלה, און דערנאך איז ”מצוה גוררת מצוה” דער צווייטער ענין, דער גרעסטער וואס ס'האט געקענט זיין דער דורכפאל מיט שכם.
¶115וואס מ'האט גע'טענה'ט די גאנצע צייט, אז מ'זאל וויסן זיין אז שכם געהערט צו אידן.
¶116ס'איז דא די געציילטע ערטער אין ארץ-ישראל וואס מ'האט דאס אפגעקויפט און דאס איז פארשריבן געווארן, און פארשריבן געווארן אויך אין דער בייבל, וואס אויך אומות העולם, אנערקענען אז דא� וואס פון די געציילטע ערטער איז אויך שכן, נחלת יותר,
¶117ווי אויך געלערנט אין דער סדרה וואס מ'האט ערשט געלייענט ערב י' טז כסלו.
¶118האט מען גע'טענה'ט די גאנצע צייט, פארוואס לאזט מען ניט א אידן באזעצן זיך אין שכן?
¶119ניט ניט ניט אידן לאזן ניט, אידן לאזן ניט!
¶120און מ'נוצט אויס דעם ”קשה עורף”, אט דער מסירת-נפש וואס איז דא בטבע פון יעדער אידן, נוצט מען דאס אויס אויף ניט צולאזן א איד זאל זיך באזעצן אין שכם, א איד זאל זיך באזעצן אין חברון, א איד זאל זיך באזעצן אין ירושלים העתיקה, מיטן גאנצן שטורעם מיטן תוקף,
¶121און ווי גערעדט כמה פעמים, אין ירושלים העתיקה זאגט ער אין דער בייבל, ווי זיי רופן דאס אן, אין תנך, אז דוד המלך האט דאס אפגעקויפט פון אראבנא המלך און האט גענומען געלט ביי אלע שבטים, איז דאס געווארן א נחלה וואס אינה נחליקת לשבטים.
¶122וואס דאס איז ניט ירושלים החדשה ומרוצה וחוץ לחומה דאס איז דוקא ירושלים העתיקה.
¶123מיטן הר הבית, מיטן מקום המקדש, מיט כל הענינים מיטן ארום שבזה.
¶124על דרך זה בהנוגע צו חברון ”ארבע מאות שקל כסף אבר לשוחר”, על דרך זה בהנוגע צו שכם, איז דאס געווען א דורכפאל מיט די הנהגה בנוגע צו זיי מיט יארן צוריק, מיט חדשים צוריק,
¶125איז דאס נאך ניט געווען מספיק, איז געווען דער גרעסטער דורכפאל אויף פארלירן לגמרי דעם פנים מיטן תוקף, מיט ”גאון יעקב” מיט ”קומה זקופה” מיט אלע לשונות וואס מ'קען אויף דערויף אנרופן די פאסירונג וואס איז געווען די לעצטע עטלעכע טעג מיטן מאור פון שכן!
¶126אדער מ'הויבט ניט אן, אדער אז מ'הויבט אן פארענדיקט מען, האט מען אנגעהויבן מיט דער חלישות וואס ואני בעינינו כחגבים און דערנאך האט מען מרמז געווען ”ממקום פלוני כך וכך”, האט מען זיך געדונגען אהין, געדונגען אהר,
¶127און ס'איז דערנאך אויסגעקומען דער סיום, אז מ'האט ארויסגעשריבן א פאפיר בארוכה מטעמים אהין, הסברות אהר, וואס אלע ווייסן אז ניט דאס איז דער מצב, ניט דאס איז דער טעם!
¶128דער איינציקער טעם איז פון 'ונהי בעינינו כחגבי' און דערצו קומט נאך צו דער הצדקה, ווי גערעדט אמאל בארוכה וואס ס'שטייט אין ספרי מוסר, אז בשעת דער קלוגינגער האט שוין ניט קיין אנדער הסברה, בשעת ער וויל פועל זיין ביי א אידן ער זאל טאן א 'דבר היפך' רצון ה זאגט ער אים, ער האט א היתר מפורש מן התורה, פון גמרא,
¶129די גמרא זאגט אז ”עבר ושנה” איז נעשה לא כהתר!
¶130וויבאלד אז ער טוט דאס צום דריטן מאל, איז ניט ער טוט אן איסור, נאר די גמרא זאגט אז ער טוט א היתר, ווארום לו איז דאס כהיתר.
¶131וואס דאס איז גוט בשעת מ'זאגט א פתחות, און ס'רעדט זיך וועגן פארענטפערן א שאלה וואס איין ישיבה בחורה דינגט זיך מיט א צווייטן, לחידודא.
¶132דא רעדט זיך וועגן א ענין פון פיקוח נפשות, און די אלע הסברות וואס מ'שרייבט, אז ער האט געזאגט כך וכך, און דערנאך האט ער מבטיח געווען אז ער וועט דאס שרייבן בכתב אויך, איז געווען שוברי בצידו גלייך ווי ער איז געקומען אהם, האט מען געמאכט הילולא וחינגא, און מ'האט געמאכט דעם פירוש הדברים,
¶133און מ'האט מפרסם געווען וואס דאס מיינט, וואס ער דארף מפרסם זיין מיי אלע פארשטייען דאס, אפילו דער וואס קלייבט זיך ניט פאנאנדער, ער האט נאך ניט זוכה געווען ווערן א מנהיג אהל,
¶134און ער האט ניט געווען קיין מיניסטער, אפילו ניט קיין וויצע מיניסטער.
¶135וכאמור, דאס איז די לעצטע עטלעכע טעג, ניט גענוג דער דורכפאל מיט עלמא, וואס יעדער טאג צאלט מען די לירות וואס מ'קלייבט זיי צוזאמען על פתחי נדיבים,
¶136און וואס זיי דארפן אוועקגיין אויף דברים טובים ונכונים וישרים וצודקים מיט אלע ענינים שבדבר, און מ'גיט דאס אפ פאר דעם נעף וואס געהערט אידן,
¶137וואס א איד האט געהייסן צו געבעטן צי אנגעזאגט ווי דארט איז געווען דער סדר אז מ'זאל דאס אפגעבן די ניט-אידן, און מ'זאל דאס אפגעבן מיט צוויי חדשים פריער, און מ'זאל אנהויבן צאלן די געלט פון די נדבות פון צדקה וואס מ'האט צוזאמענגעקליבן, זאל דאס אריינגיין אין יענער קשר' ענין.
¶138אין דער קשר' ענין וואס ער שטייט שוין בקשר מיט סבד רוסלאנד, וואס שאין הכל כל מפורסם וואס דאס איז איינע פון די טעמים וואס וואשינגטאן האט דאס ניט געוואלט, כדי זיי דארפן אנקומען צו וואשינגטאן, און ניט זיי זאלן פירן בא זיך די פרייקייט, אז זיי קענען זיין פארבינדן זיך מיט ביידן, און פון ביידן באקומען עזר,
¶139און יעדע איינעם סטראשן מיטן צווייטן, און מ'פארשטייט דאך, הי' לא תהי ווי דאס קען רחמנא ליצלן זיך אויסווירקן אויף דעם מעמד ומצב אין 'ארץ הקודש'.
¶140און דער צרה בזה, איז נוסף וואס אין פוצה פה ומצפצף ס'איז דורכגעגאנגען גלאטיק, אין נבואה ער האט געוואלט עפעס געזאגט א ווארט האט ער אים געהייסן שווייגן און דערביי איז דאס געבליבן, אז מ'האט אפגעזידלט אין וואשינגטאן מאכט ער דערפון שש תיל,
¶141און מ'איז דאס ניט מפרסם, על אחת כמה וכמה אז דאס האט ניט קיין ווירקונג אויף די פעולות און אויף דער הנהגה, גלייך נאך דערויף איז געקומען דער צווייטער ענין, און איצטער גרייטן זיך צו ווייטערדיקע ענינים, און מ'טוט דאס אן אן אןיצטעלע של יראת שמים נתח ”ישראל לא ישקר”,
¶142'לא ינחם ולא ישקר' מ'האט גע'חתמ'עט א פאפיר, בסי ס'האט גע'חתמ'עט א פאפיר?!
¶143דער צד שכנגד האט מפיץ געווען דעם פאפיר אין די ערשטע שעות לאחרי דערויף ווי מ'האט דאס גע'חתמ'עט, און ער זאגט בפירוש אכלתי ואוכלו און בשם מי האט מען דאס גע'חתמ'עט.
¶144וכאמור, דאס איז אן ענין וואס רחמנא ליצלן דאס איז ”מצוה גוררת מצוה”, און ווי דער המשך אין דער משנה איז וואס ס'טוט א היפך המצוה.
¶145און איצטער דערגאיינצט אזא מין מעמד ומצב, מ'האט דאך שוין ניט באלד וועגן וואס צו דינגען, ווארום יענער איז בפירוש א תובע הכל, נאר וואס דען ער שטעלט אונטער א צווייטן,
¶146און פון דער זייט איז מען מסייע, דערנאך קומט מען צוגיין צו אידן תמימים אין ארצות הברית, וואס זיי פארשטייען איז זיי האבן געהערט פון דעם ניט-אידן אין וואשינגטאן, אז ס'איז געווען דער גרעסטע
¶147און אז דורך דערויף שטעלט מען אין סכנה ווי אמעריקאנער גניראלן האבן געזאגט, ניט ארץ ישראל דינקען, און אפילו ניט אידישע, און געזאגט דברים ברורים, און מ'האט דאס אפגעדרוקט אויך, און מ'האט דאס געזאגט דעם בא-כח פון ארץ ישראל וואס ס'איז געקומען אהערצו נושא חן זיין בעיניך,
¶148במילא אז ער וועט גרייט געבן נאך און נאך, און יענער טענה"ט מיט אים, מ'וויל ניט אז דו זאל דאס איז מגביר דעם כח פון מצרים אויפן חשבון פון דער חשיבות פון ארצות הברית, ובפרט נאך נאך דעם מצב וואס ס'איז געטראפן אין פרס, וואס אין כאן המקום להאריך בזה.
¶149דארף מען באווייזן, אז מ'איז דארט בתוקף, און מ'האט דארט פארבינדעט און מ'המוזט קו זיי אנקומען, איז מען מחליש דעם מעמד ומצב פון ארצות הברית דארטן,
¶150און די טענה איז, היתכן?!
¶151”נצח ישראל לא ינחם ולא ישקר” מ'דארף ”רודף שלום” זיין, טאר מען זיך ניט רעכענען מיט קיינע חשבונות, ווארום מ'גייט פארזיכערן א שלום פאר די אייניקלעך.
¶152הלואי רחמנא ליצלן זאל אנהאלטן אויב מ'וועט גיין מיט אט דעם וועג, איז ניט נאר פאראייניקליך, איך וויל ניט ארויסברענגען מיטן וא בפה וועגן וואס איז איצטער דער מעמד ומצב א מצב איין ונורא, ניט נאר מצד איין ונורא, מצד דער מצב ווי ער איז בהוה,
¶153נאר איין ונורא וואס מ'טראכט, הי' לא תהי', צו טאן מארגן און איבערמארגן און מחר לאחר זמן אין אפגעבן נאך אן ענין, מיט נאך אן ענין, מיט א דריטן ענין, מיט א פערטן ענין הי' לא תהי זאל זיין עוצה עצה ותופה.
¶154און בשעת מ'זעט א דבר בולט, און מ'פרעגט א שאלה וואס האט זיך פארפירט מיט שכם אהינצו ניט אריינגעלאזט קיין אידן, באזעצן מיט אים, און אוועקגעשטעלט אויף דערויף צבא מ'זאל דאס ניט צולאזן,
¶155און דערנאך, אז יענער האט געזאגט א דבר פלוני האט מען געטאן אין צי השני, און מ'האט לכתחילוק באווארנט, אדער הויבט ניט אן, אדער דערפירט דאס ביזנעס אפ.
¶156האט מען דאך געהאלטן א רגע כמימרא, מלאך מיל אדער שני מילין אדער ד' מילין וכיוצא בזה, און מ'האט דערנאך מבטל געווען די פעולה מעיקרה,
¶157הלואי וואלט מען כאטש געשוויגן, האט מען געשריבן אזעלכע טעמים וואס ס'איז חוחה ותלולא, ווארום אלע ווייסן אז זיי זיינען ניט אמיתיים.
¶158מ'לעבט ניט אין אן אפגעשלאסענע ד' אמות, וואס ווי מ'איז דארטן מחליט איז 'כן יקום' מ'לעבט אין אן אפענעם ארט, וואס אלע ווייסן וואס דא טוט זיך אפ, און בשעת מ'הויבט שרייבן במקום פלוני בנוסח מסויים איז אין די ”שבעים זאבים” מיט זייערע מדינות שרייבט מען דעם ענין ווי ער איז געווען במציאות,
¶159און נאך מערער אין שכם גופא ער גופא מיט די בני-בית האבן גלייך מסביר געווען דעם פירוש הדברים, און מ'האט געהאפט אז לכל הפחות דאס וועט אפהאלטן אז מ'וועט ווייטער ניט גיין, גייט מען ווייטער מיטן זעלבן כיוור, רחמנא ליצלן הי' לא תהי.'
¶160וכאמור, אויף מסיים זיין בדבר טוב ויהי רצון, אזוי ווי מ'זעט פון דעם בעל הגאולה, אז וכאמור לעיל, אז דעם ענין וואס די מלשינים, אט די וואס זיינען געגאנגען אנטקעגן התורה, האבן דאס גענוצט כדי מ'זאל אים אריינזעצן אין מאסר,
¶161און ער האט געזען אז מ'האט אים אריינגעזעצט אין מסר מצד דער הלשנה, צווישן אנדערע טעמים, איז דאך לכאורה אל תתגרב בגוי קטן על אחת כמה וכמה מיט דער גאנצער ממשלה,
¶162און דערנאך, אין דעם ערשטן בריוו וואו ער איז מודיע וועגן דער גאולה, גלייך מודיע זיין אז דער זכות איז אים בייגעשטאנט וואס ער האט געשיקט געלט אין טערקיי,
¶163במילא איז פארשטאנדיק אז ס'איז ניט קיין דאבעל לאיעלטי, און ס'איז פארשטאנדיק אז דורך דערויף קומט צו אין דער תוקף המדינה איז דאס א הוראה ברורה בהנוגע לעניננו, אז די אידן וואס לעבן אין ארצות הברית,
¶164און ס'קומט צוגיין דער קלוגינקער וואס טוט זיך אן אין אזא איצטעלע, אדער אין אן אנדער איצטעלע, און זאגט זיי, אז זיי זאלן אויסנוצן זייער השפעה, כדי צו פועל זיין אז ארץ-ישראל זאלן נאכגעבן נאך א ביטל,
¶165און מחזק זיין אט די דעה פון די מדינאים וואס געפינען זיך אין וואשינגטאן און ווילן לוחץ זיין אויף ארץ-ישראל, און ווילן לוחץ זיין אויף אידן, דערפאר וואס דאס איז פארב
¶166זאלן זיי זיך פאנאנדערקלייבן, אז וויבאלד אז ס'שטייט א דבר ברא אין שולחן-ערוך, אז אויב תפתח הארץ לפניהם דעמאלט מוזן דאך אידן שטעלן אנטקעגן, און זיי האבן קיין ברירה ניט, דערפאר וואס דאס איז זייער פיקוח נפש,
¶167און זיי גייען בכח התורה, און מ'וועט קומען צוגיין מיט די אותיות, און מ'וועט איר זאגן צו שרי הממשלה, מיט דעם עומד בראש הממשלה, וואס איץ צי אין וואשינגטאן צי אין לאנדאן צי אין אן עיר הבירה, באיזה מדינה שתהי איז דאס בדוגמא ווי ער האט געשריבן אין דעם בריוו, א זכות ”ארץ הקודש עמדה” און דורך דערויף האט ער געהאט די מעגלעכקייט מיטן רשיון,
¶168מיט דעם אישור, מיט דעם נתינת-כח, כידוע אז ס'איז געווען א כתב הגנה פון דער ממשלה אין פטעלבורג, אז מ'זאל אים מסייע זיין בכמה וכמה עניניו מיט תורה הכבוד וכיוצא בזה,
¶169איז ”כן תהי' לנו” דערפאר וואס ”התורה היא נצחית”, ו”לא תהי' מוחלפת”, און אז מ'פירט זיך בדרך התורה די תוצאות די זעלבע, אפילו אז פון דעמאלט איז דורכגעגאנגען הונדערט איין און אכציק יאר, און ס'איז אן אנדער מדינה, מיט אנדערע טבעים, מיט אנדערע מענטשן איז אבער די ”תורה לא תהי' מוחלפת”.
¶170און אז מ'גייט בכח התורה און מ'קומט צוגיין אין וואשינגטאן צי אין אלבני צי אין לאנדאן צי אין פאריז וכיוצא בזה, און מ'זאגט אים אז ער איז א איד פשוט וואס ער איז ”מתפלל בשלימה של” עיר,
¶171ער האט אבער אויף זיך צו וועמען ער איז מתפלל, וואס דאס איז דער אויבערשטער, וואס ער איז דער באלעבאס פון דער גאנצער וועלט, און הכל מודים אין מזרח ועד מערב ”מוקטר מוגש לשמי” ס'איז מערניט וואס קרוב אלא קדא אלקי ווי די גמרא זאגט אין צופן מנחות,
¶172און וועט זאגן מיטן גאנצן תוקף, ניט מתחנונים ווארום ער רעדט ניט ער רעדט, דאס רעדט תורה, און ער איז מערניט ווי דער פה דורך וועלכן ס'קומט ארויס די הוראת התורה,
¶173און איז מסביר, אז א איד האט קיין ברירה ניט דערפאר וואס תפתח הארץ לפניהם און ער האט קיין ברירה ניט, דערפאר וואס דער שולחן-ערוך פסק'נט אז תפסח ארץ לפני מוז ער זיך שטעלן מיט נשק איז קיין ספק ניט אז אידן וועלן זיך שטעלן מיט נשק אט דעמאלט איז תפול עליהם איז מצב ”ופחד בגדול זרוע” חגיד מכוה ניט מצד ”כחי ועוצם ידי”.
¶174און דערנאך קומט דאס, אז דאס ווערט מתוך ביז אין אן אופן פון נשיאת חן, אז מ'העלפט נאך ארויס, כמדובר לעיל, מלכים אומניך וואס בשרותיהם מניקותיך אז מ'וועט ארויסהעלפן אין פירן זיך מיט דער תקיפות, וכאמור לעיל, דאס איז זיי נוגע אין זייער בטחון,
¶175נאך אפשר מערער וויפל ס'איז נוגע אין בטחון פון אידן.
¶176נאר וואס דען? פונקט אזוי ווי ס'איז דא וואס אידן באקומען אז זי וואס ווילן זיי מסית ומדיח זיין רחמנא ליצלן, אנהויבנדיק פון קול זהב אשר בקרבך על דרך זה אויך איז דאס דא בהנוגע צו ניט-אידן, אף על פי וואס זיי זיינען ניט קיין בחירה אמיתית, כמבואר בארוכה אין פוסקים און אין אחרורים ראשונים,
¶177ווי אזוי דאס איז ניט קיין סתירה צו דעם חיוב וואס זיי האבן פון דעם קיום פון שבע מצוות, מיט אלע זייערע סניפים וואס א 'קיום המצוה' איז דאך פארבונדן, ווי דער רמב"ם זאגט, מיט א רשות והיכולת נתונה אויף מקיים זיין אדער חס ושלום ניט מקיים זיין.
¶178וואס דאס איז אויך כמדובר אין דעם סיכום הדברים בנוגע צו איינע פון די לימודים פון יום הגאולה, אז יעדער איד דארף מאכן פון זיין חלקו בעולם, אפילו ווען ער געפינט זיך אין חוץ-לארץ,
¶179דארף דאס ווערן אן ארץ ישראל ווי די מאירי זאגט, אן ארט וואס דארטן לערנט מען תורה און מ'שטייט אין יראת-שמים און מ'איז מקיים מצוות וכל הכשר בזה, ער דארף אויך מסייע זיין 'ארץ הקודש' אין אן אופן ווי תורה הקדושה הייסט צו טאן דעם ”גוי קדוש” וואס יעדער איד,
¶180צי ער וויל יא צי ער וויל ניט, איז ער איינער פון ”ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש” וואס דעמאלט, איין מאל געבארן געווארן א איד איז דאס פארפאלן!
¶181דאס איז ניט אן ענין וואס איז תלוי בבחירתו, ער איז געבארן געווארן, נאר ער האט זיך מתגייר געווען כהלכה ווערט ער איינער פון ”ממלכת כהנים וגוי קדוש” ביז לעולמי עולמים מוז ער זיך פירן, אויב ער וויל ס'זאל זיין בהצלחה, ווי די הוראה פון תורה הקדושה.
¶182ובנדון דידן רעדן מיטן גאנצן ”תוקף, בכל מקום” וואו ער האט א השפעה, אז דאס איז א דין אין תורה, און א דין וואס איז פארבונדן מיט פיקוח נפש, איז אויף דערויף ניט שייך קיין דינגען זיך,
¶183במילא איז א דבר קשות ווי אזוי אידן וועלן זיך פירן, איז אויך א דבר פשוט ווי אזוי ניט אידן דארפן זיך פירן, ווארום זיי דארפן ארויסהעלפן א אידן ער זאל לעבן חייו כדבעי, וואס דאס איז נאר דעמאלט ווען ער פירט זיך על פי התורה ומצוותי.'
¶184ובשלומם פון אידן איז אויך להם שלום, אויך איז דא שלום אין דער מדינה וואו אידן געפינען זיך, ואדרבא ס'קומט-צו אין דער תוקף המדינה, ביז ווי כאמור לעיל איצטער זעט מען דאס 'בעיני בשר' די חלישות וואס ס'איז געווארן דורך דערויף וואס מ'האט צופיל נאכגעגעבן מצרים,
¶185און נאכגעגעבן די אראבער, וואס דאס האט באוויזן דער היפך התוקף פון מדינה זו האט דאס דערלויבט אז ס'זאל זיין דער ענין ההנהגה אין מדינת פרות ווי ס'איז געווען, וואס אין כאן המקום להאריך בזה.
¶186און ויהי רצון, אז מ'זאל יוצא זיין מיט די ענינים בלתי רצויים ווי ס'איז געווען ביז איצטער, און ס'זאל זיין דער שינויים ”מן הקצה אל הקצה, תמורת זה” וואס מ'איז געגאנגען אין דעם כיוון, און די גאנצע עקשנות אויף דורכפירן דער ”וואנהי בעינינו כחגבים” זאל מען זיך שטעלן מיטן גאנצן תוקף,
¶187אז ”ואלך אתכם קוממיות” און פארוואס גייט מען בקוממיות ”ובקומה זקופה”?
¶188דערפאר וואס אני אי' ”אלכם לאלקים, ואתם תהיו לי לים”, וואס דאס איז פארבונדן מיט די ראשית הפרשה, ”בחוקותי תלכו ומצוותי תשמרו ועשיתם אותם” וועט מען האבן דעם כל טוב, אנהויבנדיק פון אתתי גשמיכם בעתם וואס דאס איז דאך אויך אן ענין וואס איצטער דרוש אין 'ארץ הקודש',
¶189על דרך זה איז ווי דער רמב ן טייטשט אפ, אז גשמיכם איז דאס כולל ברכות, ווארום דאס איז מקור הברכות, וואס אין דערויף נויטיקן זיך יעדער איד און אלע אידן בכל מקומות פזוריהם.
¶190ובקרוב ממש זאל זיין דער קיום פון די יעודים אלו כפשוטם, אז ס'וועט זיין ונתנה הארץ ציו וולם ”אפילו עצי סרק” וועלן אויך געבן פרי בדוגמא זה אויך פארשטאנדיק בנוגע ברוחניות,
¶191אזוי איז דאך פירותיהם ”של צדיקים מעשים טובים” איז דא רחמנא ליצלן ”אילני סרק”, וועלן די ”אילני סרק” אויך יתנו פריום ביז אז ווי די גמרא איז מסיים אין כתובות, אז לעתיד לבוא,
¶192בביאת משיח צדקנו, וועלן 'אילני סרק' כפשוטם געבן פריום ווי ער האט דערמיט מסיים די גאנצע מסכתא, און נאך די אריכות בהנוגע צו עילוי פון ארץ ישראל און עילוי פון ארץ בבל, וואס מצד דעם תורה ”וויראת שמים שבה”,
¶193ביז ווי דער מאירות זאגט, כאמור לעיל, אז דאס האט דעם חיוב, אז דער ניט ארויסגיין פון דארטן עד אות קץ, איז ”כן תהי' לנו” בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו,
¶194וואס ס'וועט זיין אין סוף ימי הגלות, ”לכל בני ישראל הי' אור במושבותם” ווי ס'איז געווען בא ”ימי צאתך מארץ מצרים” איז דאך געווען דער הי' אור במושבותם ווען מ'איז נאך געווען אין מצרים, און דערנאך ”ובני ישראל יוצאים ביד רמה” ”ובקומה זקופה” און ווי רש"י ברענגט דארט אראפ פון דער מכילתא,
¶195אז כיוון שהגיע הקץ איז לא עיכבה מאפילו רגע און ווי די גמרא שוין זאגט, אז כלו כל הקיצין צי הגיעה הקץ, איז 'נגאלין מיד' כפשוטם, און מ'גייט קוממיות לארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” ”עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה”.
¶196לחיים.