English
ספרייה
kind
paragraph
order
m
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
לפי דעתם אויך בגלוי, אף על פי וואס אויך פריער האבן זיך דאס געמאכט די עלטערן, אז שלוחו של אדם כמותו פון די בנים ובנות, על אחת כמה וכמה אז זיי ווערן שוין א ביסעלע עלטערן און האבן א ביסעלע דעת, איז דאך פארשטאנדיק, אז לכל לראש האט מען די נקודה האמיתית פון ידיעה און חכמה און בינה ודעת, וואס דאס איז די נקודה האמיתית, כהתחלת הרמב״ם, אז לידע שישה מצוי ראשון וממנו נמצאו כל הנמצאים כמדובר בארוכה לפני זה. און דאס קומט אלע ענינים אראפ אין אן אופן של שמחה, כאמור לעיל. ובפרט נאך אז דאס קומט דאך אראפ בגלוי, אז שוין גלייך פון יום הכיפורים דארף מען ניט זאגן קיין תחנון, במילא טאר מען ניט זאגן קיין תחנון, דערפאר וואס מ'פועל'ט-אויף אלע ענינים און זיי ווערן נמשך פון אן ארט וואס דאס איז נאך העכער פון אלע ערטע וואו תחנון דערגרייכט, ווערט דאס לפני הוי'תטהרו, און דערנאך איז מען אלה בקודש נאך לפני פון דעם לפני הוי'תטהרו, ביז אז דאס קומט אראפ אין טהרה כפשוטה, און אין טהרת המחשבה און טהרת הדיבור ומעשה, מיט כל הענינים הכי טובים. ובפרט נאך אז מ'איז דאס מקשר, מ'וועט מאכן א שליחות אויף געבן א צדקה, וואס ענין הצדקה איז דאך, כמדובר, אז צום אלעם ערשטן ווערט דאס א כלי אויף כל הברכות, און דערנאך איז דאס ממשיך כל הברכות, ווארום דער ענין פון א כלי פון קדושה איז דאך, אז ניט נאר ער איז מקבל, נאר ער איז אויך ממשיך דעם אור ער זאל נמשך ווערן אין דער כלי, כביכול בדרך של הכרח, ובדרך מובן בן פשוט, אז וויבאלד אז ס'ווערט נמשך כל המקיפים, השייכים אל הפנימיים, איז דאך פשוט, אז ס'ווערן גלייך אויך נמשך אט די מקיפים וואס זיי זיינען נאך העכער פון אלע מקיפים, אפילו פון יחידות שבנפש, און דאס איז אויך פארבונדן מיט מעשה בפועל.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים