transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1נאך א זאך וואס מ'זעט בנוגע צו עסק, און וואס דאס איז בטבע בני אדם, ניט דערפאר וואס מצד גירוי היצר נאר אז דאס איז בטבע העסק, און אט דאס איז, אז בשעת מ'טוט אן עסק מתוך שמחה,
¶2מתוך בטחון, אז ער וועט מצליח זיין אט דעמאלט איז דאס א סך לייכטער צוקומען אז דער עסק זאל זיין אן עסק מצליע, אז ער גייט צו צום עסק מתוך יעוש, נאר וואס דען?
¶3אזוי ווי ער האט ניט קיין אנדער ברירה צי אזוי ווי מונתם וכו איז קען ער טאקע אפגעבן די צייט און קען טראכטן אויף דעם און זוכן עצות וכו דאס איז אבער ניט אין אן אופן וואס דאס ברענגט די הצלחה בקלות.
¶4ביז וואנענט אז ס'קען גאר זיין אז ס'זאל ניט זיין דער ענין פון הצלחה, וויבאלד אז ביי אים פעלט דער בטחון וואס דער בטחון ברענגט לויט די שמחה אז ס'איז א זיכערע זאך אז בלידך ממנו נדח בנוגע צו תורה ומצוות.
¶5א צווייטע זאך, ווי מ'זעט אין אן עוסק, אז אף על פי וואס דער ערשטן מאל איז דאס ניט געגאנגען אזוי ווי ער האט גערעכנט צי אזוי ווי אנדערע האבן געזאגט אז ס'דארף אזוי זיין וכו און ס'האט ניט געגאנגען אזוי בהצלחה איז ניט חס ושלום ער גייט אוועק,
¶6נאר ער פרואווט א צווייטן מאל מיט א נייע תחבולה, מיט אן אנדער צוגאנג וכו.'
¶7וואס ”ככל הדברים האלו”, ווי דער אלטער רבי, דער בעל השמחה והגאולה, איז מאריך אין תניא, אז אויב מ'הויבט אן מתוך עצוות אט דעמאלט פעלט אין ענינים פון הצלחה אין 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות',
¶8נוסף אז דאס איז דאך ניט ווי דער ציווי איז פון ”עבדו את הוי' בשמחה” על אחת כמה וכמה אין ענינים כוללים ווי תורה וגמילות חסדים און מתפלל אין הציבה.
¶9וואס אף על פי וואס ביי 'כללות ענין' המצוות דארף דאך זיין פריער מאכט ער א ברכות המצוות, פאלט זיך אויף אים אן א 'חרדת קודש', אשר קדשנו במצוותיו וצונו, אבער דער עצם 'קיום המצוה' דארף זיין, אדרבא מתוך שמחה גדולה, ווי דער רמב איז מאריך צום סיום און סוף פון הלכות לוליב,
¶10אז דאס איז אן עבודה גדולה, אז ס'זאל זיין מתוך שמחה, ביז וואנענט אז ער ברענגט אראפ אלס א פסק-דין פאר יעדער אידן, ווארום די פסקי דינים אין רמב"ם איז דאך ניט פאר יחידי סגולה,
¶11נאר אדרבא 'התורה על הרוב תדבר' פאר יעדער אידן, אז פונקט אזוי ווי בא דוד המלך איז געווען מפזס ומחרקר בכל אות אט אזוי דארף זיין בא יעדער אידן ווען ער איז מקיים א מצוה.
¶12דאס איז ניט סתם א שמחה, נאר א שמחה גדולה ביותר.
¶13און מ'האט דאך נאך די הבטחה, ”בל ידח ממנו נדח” ביז ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ אין הלכות תלמוד תורה בשולחן ערוך שלו אלס א פסק דין, נוסף אויף דערויף וואס ער ברענגט דאס אויך אראפ אין תניא, איז דאך דאס אלס א פסק דין אין הלכות תלמוד תורה האט מען דאך ניט נאר אז מ'דארף האבן די מדה ביתכן און זיכערקייט אז מ'וועט מצליח זיין בזה,
¶14ווארום דאס איז נוגע צו 'קיום המצוות', נאר ס'איז אויך א זיכערע זאך אז ער וועט מצליח זיין, נאר וואס דען?
¶15ס'איז בידו תלוי אז דאס זאל זיין בהקדם ובגילגול זה ובתכלית השלימות.
¶16וואס אט דעמאלט קומט דאס אויך צו אין דעם כל העושה אין תורה, אף על פי וואס ס'דארף דאך פריער זיין, ווי די גמרא זאגט אין שבת, אז כל שותיו נודפות מורא,
¶17”אל תקרי מורא אלא מר,"אז” ס'דארף זיין אן אימה אויף די תלמידים, אבער פאר דערויף דארף דאך זיין ”אמר מילתא דבדיחותא” און דערנאך אויך ”וכן לדבר הלכה” דארף דאך אויך זיין בשמחה,
¶18און ווי מ'האט דאך דאס געזען בא די וואס לערנען תורה ווי ס'דארף-צו-זיין, די שמחה גדולה וואס זיי האבן בשעת זיי לערנען תורה, אפילו אן ענין וואס זיי לערנען שוין די מאה פעמים ואחת, אויך מיט א שמחה גדולה כמתינתה פונקט ווי ער האט דאס געלערנט דעם ערשטן מאל, וואס דעמאלט איז דאס א חדשה ממש ביי אים,
¶19על דרך זה בא גמילות חסדים, ווי ער פסק'נט אפ אין שולחן-ערוך אין הלכות צדקה, אז ס'דארף זיין דוקא ”בסבר פנים יפות וכו” על דרך זה איז דאך אויך בתפילה דארף דאך זיין ”מתוך כובד ראש” מתוך 'חרדת קודש', אבער דערנאך דארף דאס זיין בשמחה, וכל לדבר הלכה ווי די גמרא פארגלייכט דאס אין ברכות.
¶20על אחת כמה וכמה אז דאס דארף זיין במרץ הכי גדול, ווי מ'זאגט בנוגע צו 'לימוד התורה' אים ”ארוכה בכל רמך” מצות עשה,
¶21אט דעמאלט איז שמורה אז מ'דארף ער לערנען אין אן אופן פון 'כל עצמותי תאמרנה' על דרך זה ווי מ'זאגט ”הינני מוכן ומזומן” פאר יעדער קיום מצוה, אפילו די וואס זאגן דאס ניט בדיבור, איז דארף טראכטן זיי זיך דאס, אדער מ'איז יוצא מיטן 'לשם יחוד' וואס מ'זאגט בתחילת התפילה, תפילה אין תחילת היום,
¶22ועל דרך זה בפרט בהנוגע צו ענין התפילה און ענין הצדקה.
¶23וואס אט דאס ווערט אויך נוסף אין דעם ענין פון כל העסק, אז דאס טוט-אויף אין ”תורה עבודה וגמילות חסדים”.
¶24דערנאך ווערט אבער די שאלה, איז דא שטייט דאך שוין אין גמרא, וואס האט דא צוגעגעבן און האט מגלה געווען דער ענין פון דער גאולה פון דעם אלטן רבי'ן.
¶25וואס דער אלטער רבי, כאמור, פארבינדט די גאולה שלו, י' טז כסלו, מיטן פסוק כשאמרתי פסוק ”פדה בשלום נפשי” קודם ווי ער האט אנגעהויבן דעם פסוק שלאחרי.
¶26זוכט מען אויף דערויף דעם ביאור?
¶27זוכט מען דאס מיט דעם אלטן רבי'ן אליין, אין זיינע אגרות גופא.
¶28וויבאלד אז ער האט דאס ארויסגעגעבן די אגרת, ניט סתם אזוי א ידידות בריוו, נאר אז דאס זאל ווערן דערפון אויך אן ענין הלימוד וא הוראה ”לכל אחד ואחד” 'לפי ערכו' איז ער דארט מדגיש צוויי ענינים אין די אגרות וואס זיי זיינען פארבונדן מיט זיין גאולה.
¶29איין ענין איז אין פסוק איז דאך דא כמה וכמה תיבות א סך ווערטער, וואס יעדער ווארט איז אן ענין בפני עצמו, דער צירוף פון די ווערטער צווישן זיך קומט-צו נאך ענינים.
¶30פדה איז אן ענין פון פדי, דאס איז אן ענין בפני עצמו, דאס קען זיין בשלום, עס קען זיין ניט בשלום, ס'קען זיין פון מלחמה, ס'קען זיין מבית האסורים, ס'קען זיין פון א מחלה וכו' וכו.'
¶31על דרך זה שלום קען זיין א שלום מקרא בנוגע צו מלחמה, א שלום ביתו בנוגע צו נר שבת, א ”שלום בין איש לאשתו וכו' וכמה וכמה”, ביז דער שלום בין ישראל אביהם שבשמים אדער ווי אידן מאכן,
¶32ווי ער זאגט אין מדרש ”שובי שובי השולמות” אז זיי ווערן אנגערופן אידן שנשימים ”שלום ביני לבין עולמו” וואס דאס אלץ איז דא אין שלום.
¶33דערנאך איז אבער דא אויך דער ענין פון פדיעות, דער ענין פון שלום, ועל דרך זה די שאר ענינים שבכתוב, וואס יעדערער פון זיי איז אן ענין בפני עצמו, דערנאך איז דא די ענינים ווי זיי קומען ארויס בצירוף פון עטלעכע ווערטער, אדער על כל פנים פון צוויי ווערטער.
¶34בדוגמא ווי ”פדה בשלום” ווערט שוין א צירוף, אז דאס איז א פדי וואס זי איז אין אן אופן פון שלום, מיט אלע פרטים וואס ווערט נכלל אידן.
¶35זעט מען, אז דער אלטער רבי אין זיין אגרת, וואו ער דערציילט, אז די גאולה איז פארבונדן מיטן פסוק פון כשאמרתי ”פדה בשלום” איז ער מדגיש פון דעם גאנצן פסוק,
¶36פריער זאגט כשאמרתי ”פדה בשלום” דערנאך זאגט ער ויצאת ”בשלום מהוי' שלום ואתיין בשלום” צי ויצאת לא שלום ווי ס'איז דא דער נוסחא אין די פארשידענע איגרות.
¶37דאס הייסט, אז דער אלטער רבי זאגט פריער, אז דאס איז פארבונדן מיט כל הענינים וואס אין פסוק די הדגשה און דער עיקר איז דאס פארבונדן מיטן ווארט שלום, וואס דערפאר חזר"ט ער אים איבער דעם ווארט דריי מאל אדער פיר מאל לויט די פארשידענע איגרות.
¶38דערנאך איז דא אין א צווייטע אגרת, אדער אין איינע פון די אגרות, איז דער אלטער רבי מוסיף נאך אן ענין, אז די גאולה זיינע איז געווען אין אזא אופן אויף הפלו ו”הגדיל הוי' לעשות” ”בקרב הארץ” וואס דער פירוש הפשוט אין דערויף איז, אז דאס האבן געזען ניט נאר אידן דאס איז דערגאנגען אויך צו ניט-אידן, 'בקרב הארץ'.
¶39וואס בפשטות איז דאס דערפאר וואס די גאולה זיינע איז ד דורך דערויף וואס ס'איז געווען א פקודה פון דעם צער, פון דעם מלך, אז מ'זאל אים באפרייען, און ס'איז דורכגעגאנגען דורך די בית המשפט, דורך דעם סאנט וכו מיט די אלע ענינים וואס ס'איז שוין געדרוקט, אין דעם סיפור הענינים ווי ס'איז געווען די גאולה פון יו ת' כסלו.
¶40וואס דאס איז דער ענין כפשוטו, אז דאס איז דער הגדיל והפליא בקרב הארוך, אז דערפון האבן דערזען ניט אידן און ניט נאר זיי האבן דערזען א גאולה, זיי האבן דערזען א גאולה אין אן אופן פון הגדיל והפלו, אין אן אופן ניסי.
¶41וואס וואס איז די הוראה בהנוגע וואס דאס טוט-אויף אין דעם ”פדה בשלום” דורך דעם גילוי און די פרטים פון דער גאולה.
¶42אז ס'איז דא דאך די שיטה הידועה וואס מ'האט איר לאנג מבטל געווען און פסול געמאכט, אז ס'איז גענוג אז ס'וועט זיך אנזען אידישקייט אין דער היים.
¶43יהודי ביהל אחד. וואס האט מען געזען בפועל?
¶44אז אויב ער שעמט זיך מיט אידישקייט, אז דער גוי זאל דערזען זיין אידישקייט, אט דעמאלט סוף-כל-סוף נוסף אז ס'פעלט אין דעם ענין ווי אז אידישקייט דארף מוהג זיין, דארף באלייכטן די גאנצע וועלט פעלט דאס סוף-כל-סוף אויך ביהל אחד.
¶45דערנאך איז דא די צווייטע שיטה, אז אמת טאקע אז ס'דארף זיך אנזיין אז ער איז א איד בשעת ער גייט אין גאס אויך, 'בקרב הארץ' ס'איז אבער ניט קיין הכרח, אז מ'זאל דערזען דער הגדיל והפליא וואס דארף ער אויפרייסן די אויגן?
¶46גענוג ער וועט זיך גיין בדרך הטבע, און וועט זיך פירן בדרך הטבע, נאר וואס דען?
¶47ער וועט גיין בכסור אש ער וועט דערגיין ניט אין שעטנות, וכיוצא בזה, באווייזן אבער ענינים פון הגדיל והפליא אט דאס על כל פנים איז גענוג אין דער היים,
¶48ביהי' לכם. ביז אז דאס קומט ארויס אין ענין פון ”תורה וגמילות חסדים ומתפלל” אין א ציבור.
¶49זאל זיין ניכר אויפן גאס בשעת ער גייט לעסקה, אז דאס איז א איד וואס האט געלערנט תורה, וואו איז דא דער הכרח אויף דעם?
¶50בשעת ער גייט לעסקה דארף זיין ניכר אז ער איז א גוטער שוכר, כדי ער זאל קענען פארדינען מערער געלט, וועט ער קענען געבן אויף צדקה, אויף מערער נוסף אויף פרנסתו ופרנסת בני-ביתו.
¶51ס'זאל אבער זיין ניכר אין אן אופן, אז ס'איז א איד וואס האט היינט געלערנט א שיעור תורה, און מ'וועט אין מיטן רעדן וועגן דעם איסכא מעין מיט א גוי פארטראכט ער זיך, און דער גוי פרעגט ביי אים וואס טראכסטו?
¶52ענטפערט ער אים, אז ער האט היינט אין וואס ס'איז ביי אים געבליבן ניט קלאר, און ניט קוקנדיק וואס ער האלט איצטער ביי פירן א טיפן עסק, איז דאס ביי אים נאך טיפער און דאס פארנעמט אים מערער שעמט ער זיך.
¶53אז ער שעמט זיך פארן גוי איז אט דעמאלט חס ושלום הויבט ער זיך אן שעמען פאר ”אל זר אשר בקרבך” פארן יצר-הרף, וואס ביי אים אין ”חלל השמאלי שבלב” ער הויבט זיך אן שעמען פאר דער פרוי.
¶54ער הויבט זיך אן שמן פאר א קינד.
¶55און בשעת ביי אים פעלט דער ”אל יבוש מפני המלעיגים” איז ווי גערעדט כמה פעמים, אין אלע פיר חלקים שולחן-ערוך, וואס אין יעדער חלק איז דא כמה וכמה סימנים, און אין יעדער סימן איז דא כמה סעיפים,
¶56איז דער ערשטער סעיף פון דעם ערשטן סימן פון דעם ערשטן חלק שולחן ערוך איז גלייך באווארנט, אז ער זאל זיין ער זאל זיך ניט שעמען מפני המלעיגים.
¶57און דאס ווערט די התחלה און אריינטריט צו אלע הלכות התורה, צו דער גאנצער הנהגת האדם, וואס אנהויבנדיק פון תיקון חצות, פון ברכת השחר, ביז צום סוף פון לעצטן סימן, פון לעצטן חלק פון שולחן ערוך.
¶58בשעת אבער ס'שטייט אין שולחן ערוך שטייט דאס אין שולחן ערוך, בשעת דאס קומט אראפ דערנאך אין א מעשה בפועל, איז אט דעמאלט על פי דין ”מעשה רב” איז שטורעמט אויף מערער אפילו ווי דאס איז א גמרא א משנה א סברא, ווי די גמרא זאגט אין בבא בתרא.
¶59בשעת מ'גיט ארויס א הודעה און מ'הייסט דאס מפרסם זיין, אז דאס וואס ס'איז געווען דער פדה איז דאס געווען ”פדה בשלום” און דאס איז געווען אין אן אופן פון הגדיל ”והפליא הוי'” לעשות 'בקרב הארץ' איז ווערט דאס א הוראה,
¶60אז אין דעם ”פדה בשלום” וואס דער פירוש אין דער אינהאלט אין דעם איז ער ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל אין הציבור” דארף דאס זיין, אט דעמאלט איז דאס מצליח אין אן אופן אז דאס איז 'בקרב הארץ' און אין אן אופן אז דאס ווערט הפלוי והקדיל.
¶61וכאמור, דאס איז ניט אן ענין וואס מבקש און דאס איז שלא לפי כוחו, אז מ'לעבט אין יונייטעד סטעיט אז מ'לעבט א ”כבשה אחת” בשבעים זאבים איז דאך לכאורה דארף מען זיך האלטן שטיל און מ'זאל אים ניט זען און מ'זאל אים ניט הערן, אבי מ'טשעפעט אים ניט זאגט מען, דאס איז אלץ ”על תתגרה בגוי קטן” אז ס'רעדט זיך וועגן ענינים גשמיים,
¶62אז ס'רעדט זיך וועגן ”העסק בתורה ובגמילות חסדים” און מתפלל אים הציבור אט דעמאלט ווען האט ער כבוד און ווען האט ער קיום, און ווען נעמט ער אויס ביי א גוי אויב ער וויל דאס?
¶63איז אט דאס איז די וועגה אז ס'זאל זיין הפלו והגדיל הוי' הקלו לעשות 'בקרב הארץ' ביז וואנענט אז יראו ”וראו כל גוי הארץ כי שם הוי' נקרא עליך” איז אט דעמאלט איז ”ויראו ממך”.
¶64ניט נאר די יראה פאר דעם נשר ביז דאס קומט צו יראת הכבוד.
¶65ווארום אט דאס איז דאך ווי די גמרא זאגט, אז דער שכר אויף דערויף איז ”כאילו פדואני, להיות לבנים מבין אומות העולם”, בשעת ס'וועט זיין דער בפועל פון פדואני אט דעמאלט איז גלייך אין ספר ישעי' גלייך אין די ערשטע קאפיטלען הויבט זיך אן,
¶66אז עמי הארץ וועלן זאגן לכו ונלך הר 'בית הוי'' צי און איז גלייך מסביר, פארוואס וועלן זאגן אזוי עמי הארץ דערפאר וואס בית יעקב וועלן זאגן ”לכו ונלך באור הוי”
¶67און אט דאס וועט פועל זיין דעמאלט בגלוי, אז ונגב צו עמים רבים און זיי וועלן אלע זאגן לכו ונלך א קוק טאן ווי אידן פירן זיך אין ”הר ציון”, אין 'בית הוי' ווארום נאך זייענדיק אין גלות איז ”בית יעקב זאגט לכו ונלך באור הוי”
¶68וואס דאס איז ווי אין נבואת הגאולה, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק אין דעם ”כאילו פדו אני אליהו לבני מבין” אומות העולם, אז אין דערויף ווערט פארלאנגט, אז דאס זאל זיין אין אן אופן פון הגדל והפלא ”הוי' לעשות בארץ”.
¶69וואס דאס איז געווען בכל הזמנים ובכל התקופות, על אחת כמה וכמה בתקופתינו זו, וואס אידן, אויב זיי ווילן מיט אן אמת קענען זיי דערגרייכן אין אלע הויפט אין אלע ערי הבירות און אין אלע מוסדות און צו אלע גויים, להבדיל.
¶70נאר וואס דען? מ'קען דערגרייכן אויף צוויי אופנים.
¶71מ'קען דערגרייכן אויף אן אופן, אז יענער זאל ניט וויסן אז ער איז א איד, על כל פנים אז יענער זאל ניט וויסן אז ער איז א איד, וואס דאס איז ביי אים דער עיקר,
¶72און דאס וואס ער איז אן אמעריקאנער קומט ביי אים אלס א צווייטע זייט במילא וועט ער דאך טראכטן אז דאס איז כדרכו כערכו וכדוגמתו און הכי נה אתה רעכנט ער, אז דעמאלט וועט ער אים אריינלאזן, וועט מען מיט אים רעדן וכו.'
¶73דערנאך איז דא א צווייטער וועג, דער הגדיל והפלא ”הוי' לעשות בארץ” אז אמת טאקע והתפללו בשלום העיר כי בשלומה על כם שלום, וויבאלד אז דער אויבערשטער ס'איז נאך ניט אנגעהויבן זיך אפילו די ”אתחלתא דגאולה” געפינט מען זיך אונטער א שר פון א מדינה, וואס דער פארשטייער פון דעם שר דא למטה איז די ממשלת המדינה,
¶74איז אט דעמאלט ווערט דער ”דינא דמלכותא דינא” האט דאס א תוקף על פי תורה, אויב דאס איז ניט פארבונדן מיט ענינים פון אידישקייט וכו כמבואר אין פוסקים ובכמה מקומות.
¶75אבער דאס איז אלץ גערעדט געווארן בהנוגע וואס ס'איז ניט פארבונדן מיט אידישקייט, ניט פארבונדן מיט היפך שולחן ערוך חס ושלום, ווארום אט דאס וואס ער איז מקיים דינא דמלכותא איז טוט ער דאס דערפאר וואס אזוי שטייט אין שולחן ערוך.
¶76בשעת דער גוי דערזעט, אז ס'קומט צו ענינים פון תורה עבוד ”וגמילות חסדים ומתפלל אין הציבור”, אט דעמאלט פירט ער זיך מיט א הנהגה פון ”הגדיל והפלא הוי' לעשות עמנו” אט דעמאלט איז דאס דער צווייטער וועג אויף דערגרייכן 'בקרב הארץ'.
¶77וואס איז די נפקא מינה פון די צווייטע וועגן?
¶78דער ערשטער וועג קען מען אפנארן א גוי לשם.
¶79ער קען זיך פארשטעלן, אז דער גוי וועט ניט וויסן אז ער איז א איד, ער וועט אים ניט חושד זיין, אז סוף-כל-סוף איז ביי אים די נקודת היהדות בשלימותה, וועט סוף-כל-סוף ער ביי אים דאס ארויסשפארן און דורכברעכן די אלע ענינים המעלימים ומסתירים אויף דעם תוקף וואס ס'איז דא בא יעדער אידן דער עושן שבנפשו,
¶80ולפי שעה לאזט ער אים אריין און דערנאך פאלט אים גלייך אריין אויף שד, וויבאלד ער נארט אים אויס אין דעם פרט ער דערציילט אים ניט, אז נשמתו איז געשטאנען בא מעמד הר סיני,
¶81און פון דארטן איז ער מושב ועומד אויף מקיים זיין כל התורה ומצוותי,' וויבאלד אז ער דערציילט אים ניט דעם פרט איז קען זיי ניט אין מעיין זיין נאך א פרט,
¶82אדער נאך אין א גראבערן אופן, וויבאלד ער זאגט אים א שקר, ווארום סוף-כל-סוף ווערט דאך א בחינה, און ער דערליינגט אים עסן, ער שעמט זיך זאגן אז ער איז א איד וואס איז מקיים מצוות, הויבט ער אן עסן מפיטו ומיונו וכו מיט די אלע ענינים,
¶83זעט ער דאך אז ער פירט זיך היפך דערפון וואס ווי ער פירט זיך אין דער היים אדער אין דער היים פירט ער זיך אויך היפך דערפון ווי זיין פאטער האט זיך געפירט, ווי דער זיידע האט זיך געפירט, ווי די עלטער זיידע האט זיך געפירט, האט ער אין אים קיין אימון ניט, ער גלויבט אים ניט אויף קיין זאך.
¶84במילא, איז כל זמן ער דארף צו אים אנקומען האט ער ניט אים צוטאן.
¶85דערנאך פארלירט ער ביי אים די חשיבות און קען ביי אים גארנישט ניט אויספירן.
¶86אז ער גייט מיטן אמת און גייט מיטן תוקף, און ער דארף ניט האבן זיין תוקף!
¶87א איד איז ניט אליין, א איד איז ”בן אברהם יצחק ויעקב”, האט ער הינטער זיך די אלע עלטערן, און עלטער-עלטערן, ביז יעקב'ן און יצחק און אברהם, גייט ער מיט זייער תוקף.
¶88און אט דעמאלט, אז ער זאגט אים אין א זאך פון אידישקייט פירט ער ביים אויס.
¶89וואס דאס גיט אים אויך א התקרבות און א חוות דעת און א מיינונג, אויך אין עניני המדינים וואס האבן קיין שייכות ניט צו אידישקייט לכאורה, אדער עניני העיר, עניני הסביבה וכו
¶90ביז וואנענט אז דאס איז אויך נוגע אין חינוך הבנים והבנות, וכידוע דער סיפור פון דעם רבי'ן נשיא דורנו פון שווער, וואס האט אמאל אריינגעזען, האט ער געזען ווי אזוי דער מלמד לערנט מיט זיינע טעכטער, זיי זיינען נאך געווען קליינע מיידעלע, במיני פון סיפורי התורה,
¶91און ס'וועט קומען עפעס צו אן ענין פון א נס, האט ער געוואלט עפעס אזוי דורכלויטן, דורכמאכן וכו.'
¶92ווי מ'פרעגט אן, פארוואס מאכט עפעס אזוי שנעל די פסוקים?
¶93האט ער געזאגט, עפעס א קינד, מסביר זיין אן ענין פון א נס וואס ער זעט דאס קיינמאל ניט האט ער מורא, ער ווייס ניט ווי דאס וועט אויף אים ווירקן.
¶94א קינד איז רגיל אין 'דרכי הטבע', דא זעט ער עולם כמנהגי מ'דארף אים דערציילן, אז ס'טרעפט א נס און געטראפן אין דער זעלבער וועלט, און דאס איז משדד מערכות הטבע, משדד געווען די הליכות הטבע קען ער צוטומלט ווערן ביז וואנענט ער ווערט א ספק אין אמת וכו.'
¶95האט מען דער שווער גלייך מבטל געווען, די גאנצע שיטה האט אים געזאגט, פארקערט, אז אויף קינד דארף מען ערשט דערציילן די ענינים פון ניסים אמיתיים.
¶96כדי ער זאל זיך גלייך פון אנהויבס אן אט דאס זאל זיין זיין חינוך און זיין גידול און זיין שטעל אין לעבן, דער ענין אז ס'איז דא טאקע טבע, און אין סונכין על הנס אבער ס'איז דא דער ”הגדיל והפלא הוי' אלעשות עמנו” ברוך.
¶97און אויב מ'האט זיך אמאל געקענט איינרעדן, אז אידן זיינען א פאלק וואס זיי קענען דורכגיין די וועלט בדרך הטבע,
¶98ובפני טבע ובשקלא וטריא ”על דרך הטבע ובהשתדלות על דרך” הטבע איז אין די לעצטע דורות אינגאנצן בטל איז מבוטל, ס'איז מערניט ווי ס'איז דא די עטלעכע בטלנים וואס זיי האלטן זיך בא די אלטע שיטות.
¶99פונקט פאר טערגע, האט איינער געפרעגט פאר ווי קומט דאס אז היינטיקע צייטן זאל זיך האלטן בא אן אלטע שיטה, און בנוגענטער ס'איז היפך הדבר!
¶100ער האלט בא דער אלטער שיטה פון די אלטע משכילים וואס האבן גערעכנט אז ”חסד לאומים” איז אמת'ער חסד, און דרך הטרא וועלן אידן וועלן א פאל צווישן אלע פעלקער, ”ככל הגויים בני ישראל”, און דורך דערויף וועט מען באקומען חופש, און ס'וועט בטל ווערן א צעמיטיזם, און מ'וועט זיך פאלן אויף די העלפסטער און ס'וועט זיין דער שלום בין העמים!
¶101דערנאך, אז ס'איז געקומען די ערשטע מלחמה, האט מען געזען אז לדובר ולעת הויבט זיך גאר ניט אן, על אחת כמה וכמה מיט די ענינים וואס ס'איז געווען לאחרי זה, על אחת כמה וכמה מיט די ענינים וואס האבן זיך געטראפן לעור וואס מ'זעט 'בעיני בשר', וואס האבן זיך געטראפן לאחרונה אין די לעצטע יארן, אין די לעצטע חדשים, ביז אין די לעצטע טעג.
¶102איצטער זאגן, אז אידן זאלן גיין בדרך ה� און אידן זאלן נאכלויפן גויים, און אידן זאלן זיך מדמה זיין צו גויים'שקייט, און דורך דערויף וועט מען עפעס אויספירן דאס איז א סימן אז ער געהערט אין א ”מושב זקנים” וואו ס'זיצן בטלנים!
¶103ער ווייס ניט וואס ס'טוט זיך אין דער וועלט!
¶104געלייענט ווי ס'איז געווען מיט הונדערט יאר צוריק צווישן גויים, מיינט אז אזוי קען דאס זיין איצטער צווישן אידן מיט גויים, און ווייס ניט וואס ס'איז געווען פאר די לעצטע פופציג יאר, זעכציג יאר,
¶105הונדערט יאר, און אויב ער וועט זיך מתבונן זיין אן דיעות קדומות, אן איינגערעדטע ענינים אין דברי ימי ישראל פון מעמד הר סיני אן, פון אברהם וואס ”אחד הי' אברהם” דער ערשטער איד, ווי ס'איז געווען מיט אים די הנהגה וועט ער זען, אז ס'איז קיינמאל ניט געווען בא אידן א הנהגה טבעית.
¶106נפקא מינה נראה, אמאל איז געווען גאר אויבן אויף א נס, אמאל איז געווען צוגעדעקט מיט א דין אין לבוש פון טבע, און אמאל איז געווען צוויי דינים לבושים מיטן פון טבע, דריי דינים לבושים פון טבע וכו
¶107ביז אפילו אין חושך כפול ומכופל פון ימי הגלות, ביז ווי אין דעם ענין פון יו תת כסלו, וואס ס'איז דאך געווען פריער די סכנה אין היפך החיים ממש,
¶108איז דאס אויך געווען די סכנה ווי דער אלטער רבי האט מסביר געווען, דערפאר וואס ס'איז געווען די סכנה למעלה זיין שיטה בהנוגע ענינים פון הפצת התורה פון 'פנימיות התורה' וכו כמסופר אין די סיפורים וואס רבותינו נשיאינו האבן דערציילט וועגן דעם אלטן רבי'ן,
¶109דערנאך אז למעלה איז געווארן זכא בדין ביז אין אן אופן אז זכאי בדין איז אט דעמאלט איז דערנאך דא למטה בדרך ממילא בטל געווארן אין אן אופן פון ”הגדל והפלו הוי' לעשות עמנו” און ווי דאס האט דערגרייכט 'בקרב הארץ'.
¶110וואס דאס איז דאך אויך די הסברה, אז דאס איז ניט געמיינט אז דאס האט געטראפן ביי איין אידן מיט אזויפיל יארן צוריק, און מ'דערציילט א סיפור דאס איז א סיפור וואס ס'איז א אן ענין וואס דארף נוצן אלס א וועקווייזער ווי אזוי מ'דארף זיך איצטער פירן,
¶111אז דער אידישער וועג איז, אז א איד זאל וויסן, ”הגדיל והפלא הוי' לעשות עמנו” ער דארף זיך ניט שעמען, אז א גוי זאל דאס אין אים דערזען, אז אזוי האלט ער אין כל ענינים פון תורה וגמילות חסדים,
¶112און מתפלל אין הציבור, וואס דאס איז כולל אלע ענינים פון אידישקייט, און אט דעמאלט וועט ער אויך מצליח זיין אין מלאכתך אשר תעשה בדרך הטבע אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן וואס ”אין סומכין על” הנס סיי אין ענינים כלליים סיי אין ענינים פרטיים.
¶113ביז וואנענט אז ווי גערעדט בנוגע צו עסקנים, וואס איצטער קענען זיי דערגרייכן אומעטום, און ווי גערעדט כמה פעמים, דאס הויבט זיך אן אין קדושה, דערנאך ווערט דאס נמשך אין רשות, אז ס'איז דא א רב אין זיין רבנות שעמט זיך זאגן בכל תוקף אט דאס וואס א רב דארף זאגן בנוגע צו עניני תורה-מיצוה.
¶114זוכט ער א תירוץ, אז די בעלי-בתים איז דאס פאר זיי שווער צו פארנעמען, אז דער רב זאל זיין מרא דאסרא ”תורת אמת” רופט אן א ”רב מרא דעשה”.
¶115מרא דעשה איז דער אפטייטש ער איז דער באלעבאס פון דעם ארט וואו ער איז רב, נאר וואס דען, אז באלעבאס איז ניט מחוייב טאן אלע ענינים אליין איז ער ממנה שרים, איז ער ממנה באלעבטען, איז ער ממנה גבעים, ס'איז דא אמאל אז ס'דארף זיין בגלוי זאל דער גבא מיינען אז ער האט זיך אליין אויסגעקליבן,
¶116אדער איין באלעבאס האט אויסגעקליבן דעם צווייטן באלעבאס איז דאס איז ענינים וואס מ'דארף זיין אן ערום ביראה ער דארף אזוי איינשטעלן די באלעבאטישקייט מיט די באלעבאטעים, און מ'זאל אויסקלויבן דעמאלט ווען מ'דארף אויסקלויבן פאר גבא, אבער דערנאך, ער וועט לאזן דעם באלעבאס טאן ווי ביי אים וועט אויסקומען, ווער רעדט נאך, אויב ער שרייט אז דער בא�
¶117פסק'נט אפ דער שמאה, אז דעת בעהבתים איז היפך פון דעת תורה!
¶118איז דארט ניט דער פשט אין שמאה, אז דער בעה"ב קען ניט לעבן, אויב אזוי ”מאי קא משמע לן”, איז ער ניט, איז ניט שייך צו דעת תורה, אן אמהרש.
¶119דער פשט אין שמאה איז, אז אויב ער האט סמיכות אויף רבנות, ער איז זיך אבער מתעסק אין אן אופן בחייו ביז וואנענט ער ווערט אנגערופן אין תורה בשם בעה"ב, איז אט דעמאלט ווערט זיין השקפת ”עולם היפך” דעת טובה.
¶120במילא קען מען אים ניט מצרף זיין אין א בית דין.
¶121א מענטש וואס האט ניט קיין סמיכות אויף רבנות דארף מען ניט אויפטאן א נייעס אז מ'קען אים ניט מצרף זיין צו א בית דין.
¶122אויב ער האט סמיכות אויף רבנות, אף על פי כן זאגט מען, אויב ער לעבט אפ זיין לעבן אלס א בעל-הבית ווערט ביי אים דעתי היפך דעת טובה.
¶123דארף פסק'נען א דין תורה אין ”חושן משפט, על” אחת כמה וכמה אין אבן אזר, ירודי און אורחיים דארף מען האבן א רב וואס ער לעבט אלס א רב.
¶124און ווי מ'זעט דאס בפועל, ווען פירט מען אויס בא באלעבטים אז באלעבטים זיינען צופרידן פון א רב ווען זיי דערפילן אז ער איז א רב ניט קיין משרת בא זיי.
¶125אז זיי האבן דעם געפיל אז ער איז זייער א משרת ממלא פקודה, איז אט דעמאלט סוף כל סוף פארלירט ער בא זיי דעם גאנצן תפיסת מקום.
¶126און אט דא הויבט אן דער רב שרייען, דאס איז היפך הטבע, וויבאלד אז ער באקומט זיין פרנסה פון דעם בעל-הבית, אמת טאקע דאס איז זלן ומפרנס לכל דעם אויבערשטער גיט אים, דאס גייט אבער דורך דעם לבוש און דורך דעם ציני און דורך דעם בעל-הבית איז ”אין אדם מאות פנה בפני בעל” חובות א דין אין תורה.
¶127על דרך זה בא דעם וואס ער איז מקבל הטובה בכלל.
¶128זאגט מען אים! האסט קיין אנדער ברירה ניט, פיר זיך אין אן אופן פון הגדיל ”והפלוא הוי' לעשות ממנה”.
¶129אמת טאקע ער מכיר טובה וואס ער גיט אים די סכירות און גיט אים בין יפה און ביטער בזמנו ומיט הוספות, בשעת אבער ס'קומט צו תורה העלפט ניט קיין שוחד!
¶130על דרך זה, אז ס'הויבט זיך אן אט דער נאכגעבן, דער ניט שטיין מיט דעם תוקף המתאים אין דער אייגענער 'קהילה קדושה' קומט דאס דערנאך אראפ ווען ער דארף זיך גיין משתדל זיין בפני השלטונות, אין ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט ”דינא דמלכותא דינא”.
¶131וואס בעיקר ווי דאס איז פארבונדן אין ענינים של פועל, ווי ס'איז געווען אין שאלות לפועל, און דארט וואו מ'האט זיך געשטעלט בתוקף האט מען אויסגעפירט, און דארט וואו ניט האט מען ניט אויסגעפירט בשעת ס'האט זיך גערעדט וועגן כשרות אין ארצות הברית פאר אנשי צבא הנהגה על פי ירח-שמים זאלן זיי לאזן היטן שבת,
¶132טראגן אפילו באה וכיוצא בזה, ועל דרך זה די וואס געפינען זיך סיי בצבא סיי בבטי חולים סיי בבטי אסורים וכיוצא בזה, איז געווען רבנים וואס האבן גע'טענה'ט, וואס הייסט ער וועט גיין שרייבן מיט א גענעראל ער זאל מאכן אן אויסנאם פאר איינעם צווישן הונדערט און זאל אים לאזן גיין אויף שבת דאוונען מערער מיט א האלבע שעה,
¶133זאל אים לאזן עסן דוקא מאכל כשר וכו וואס דאס רירט זיך אן אין בריאות, במילא איז דאס נוגע צו הליכות הצבא, יעדער ענין טוט מען דאך אן אין ענינים של יראת שמים.
¶134ועד"ז ביז אט די וואס זיי האלטן מיטן פסק-דין פון צמח צדק, אז מ'דארף ניט רירן די בארד, און האבן געוואלט טראגן די בארד האט זיך דער רב געשעמט איינטשעלן זיך פאר אים, אז דער גנעראל זאל אים ערלויבן טראגן די בארד.
¶135געווען רבנים וואס זיי איז דאס געווען ניט באקווען מיט זיין הנהגה גופא, ער האט געהאלטן לויט אט די פוסקים אז מ'מעג אראפנעמען אין אן אופן פון טהר האט ער געקענט אים גיין און דערציילן ווי דער מעשה בפועל, אז פונקט אזוי ווי ס'איז דא שבעים אומות,
¶136און צווישן יעדער אומה איז דא כמה וכמה הנהגות וואס זיי זיינען אנדערש ממחות למחות, און אין יעדער ארט גיט מען נאך בהנוגע ”עניני לבושים וכו על” דרך זה איז אויך דא פון ”אלו ואלו דברי אלקים חיים” די וואס זיינען ביתרו דרב און זיי פירן זיך ווי רב,
¶137און ביתרו דשמואל ביתרו דרב הונא ”ר' יהודה ביתרו” דשמואל פירן זיך ווי שמואל, איז ער ביתרו דשמואל און דער איז אויך געבלאטן ביתרו דרב.
¶138און ביי א גוי נעמט זיך דאס אן, ווארום ער ווייס דאס מבשרו, ער ווייס דאס פון זיך גופא, און מ'האט געזען, אז דארט וואו די רבנים ווערן אנגערופן בשם טשאפלען, אדער פון צבא אדער פון בתי רופאים פון בתי חורים, אדער פון בתי אסורים, האבן זיך געשטעלט בתוקף האט מען באקומען מאכל כשר, און מ'האט באקומען אן אפשריות היטן שבת,
¶139און מ'האט באקומען אן אפשריות אפילו אז מ'זאל טראגן א גאנצע בארד וכו מיט אלע הידורים וואס מ'האט געקענט אויספירן, און מ'האט דאס אויסגעפירט בפועל.
¶140און אט דארט וואו דער רב האט זיך געשעמט, איז דערנאך איז דורכגעגאנגען א זמן קצר, איז געקומען צו אים דער גוי, דער קומא, דער גלח, דער גוי' שע, און האט זיך געזאגט, ווי אזוי שעמסט זיך ניט, אז בשעת ס'רעדט זיך וועגן אמונה שלהם
¶141האט ער זיך ניט געשעמט און האט געזאגט, און ער איז מכהן אין א כהונת רבנות אין א כהונות פון א טשאפלעין, און שעמט זיך קומען צו גיין צו א גוי און זאגן אים הער זיך איין אז ער איז א מאמין בא שם ובתורתו ובעבדיו, וואס דאס איז דער ”מאן מלכי רבנן”, און די רבנן האבן געזאגט באופן כך וכך.
¶142וואס די התחלה בזה איז געווען ס'איז געווען די חרישות אין ”אל יבוש מפני המלעיגים”.
¶143ס'איז געווען די חרישות, אז הגדיל ו”הגדיל הוי' לעשות עמנו” איז דאס 'בקרב הארץ' ניט נאר אין קדשי קדשים, אין די ”עשרה ניסים שנעשה לאבותינו בבית המקדש”, און אויך אין ירושלים וואס ער איז דארט כולל נאר ביז אין דעם איין ”בעל הנס מכיר בניסי” אבער ס'איז דא ניסים בכל יום ויום,
¶144נאר וואס דען ס'איז עמלו לא תנפלאות כדולות לבדי ווי די גמרא זאגט, און עמאל איז דער בעל הנס דערזעט אויך דעם נס, און אט דעמאלט, בשעת ער איז דאס מגלה און זאגט הפלו ו”הגדיל הוי' לעשות עמנו” 'בקרב הארץ' און שרייבט דאס אן, און דערנאך ווערט דאס אפגעדרוקט,
¶145און דאס ווערט פאנאנדערגעשיקט ווערט דאס א הוראה מיט א נתינק'ס כח, אז יעדער איד בכל מקום ומקום וועט זיך שטעלן מיט דעם תוקף אין די ענינים וואס זיינען פארבונדן מיט ”עוסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור,
¶146ביז אין אן אופן פון הגדל והפליא אט דעמאלט וועט ער אויספירן און ס'וועט זיין ידו על העליונה ביז וואנענט אז דאס וועט ברענגען ווי געזאגט פריער ס'וועט זאגן בגלוי ”בית יעקב לכו ונלך באור הוי” און דאס וועט גלייך ברענגען נאך זיך נקבע צו עמים רבים, און וועלן זאגן,
¶147אז וויבאלד אז מ'ציון תוטה תורה און וואס קומט מירושלים ודבר הוי' מירושלים איז לכו ונלך און מ'וועט זיין בהר ציון בית אלקינו ביז דאס וועט אראפקומען, ס'וועט זיך ענדיקן דער גלות, און ס'וועט זיך אנהויבן די גאולה האמיתית והשלימה ע'י משיח צדקנו,
¶148ביז אין אן אופן אז תיכף ”ומיד הן נגאלין” אין אגורה שלימה, ובקרוב ממש.