עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-24s7rspd

kind
paragraph
order
WL
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מתקן עולם במלכות שד-י", אז די גאנצע וועלט שטייט אין אן אופן פון עולם התיקון, ווארום ס'איז ניכר אזוי געהערן צו דעם אויבערשטן, און דער אויבערשטער רעגירט דארטן, ווערט דאס אנגעפירט ווי דער אויבערשטער וויל, וואס דרכיה דרכי נוהו וכל נתיבותי'שלום אז ס'איז אלץ אין א זיסן אופן און אין א שלום'דיקן אופן, און אלץ אין א געזונטן אופן מיט א געזונטן גוף פון א געזונטער נשמה, און איז זיכער, אז דאס ברענגט נאך מערער, ובפרט נאך צו יעדער מענטשן און יעדער אידן אין זיין משפחה, אז ס'זאל זיין דער אמת'ער שלום אין דער משפחה צווישן עלטערן און קינדער, און צווישן זיידעס און באבעס און אייניקלעך און אור-אייניקלעך, ניט קוקנדיק וואס זיי געהערן צו פארשידענע גענעריישאן'ס, צו פארשידענע דורות, ווערן ז אלע דורכגענומען מיט די תורה פון דעם זעלבן אויבערשטן און מיט זיינע מצוות, וואס איינע פון די הוי פטשט מצוות איז דאך ואהבת לרעך כמוך אז מ'זאל טאן אלץ פאר'ן צווייטן, פונקט ווי מ'טוט דאס פאר-זיך, במילא האט מען אויך אמת'ן נחת פון קינדער און קינדס-קינדער, און מ'נעמט-אויף דעם נחת מיט א געזונטן גוף און מיט א געזונטער נשמה און מיט א געזונטן אופן פון לעב�
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions