פסקה
פסקה rh-23zs6tky
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-wnwwrbxg
- order
- Y
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- דערנאך איז דא א מעמד ומצב וואס מ'דארף האבן ביידע ענינים, וואס דאס איז פארבונדן מיט א קביעות השנה ווען מ'האט נצבים וילך צוזאמען. וכמדובר, אז ס'איז ניט דער פשט ווי על דרך פון די קריאת התורה, אז פריער דער ערשטער טייל פון דער וואך האט מען נצבים, און דער טייל האט מען וילך, און דער שינוי איז מערניט אין דערויף וואס דאס איז אין דעם זעלבן שבת באקומען זיי מתברכ און אין דעם זעלבן שבת ווערט זייער שלימות, נאר ס'איז אזוי די ערשטע רגע פון דער וואך פון נצבים וילך האט שוין אין זיך די נתינת-כח, אז ס'זאל זיין די עבודה אין יעדער נקודה אין אן אופן פון נצבים וילך. וואס דאס איז אויך פארבונדן, בשעת מ'גיט צדקה, האט מען דאך אויך אן ארט אויף מרבה זיין נאך מער בצדקה, וואס בכלל איז דאך חודש אלול, כמוזכר לעיל, פארבונדן מיטן ענין פון מרבים בצדקה, על אחת כמה וכמה אז מ'האט אויך א הסברה, און מ'פען דאס אויך פארבינדן מיט פרשת השבוע, אז בעצם איז דאס צוויי באזונדערע ענינים אין עבודה, און צוויי באזונדערע סדרות אין דעם מספר הסדרה שבתורה, און צוויי באזונדערע הפטירות וואס יעדערער האט בפני עצמה, ביחד עם זה איז אויך דא אמאל הזמן וואס דאס איז בפרט בשנה זו, וואס דעמאלט האט מען בכל רגע ורגע כמדובר בשבוע זו ושבוע זה, האט מען אז יעדער רגע האט נצבים וילך ביחד, במילא איז אויך פארשטאנדיק אז דער רגע שלאחרי זה, וואס דאס קומט דאך אלס א המשך פון אן עלי'פון די רגע שלפני זה, אן עלי'אין דעם זעלבן ענין טאקע, אבער אין אן אופן פון עלי בויט מען די נצבים אויף דעם סיום פון דער פריערדיקער עבודה, וואס דער סיום שלה איז וילך, במילא ווערט דער נצב אויך אין אן אופן פון א העכערן אופן, א העכער התחלה וכו,' און דערנאך האט מען דעם וילך פון דעם צווייטן רגע, על דרך זה האט מען די נצבים וילך פון דעם דריטן רגע, וואס דעמאלט ווערט דאס אויך די ג'פעמים
- proofread
- 0