English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

81 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1ער ברענגט זיך אויך אראפ אין די דרושי חתונה, דעם מאמר וואס די גמרא זאגט כיצד מרגדין לפני הכלה און איז מסביר פארוואס עפעס דארף זיין דער עיקוד דוקא לפני הכלה, און דערמאנט דאך גארניט דעם חתן, ווי אויך מבואר אין די דרושים ווי געבראכט אין לקוטי תורה און אין דרושי חתונה וואס זיינען אין סידור ובכמה מקומות.

2וואס על כל פנים די כלה ווערט דאך אנגערופן עקרת הבית איז דאך אויך דער כאן המקום להאיר ולדבר בנוגע צו די ענינים פון ”כיצד מרקדין לפני הכלה” וואס בפשטות איז דאך דורך דערויף איז מען איר משמח,

3און דערנאך ווערט דער משמח אויך די שמחת החתן על ידי הקלה וביחד אים הקלה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט די ענינים וואס זי איז עקרת הבית וואס זי איז דער עיקר און בויט-אויף חכמת נשים בנתה ביתה, וואס דאס איז דער 'כללות ענין' אז דאס פירט זיך א אידישע הויז בכל הפרטים,

4ובמיוחד די ג' ענינים וואס ראשי תיבות השכנה כמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז די ג' מבצעים המבצעים הידועים פון נרות שבת קודש, פון כשרות האכילה ושתי' און טהרת המשפחה, כמדובר כמה פעמים.

5וואס לכאורה איז דאך א דבר הפשוט, אז דאס איז נאך פאר דער חתונה איז אויך דא אט די אלע ענינים, ווען איז דאס אבער נוגע לפועל און דאס הענגט אפ אן דער עקרת הבית?

6הויבט זיך דאס אן פון דער חתונה, און ניט פון אירוסין, נאר פון נישואין.

7ווי מ'געפינט דאך בא דער ערשטער שידוך און חתונה, וואס רעדט זיך בתורה באריכות, ביז ווי דער מדרש זאגט אז הוכפלה פרשה זו ב'ו ג' פעמים.

8וואס בא נישואין פון יצחק ורבקה, וואס ווי מ'איז מבאר אין די דרושים פון יפה שיחתן אז דאס איז דער ענין כללי און דער ראש דערנאך אויף די כל החתונים שלאחרי זה.

9ביז ווי דאס איז ברוחניות אן ענין כללי אויף יחוד מה ובן וואס ס'איז דא בפרטיות בכל התורה ובכל מצוה ובכל ענין שבתורה, וכמבואר אין אט די דרושים.

10וואס דערפאר געפינט מען דאך אויך, ווי כמדובר כמה פעמים, אין פירוש רש"י על התורה, וואס דאס באווייזט דאך אויף פשוטי הדברים, און אנהויבנדיק נאך גאר פון קטן שם פון ”בן חמש למקרא” לערנט מען שוין מיט אים אט די דריי ענינים וואס זיי זיינען מרמז אויף די דריי מצוות פון נרות שבת קודש און כשרות און טהרת המשפחה,

11כמדובר כמה פעמים, ואביהו האוה לה שרה אמה והנה אז זי האט ער געזען אז זי איז פונקט ווי שרה אמה, וואס אט אזוי איז דאך אויך דערנאך, בא ”כל אחת ואחת”,

12אז זי האט חתונה על יסוד התורה והמצוה כדעת משה וישראל, והנה היא שברו עמו וואס יעדער אידישער טאכטער ווערט זיך אנגערופן בספרו רבקה רחל ולאה.

13וואס בפרטיות איז דאס אט די דריי ענינים, ס'איז דאך אבער דא דער כללות הענין, וואס אשה מצוה פונקט אזוי ווי איש אין די דריי ענינים זיינען זיי דער עיקר, ולהם אדער נמסרה להם בעיקר און דערנאך איז דא וואס זיי זיינען בשוה בפרט אויף פי המבואר אין הלכות תלמוד תורה פון דעם אלטן רבי'ן, אין דעם סיום וחותם פון פרק ראשון שבו.

14וואס דאס איז אויך דער כאן המקום לעורר, אז בכלל איז דאך די ענינים ווי גערעדט אין כללות הענין, חתן וכלה, איז דאס ”מלמעלה למטה און מלמטה למעלה”.

15וואס אזוי אין 'עבודת האדם' במיוחד איז די עבודה שטעלט זיך איין אין ביידע אופנים, אין ענין העבודה 'מלמעלה למטה', וואס כללותו איז דאס ענין התורה,

16וואס ניתנה מן ”השמים, נסעה וירדה כמה” מדריגות, בלשון התניא, און דער ענין המצוות, וואס כללותם איז ענין הצדקה וגמילות חסדים, איז וואנענט אז דערפאר איז נקראת בירושלמי בשם מצות סתם,

17ווי ער זאגט אין תניא, וואס דאס איז דער ענין פון צדקה.

18ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז דער 'כללות ענין' וואס נעמט ארויס פון גלות און ברענגט די גאולה האמיתית והשלימה איז דאס ”ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה” דער ענין התורה, במשפט כהלכתא קדמעשה ווי ער ברענגט אראפ אין די דרושים אויף דעם פסוק,

19ושבי' דער ענין פון תורה וצדקה.

20וואס דערפאר איז כאן המקום לעורר, אז ס'איז דאך ”מנהג ישראל” אז מ'קויפט א מתנה דעם חתן, אן ענין פון ספרים בכלל, אדער ווי ס'פירט זיך במדינה זו דער ענין פון א ש'ס וכיוצא בזה, זאל מען אויך איינפירן אז מ'זאל ברענגען אויך א מתנה אין דעם 'בית חדש',

21דער ענין פון צדקה א צדקה פושקע, וואס דאס וועט דערמאנען, ווי כמדובר כמה פעמים, אפילו ווען ער גיט ניט קיין צדקה בפועל, מאיזו סיבה שתהי אז ס'איז ניטא קיין עניים ונצרכים וכיוצא בזה,

22איז אט דעמאלט איז די צדקה פושקע דערמאנט אים דעם ענין הצדקה, און דערנאך און דערמאנט למטה ולמעלה אז דאס איז א הויז וואס איז געבויט געבארן אויף תורה ומצוות, אויף תורה ווארום דאס איז א ”בית מלא ספרים”,

23און אויף צדקה 'כללות ענין' המצוות, ביז ווי מ'זעט דאס 'בעיני בשר', דערויף וואס מ'זעט די צדקה פושקע סיי בימות החול סיי בלילות החול, בלילה און סיי ”בשבתות ובימים טובים”, זאל אויך איינגעפירט ווערן,

24אז בשעת מ'איז ”בונה בית חדש” בחיי נישואים, אפילו אז מ'בייט פון א דירה צו א צווייטע דירה, זאל אריינגעטראגן ווערן, צוזאמען מיט די ספרים אויך אן ענין פון א צדקה פושקע,

25און דאס דארף מען דאך ניט האבן די הוראה מיט דעם נתינת כח, אז מ'זאל געבן צדקה בפועל, סיי אין דער פושקע און סיי צדקה מבחוץ לבית וכו אבער דאס איז דער צדקה, פושקע בבית, במכל-שכן וקל-וחומר,

26אז מ'האט זיך משתדל געווען אין בית המקדש, וואס דארט איז יעדער ענין געווען אויסגערעכנט ומדוייק בתכלית הדיוק, האט מען געפרעגט קודם הקרבת כל הקרבנות, צי ס'האט זיך געזען בחברון, און

27ווי די גמרא איז דאס מבאר, כדי דערמאנען זכות אבות בחברון האט מען מוסיף געווען א ענין וואס האט לכאורה קיין נפקא מינה ניט צו הקרבת הקרבן, איז די גמרא מסביר, אז דאס איז געווען די הנהגה בפועל בכל יום ויום,

28קודם לקרבת כל הקרבנות, נאך פארן קרבן תמיד, וואס ער איז די התחלה פון קרבנות דארף מען שוין דערמאנען זכות אבות שבחברון, און אויף דערויף איז גענוג אז מ'דערמאנט צי ס'איז שוין אנגעהויבן טאגן, און דערמאנט מען דערביי חברון, על אחת כמה וכמה אז ס'שטייט א כלי קיבל אויף מזבעות פון צדקה,

29ועל אחת כמה וכמה אז דאס וועט שטיין ניט באהאלטענערהייט, כאילו ווי חס ושלום מ'שעמט זיך דערמיט, נאר אדרבא דאס וועט זיין פון תכשיטי הבית,

30אז דאס איז א זאך וואס באשיין די הויז, אז דאס איז א הויז פון וועלכע ס'גייט ארויס צדקה צו די וואס לאיזה סיבה שתהי' דארפן זיי נאך דערצו אנקומען, על כל פנים משכיל אל דיו אז ער איז א דל באותו שעה, וואס דערפאר איז דאך גמילות חסדים שייך אויך בהנוגע צו עשירים,

31ווי ער איז מבאר די מעלה פון גמילות חסדים אויף צדקה, וואס דאס איז סיי לעשירים און סיי לעשירים און סיי לעניים.

32ובפרט נאך על פי המסופר אין די זכרונות פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, ווי אזוי מ'האט מרגיל געווען קינדער און אויך גדולים אז מ'זאל לייען איינעם די צווייטן כדי מ'זאל זיך מרגיל זיין און ס'זאל ווערן א טבע בנפשו, דורך ”לפי רוב המעשה” דער ענין פון צדקה וגמילות חסדים, כמסופר בארוכה אין די זכרונות.

33וואס דאס איז נוסף על העיקר, אז וויבאלד אז מ'רעדט א התעוררות וואס נעמט זיך פון א זאך וואס איז פארבונדן מיט א חתונה, וואס דעמאלט ווערט דאך דער ענין פון טהרת המשפחה א יסוד און א הכרח און א זכות, און א זכות הכי גדול, אויף אויפשטעלן דורות שערים יבורך,

34”בנים ובנות עוסקים בתורה ובמצוות”, און אויך באקרוי' ובתנוי' ונתרא לבעלייהו עדי עשו מבוא מדרשו, ווי די גמרא זאגט אין ברכות בנוגע צו בנות במיוחד,

35זאל אויך זיין אט דער ענין, כמדובר לעיל, פון א צדקה פושקע, צוזאמען מיט ”בית מלא ספרים” און זאל מוסיף זיין אין די מבצעים ”ביתר שאת וביתר עוז” אויף די אלע וואס קענען טאן אין דעם.

36און דאס זאל אויך ברענגען, ווי ער ברענגט אראפ אין די דרושי חתונה, אז אין צדקה גופא איז איינע פון די גרעסטע מעלות בזה, איז דאס דער ענין הצדקה פון פדיין שבועים און ער טייטשט אפ,

37אז פדיין שבועים איז דאס בא יעדער ענין פון תורה ומצוותי איז ער פודה פון דעם שביעי וואס מ'געפינט זיך בשביעי, די ניצוצות הקדושה ”אין קליפת נוגה”, אדער נאך חס ושלום נאך נידעריקער דערפון,

38ועל ידי 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' איז ער פודה, און ”פודה בשלום נפשו”, ווארום דאס איז פארבונדן מיט תורה, וואס דעמאלט איז דאך די ”פדיה בשלום” כמבואר בארוכה אין די דרושים פון ”פדה בשלום” און מ'איז דאס פודה און דאס ווערט א הכנה צו די פדיון שבועים פון אלע אידן, בקרוב ממש, על ידי משיח צדקנו.

39וואס דאס איז אויך דער ענין פון כל המבצעים כולם, וואס יעדערער פון זיי איז דאך אן ענין פון פדיין שבועים, לויט אט דעם ביאור פון די דרושי חתונה, אנהויבנדיק פון פניין החינוך,

40וואס דאס גופא וואס מ'זאגט אז מ'דארף אים מחנך זיין, און דאס איז דאך שייך בא יעדערן איז ”זהו חכם הלומד מכל אדם”, זאגט מען דאך ניט שלעמד 'מכל אדם' נאר הלומד לשון הוה,

41אז רוב ימים ידיעו חכמה אז אפילו אז ער האלט שוין ביים סיום פון מאה ועשרים שנה איז 'בכל רגע' ורגע האט ער דעם נתינת-כח אויף צו זיין א חכם, דורך דערויף וואס ער וועט זיין א לומד,

42אים וועט צוקומען א זאך וואס מיט א רגע פריער האט ער וועגן דערויף ניט געוואוסט, ניט געהאט אין דערויף על כל פנים קיין 'הבנה והשגה', וואס דורך דערויף איז ער זיך פודה פון דעם שביעי ס'איז דאך ניטא קיין גרעסערער שביעי פאר א חכם אמיתי, וואס דאס איז דאך יעדער איד וואס ער איז א טייל פון ”עם חכם ונבון העם הזה”,

43איז ער אים פודה פון דעם שביעא פון ניט וויסן, וואס דאס איז דאך היפך החכמה, העדר הידיעה איז דאך היפך החכמה, עאכו כמה וואס ער איז א חכם בעצם החכמה.

44וואס דערנאך קומט דאס אראפ אין אהבת אין ענין פון אהבת ישראל, וואס דורך דערויף קומט דאך צו דעם צווייטן אידן, אז וויבאלד אז מ'קומט-צו א זאך, ער גיט אים עפעס וואס יענער האט נאך ניט געהאט,

45צי דאס איז ”סבר פנים יפות”, אדער דאס קומט אראפ בכמה וכמה ענינים, כמבואר אין הלכות צדקה און אין הלכות פון אהבת ישראל, דרושים פון אהבת ישראל, איז ער זיך אים פודה פון דעם חסרון ועניות וואס ביי אים האט געפעלט אט דעם פרט אדער אט דעם כלל וואס ער גיט אים.

46עאכו"כ דער ענין פון תורה, און תפילין, און מזוזה, און צדקה, מיט ”בית מלא ספרים” און דערנאך די דריי ענינים פון נרות שבת קודש, און כשרות אכילה ושביעי,

47און דער ענין פון טהרת המשפחה, וואס דאס איז דאך עשר ענינים, וואס עשר איז דאך כולל כל הענינים כולם, ווי ער זאגט אין פרדס בתחילתו, מ'איז מבאר אין דערויף כמה וכמה ”מאמרי חז"ל בנגלה ובנסתר”, ובפרטיות,

48ס'איז דאך ”ועשרה מאמרות נברא העולם” אז די אלע ענינים שבעולם זיינען נכלל אין עשר און באשטיין פון עשר.

49וואס די התחלה בזה איז מצד דערויף וואס גאנץ 'סדר השתלשלות' האט זיך אנגעהויבן פון עשר, ווי ער זאגט אויך אין דעם זהר אין ביאור פון ברכה השביעית, כמדובר לעיל.

50וואס בהנוגע לפועל, ובעניננו אז ס'זאל צוקומען א התעוררות, ובפרט אויף די ערטער וואס מאיזו סיבה שתהי' איז נאך דארט ניטא ביז איצטער אן ענין פון א חברת נשים ובנות בהנוגע צו מפיץ זיין יהדות בכלל,

51ובהנוגע צו נשים נישואות מפיץ זיין דער ענין פון טהרת המשפחה, מיט אלע פרטים שבדבר, און די וואס גרייטן זיך לחיי אין נישואין זאלן האבן וואו צו לערנען, און לערנען דאס באופן הכי טוב ובאופן הכי שלום, צוזאמען מיט אפדרוקן ווי מ'האט שוין דאס געטאן בכמה מדינות,

52די לשון עם ועם די דינים און די מנהגים בזה, וואס ליידער איז דא כמה חוברות וואס דארט איז מסיבות שונות ומשונות דא פרטים וואס פעלן, וואס דערפאר איז א דבר הכי נכון אז מ'זאל נאכאמאל מגי' זיין די חוברות וואס זיינען שוין געדרוקט געווארן,

53און טאמער דארף דאס קאסטן באזונדערע געלט איז כמדובר כמה פעמים בענין המבצעים וועט מען באצאלן דער ענין פון די פאר דער ענין ההגעה,

54אבי מ'זאל זיין זיכער אז די הגעה איז געווען על ידי מומחה באותו ענין, וואס ער ווייס ביידע זאכן, אין אלעם ערשטן ווייס ער די דינים, און ס'איז דאך אזא מין ענין וואס דארף ער האבן אז ס'זאל זיין באווארנט מיט אלע הידורים,

55ווארום עלטערן, און אידן בכלל, און מענטשן בכלל, בכללו כללות, ווילן דאך אז א קינד זאל געבארן ווערן און זאל וואקסן בתכלית השלימות, וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז די הכנה להעלדה שלו, במילא אויך די הכנה צו דעם עיבור, דארף זיין אויך בתכלית השלימות.

56און מ'זאל אויך וויסן די שפה, די פרט אין וועלכע ער איז דאס מעתיק אויך בשלימות כדרוש, נוסף אויף דעם עיקר, ווארום אמאל ניט וויסן גענוי די שפה אין וועלכע ער איז דאס מעתיק קען אויך ארויס חס ושלום א מכשון ווי ער גיט ארויס דעם דין אדער דעם מנהג.

57און דערנאך איז בגן זה אויך אן עיקר, אז בשעת ס'וועט זיין געשריבן אין א ריכטיקער שפראך, אויסגעהאלטן לויט די ”כללות שפה זו” וועט דאס צוציען די וואס לייענט דאס,

58אז איר זאל דאס ניט לאזן אין מיטן, מצד דערויף וואס דאס איז צורם את האוזן, זי פארטראגט ניט אז ס'איז געשריבן אין אן אופן משובש, ואדרבא דער יופי הלשון זאל איר צוציען אז זי זאל דאס לייענען, און דער עיקר אז דאס זאל איר דורכנעמען אז זי זאל דאס מקיים זיין בפועל.

59און דערנאך איז זעלבסט-פארשטענדלעך, אז ”המעשה הוא העיקר” מפיץ זיין אט די חברות צו יעדערע וואס דארף האבן א תוספת ידיעה בדינים ומנהגים אלו.

60וכמדובר, אז ליידער איז דא כמה חוברות וואס אין זיי פעלן פרטים, אדער די פרטים זיינען ניט ארויסגעגעבן געווארן מיט דער קלארקייט אין וועלכע זיי דארפן ארויסגעגעבן ווערן, אדער אפילו אין אן אופן משולש.

61נוסף על העיקר, אז ס'איז כדאי אז בכל עיר ועיר זאל זיין א חברת נשים וואס זיי זאלן אכטונג געבן אין די אלע ענינים הקשורים בזה,

62אנהויבנדיק פון שטעלן זיך אין פארבינדונג מיט די וואס זיינען מסדר קידושים, צי דאס איז א מסר אדער דאס איז רבנים, אדער כיוצא בזה וויסן ווער דארף חתונה האבן און ווער האט חתונה בעתיד הקרוב,

63און דערנאך זוכן וועגן ווי אזוי אין דרכי נועם ובאופן אדין אויסגעפינען צי מ'דארף דארטן האבן א זירוז אדער א ידוד בהנוגע אז דאס זאל זיין א בית בנין עד יד, געבויט על יסוד התורה והמצוה,

64א בית וואס וועל געבארן ווערן געזונטע און ליכטיקע און ערלעכע קינדער וואס וועלן מקבל זיין בקרוב ממש פני משיח צדקנו, צוזאמען מיט זייער מוטער, צוזאמען מיט זייער פאטער, און צוזאמען בזקנינו,

65בזיידות און אורזיידות וכו על כל פנים חברה אחת בכל עיר, און מה טוב אויב די עיר איז פאנאנדערגעטיילט אויף שכונות אדער חוגים, וואס יעדער חוג האט דאך זיינע מנהגים, ויש מקום מלאמר אז ס'איז אויך דא א חינוך, ס'איז אויך דא חילוקי מנהגים בענינים אלו,

66אז יעדער חוג זאל זיך האבן זיין חברה וואס וועט מען שטיין על א משמר, און נאכמערער זיין און מעודד זיין בזה.

67און אויך, ווי געזאגט פריער, אט דאס וואס מ'זאגט בעל פה, איז אדער ס'בלייבט ניט נקלט אין זכרון פון דעם שומע פון דער שומע אדער זיי פארגעסט און דערנאך שעמט זיי זיך איבערפלעגן זאל מען קענען אויך מיטגעבן א חוברת וואס דאס וועט זיין געשריבן און אפגעדרוקט,

68און אין דער חוברת זאל אויך זיין די רשימות הכתובות פון די אדרעסן פון ”מקוה טהרה, כדי” יענער זאל זיך ניט שעמען, אף על פי וואס בא איר איז שוין כמה זמן און זי ווייס נאך ניט וואו ס'געפינט זיך די מקוה זאל זי ניט דארפן פרעגן,

69זאל זיך דאס קעפינען מן המוכן און אלע כשר"ע וואס ס'איז דא בשכונתה ו”בכל העיר כולו”, ווי מ'זעט דאך בפועל אז ס'איז דא אזוינע וואס ווילן גיין דוקא אין א מקוה הקרובה, און דא אזוינע וואס ווילן גיין דוקא אין א מקוה וואס זי איז בגשמיות ניט קיין קרובה, מאיזו סיבה שתהי.'

70וכמדובר ”המעשה הוא העיקר”, אט דארט וואו ס'איז שוין דא די חברות זאלן מאכן אן אסיפה מיוחדה בקשר ומתוועדו זו,

71ווי אזוי ווי כמדובר לעיל, אז גוט איז גוט, אף על פי כן איז בעסער נאך בעסער, אויף מוסיף זיין ”ביתר שאת וביתר עוז” אין די פעולות שעד עתה,

72און אויך זיך מתבונן זיין, ער דארף מוסיף זיין פעולות חדשות וכל השייך לזה, על אחת כמה וכמה אין די שכונות, אדער אין די שטעטלעך, אדער די שטעט, וואס ס'פעלט נאך דערוויילע, מאיזו סיבה שתהי"א חברה בתוכן זה.

73און מ'האט דאך די הבטחה, אז לב ישראל אור הוא אז מ'איז מעורר א אידישע הארץ אין אן ענין וואס איז פארבונדן להקב"ה, לתורתו ולמצוותיו,

74ווי ער זאגט אין מדרש אויף דעם פסוק איז א זיכערע זאך, אז די אידישקייט וואס אין הארצן וועקט-אויף די הארץ, ”וליבא פליג לכל שייפין” און דאס פועל"ט אויף דער איר אינגאנצן,

75אז ס'זאל ווערן א הליכה מחיל אל חיל בכל ענינים אלו, ו”מצוה גוררת מצוה” אויף דערביי איז מען אויך זוכט מען און מ'געפינט א געלעגנהייט אויף צו רעדן וועגן כל המצוות וואס הענגען אפ אן עקרת הבית, ובפרט נאך כשרות פון דער קיטשן פון אכילה און שתי נרות שבת קודש,

76און די גמרא ווי די גמרא זאגט, אז אקרועי והתנוייר ונתל לבעלייהו ביז וואנענט זיי קומען פון בית המדרש, אז זי זאל צויאגן דעם מאן מיטן עלטערן ברודער,

77אז זיי זאלן לערנען תורה מיט נאכמער התמדה און שקידה פון ווי ביז איצטער, און חכמת נשים בנתה ביתה און אויך אט די וואס גרייטן זיך דערצו לייגן זיי שוין די יסודות נאך פאר דער חתונה,

78אז דערנאך זאלן זיין די נישואין באופן המתאים, און ווי גערעדט כמה פעמים דאס וואס ער זאגט אין זהר אז דורך דערויף וואס מ'צינדט אן נרות שבת קודש נאך פון קטנות אן איז מען מקיים א מצוה, און נרות שבת קודש האבן א סגולה מיוחדת בנוגע אז ס'זאל זיין א מאן א שומר תורה ומצוה, און א מאיר בישראל,

79א מאיר בישראל, און א מאיר בישראל, ווי ער זאגט אין זהר אין פרשה בראשית, גלייך אין אנהויבס פון זהר הקדוש.

80און יהי רצון, אז מ'זאל טאן אין די אלע ענינים 'בשמחה ובטוב' לבב, במילא וועט דאס פורץ זיין כל הגדרים וההגבלות והמדידות, במילא וועט דאס אויך אראפברענגען דעם יעלה הפירות לפנינו, וכמדובר לעיל וועט זיין בקרוב ממש די נישואי נישואין פון חתן וקלה העליונים,

81פון דעם אויבערשטן מיט אידן, פון די אירוסין אין די נישואין, ובקרוב ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים