עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-22ajzdex

kind
paragraph
order
YR
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אז מ'געפינט זיך אין א מקום קדוש, אין א בית-הכנסת און א בית-המדרש, ווי מ'געפינען זיך אלע איצטער איז דאך דאס אן אפשפ יגלונג, אז יעדער איד און יעדער קינד דארף מאכן פון זיין חדר ביי א קינד, אדער דער ערוואקסענער פון דער גאנצער הויז, א דירה וואס דער אויבערשטער זאגט אויף דערויף, ושבתו לי מקדש ושכנתי בתוכם מ'מאכט דערפון א הייליקן חדר, אז זיין צימער האט ער דארטן א סידור און א תהלים און א צדקה פושקע, ווי דערמאנט מערערע מאל ווערט דער צימער, בדוגמא פון א מקדש מעץ, ווי דער מקדש איז געווען בפשטות, מאכט ער בדוגמא לזה אן ענלעכקייט אין זיין צימער אין וועלכן ער שלאפט, האט ער דארט, ווי דערמאנט די צדקה פושטה, און א סידור, און א חומש, ווען ער איז שוין שייך צו לעבן חומש וכיוצא בזה ספרים, און דערנאך האט ער אויך א געזונטן שלאף און א געזונטן וואך, און האט א געזונטן טאג, און לאנגע געזונטע, פריילעכע אידישע יארן.
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions