Paragraph
Paragraph rh-21eh55bx
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-vzd6sm5y
- order
- 6C
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אויך א שייכות מיוחדה ליום זה, וואס דאס איז דאך דער יום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואס בשעת מ'האט צוויי מאל יום השלישי שהוכפל ווערט דאס דעמאלט יום הששי, איז דאס אויך דער יום הששי פון ימי הסוכות, וכמדובר בארוכה אין די התוועדות פון שנים שלפני זה. יעדער ענין דארף דאך זיין, מאי נפקא מינה למעשה ווי מ'פרעגט דאך דאס אין שעת און א ריבוי פעמים, מאי בינייהו און מ'דארף ארויסברענגען אז דער בינייהו זאל זיין בנוגע למעשה בפועל, ביז להלכה בפועל, איז דאך פארשטאנדיק אויך בפשטות, הנפקא מינה למעשה איז, אז יעדער איד, בכל מעמד ומצב, סיי אין זמן און סיי אין מקום, ועוד יותר בנוגע צו מצבו הוא בעבודתו הוא איז יעדער רגע פון די אלע ענינים דארף זיין אין אן אופן פון הוכפל, וואס דאס האט א שייכות מיוחדה ווי אלע ענינים פון תורה האבן דאך א שייכות מיוחדה צו שלימות אין וועלט, און שלימות סיי אין זמן און סיי אין מקום אין וועלט, וואס דאס איז דאך פארבונדן אז דאס זאל זיין ווי טוב ועל פי הטובים,
- proofread
- 0