Paragraph
Paragraph rh-214086f8
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-trc9p7wr
- order
- Kf
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- געזונט, במילא נוצט דאס אויס דער יצר הרע אלס אן אויב, אלס א פיינט פון דעם אויבערשטן, און ברענגט א ראי'פון די אלע ניט-אידן ארום אים, און פון די אלע יצר הרע פון דעם ארום דעם יצר הרע, אז דער איד זאל אויך פארזוכן און זען ווי ס'וועט אויף אים פועל זיין בשעת ער וועט עסן רחמנא ליצלן א ניט-אידישן מאכל וויסנדיק אז דאס איז א ניט-אידישער מאכל, אדער מ'וועט אים דערציילן אז ס'איז א ניט-אידישער מאכל, און ברענגען א ראי'אט די וואס זיינען ארום דיר, און דיין יצר-הרע אליין, דעם יצר-הרע פון דעם אידן אליין, וואס ער געפינט זיך אין חלל השמאלי פון דעם לב, אין דער לינקער אפטיידונג פון א אידישער הארץ, איז דאך ווי דער אלטער רבי זאגט געפינט זיך דארט דער יצר הרע במילא ברענגט ער ארי און וויל אים איינרעדן, אז ער איז זיין פריינט, און ניט קיין יצר הרע נאר גאר דער יצר טוב וויל ער אים איינרעדן, אז ער רעדט אים איין א דבר טוב. והראי אז די פעלקער ארום אים עסן דאס און זיינען געזונט און דער רירן ניט טאן זייערע מצוות, זאל ער אויך פרואווען און פארזוכן, במילא טענה'ט
- proofread
- 0