English
ספרייה
kind
paragraph
order
C6
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
פאראיינציקט דאס זיי, ובג' שלשה פעמים אהבה חזקה, אין א שטארקן אופן און אין א חזקה דיקן אופן, אז זיי ווערן איין און איינציקע מציאות, ניט קוקנדיק אויף דערויף וואס מ'לעבט אין פארשידענע לענדער, און אפילו אט די וואס האבן זיך געטראפן אין א בית קדוש, אין בית הכנסת און א בית המדרש, און פארבראכט צוזאמען אין אן עת רצון, וואס דאס איז דאך דער עת רצון פון ארבעים שנה פון הסתלקות, וואס פון דעם ערשטן מאל, פון דער הילולא, פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, איז שוין דורכגעגאנגען דרייסיק-ניין מאל, און דער פערציקטער מאל, און איצטער שטייט מען שוין נאך יו'ד שבט, האט מען דאך אויך דעם פערציקטן מאל בשלימותו, וואס אט דעמאלט ווערט דאך דער נתן הוי'לכם ולב לדעת ואינעים לראש ואזנעים לשמוע, וואס דאס פארנעמט דאך דעם גאנצן מענטשן מיט אלע זיינע חושים און מיט אלע זיינע כוחות און די נשמה זיינע, און אויך דער גוף זיינער, ביז דער לב הגשמי, און אין ניים הגשמיים און אזנעים הגשמיים, ווערט דאס אלץ צוזאמען פאראיינציקט,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים