transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1אזוי ווי ס'איז דאך א כלל אין תורה, אויף כל ימות השנה, אן אונטערשיידט כלל אז פותחין בברכה איז דאך פארשטאנדיק אז לכל לראש דארף מען פותח זיין בברכה און ווינטשן יעדער אידן, בתוך כלל ישראל און כלל ישראל, דעם ענין פון גוט ראש חודש, וואס דאס איז דאך במיוחד נאך דוקא בנוגע צו ראש חודש מנחם אב, ווי דערציילט אין גמרא א דבר פלא, אז דאס וואס ס'איז געווען די קביעות הימים בשנה ההיא, איז דערפאר וואס ס'איז צוגעקומען א טאג אין חודש תמוז, במילא איז צוגעקומען א צוויי טעג ראש-חודש מנחם אב פון בשנה ההיא, וואס דאס איז היפך הסדר לגמרי, ווי ער איז געבראכט אויך אין סידור, אז ראש-חודש מנחם אב איז אלעמאל א יום אחד ד, ווארום תמוז איז אלעמאל א חסר, וכמובן וגם פשוט.
¶2דאס איז דאך אן ענין לכאורה אן ענין צדדי, אבער אין תורה איז דאך ניטא קיין ענינים וואס זיי זיינען אינגאנצן צדדים, ס'איז דא מערניט וואס ס'איז אין די שייכות פנימיות וואס ס'איז דא צווישן כל עניני התורה דערפאר וואס תורה אחת היא, איז דא אין דערויף גופא חילוקים, וואס ס'איז דא אזוינע ענינים וואס די שייכות שביניהם איז בגלוי ממש, אזוינע ענינים וואס די שייכות ביניהם דארפן זוכן אין תורה שבעל-פה, ווארום אין תורה שבכתב אדער בפשטות זעט זיך דאס ניט אן, ביז ענינים וואס זיי זיינען נאכמער בהעלם, וואס אין כאן המקום להאריך בזה. קומט נאך צו אויך אין היינטיקן יאר, נוסף על ענין האמור, וואס דאס איז שנת תסמח און תשמח און שנת הקהל, וואס די אלע דריי ענינים זיינען בדוגמא וואס ראש-חודש איז דאך מועיד קרא רחמנא און אין אפטייטש פון מועיד פון לשון יום-טוב, ניט סתם א יום המיועד, און דערפאר איז דאך אויך די פשטות וואס מ'זאגט ניט קיין תחנון בכל שאר הענינים מצד דער ענין השמחה שבדבר וכו,' וואס אין דערויף איז אויך אויך אט דער ענין וואס קומט נאך צו, אז דאס איז תסמח און תסמח און הקהל, וואס דאס איז דאך כולל כל ימות השנה, על אחת כמה וכמה ענינים מיוחדים בשנה, וואס דאס איז דאך ראש חודש איז דאך אויסגעטיילט פון שאר ימות השנה, ביז אין דעם אופן אז זיי ווערן אנגערופן ראש מיט אלע פירושים שבדבר, על אחת כמה וכמה פון צווישן ראשי חדשים עצמם און ראש חודש פון אט דעם וואס מ'זאגט אז קרו אלא ימי אז דאס איז א ראש חודש במיוחד פארבונדן
¶3מיט קריאתו של הקב."ה, וואס ער איז דאך דער עצם הטוב ומטבע הטוב להיטיב, נאר דערנאך איז דאס נשתלשל געווארן על ידי חכמתו ורצונו, ווי דאס איז אראפגעקומען אין תורה שבעל פה און אין מפרשי התורה, ביז וואנענט ווי דאס קומט אראפ אין עניני העולם, ביז וואנענט דאס קומט אראפ אין עניני העולם מלשון העלם והסתר, כמובן וגם פשוט. דערצו קומט נאך צו נאך אן ענין, אז בשנה זו, ס'קען דאך זיין אן ענין של הקחיל אדער שמיטה וכיוצא בזה, און ס'איז דאך אף על פי כן ס'איז דאך שילוקים בנוגע צו קביעות אין ימי השבוע איז אויך בשנה זו איז אויך ראש-חודש אדר ביום הששי, וואס כמדובר כמה פעמים, אז כי טוב שטייט טאקע מערניט ווי ביום השלישי, אבער טוב אליין, אן א קי, שטייט דוקא ביום הששי, וואס דעמאלט איז דאס דער ענין בשעת מ'זאגט אויף דערויף קי ווערט דאס אן ענין טפל און דאס גיט א טעם, פארוואס איז אן ענין פלוני? דערפאר וואס דאס איז קי טוב בשעת מ'זאגט טוב סתם, איז אט דעמאלט איז דאס ניט אן ענין וואס גיט א טעם אויף א צווייטע זאך, דאס איז אן ענין בפני עצמו, אפילו לפירוש פשוטם של כתובים, אז דער צווייטער טוב וואס שטייט אין יום הששי איז דאס בפשוטו של מקרא, גייט דאס גאר אויף כל ששת ימי המעשה וכו,' אבער וואו שטייט דאס בגלוי? שטייט דאס אין תורה שבכתב, וואס אפילו הצדוקים מודים בזה שטייט דאס דוקא ביום הששי, וואס אויך בפשטות, ווען איז מען זיכער, אז ענינים פון כל ששת הימים, אנהויבנדיק פון יום ראשון איז דאס אן אמת'ער טוב איז בשעת מ'זעט דעם סיום כל הדברים, וואס סיומם איז דאך אין דעם טאג ווען ויכולו השמים וארץ וואס דאס איז דאך געווען ביום הששה, און ערשט דערנאך איז דאס אריין אין יום השבת, איז דאס דעמאלט זעט מען דעם טוב פון כל ששת ימי
¶4המעשה, כולל אויך דעם יום הששי, ווי ער איז א טאג פאר זיך, נוסף אויף דעם ענין וואס ער קומט אלס א סיום און א חותם פון די ששת ימים שלפני זה. דערנאך האט מען דאך דעם כלל, אז המעשה הוא העיקר איז דאך זעלבסט-פארשטענדלעך, אז לכל לראש איז בנוגע צו די ענינים ווי דאס דארף אראפקומען אין מעשה בפועל, בפרט נאך, ובמיוחד, אט די ענינים וואס הויבט זיך שוין אן פון ראש-חודש, דער אנוס פון די ט'ימים פון ראש-חודש, אד מנחם אב, על אחת כמה וכמה וואס זיי זיינען גאר מיוחד, און די ח'ימים שלאחרי זה זיינען זיי ניטא איז דאך זעלבסטפארשטענדליך נוגע אט די ענינים ווי זיי קומען אראפ דערנאך אין מעשה בפועל. וואס אויך אין מעשה בפועל איז דאך דא אן ענין דומה אין די קביעות, וואס דאס איז דאך אויך אן אויסנאם אין דעם יאר, אז תשעה באב איז א נדחי, בדוגמא ווי שבעה עשר בתמוד איז געווען א נדחי. וואס דער ענין פון תשעה באב זאל אויסקומען ביום הראשון קען דאס זיין אויף צוויי אופנים, אדער דאס איז מלכתחילה קביעות השנה בראש השנה שוין, אדער בפרט נאך אין ראש-חודש ניסן, אז קומט דעמאלט אויס דער יום התשיעי בחודש מנחם אב, ביום הראשון, דערנאך איז דא ווי בקביעות פון שנה זו-אז דאס קומט ארויס ביום השבת, נאר שבת איז דוחה דעם ענין פון תשעה באב, דערפאר ווערט דאס איבערגעשטעלט אויף יום הראשון שלאחריו. וואס אין דעם קומט דאך צו נאך אן ענין, אז דא איז דא דער ענין התחי'פון די צומות, משא'כן ווען ס'איז מלכתחילה, ביום הראשון, איז ניטא דער ענין פון דחייה, און די דחייה שטייט דאס בגלוי, ביז אין מעשה בפועל, אפילו לעיני עמי הארץ. און דאס איז נוגע גאר נאך צו א צווייטן ענין. ס'איז דאך דא כמה דינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט דער שבוע שכל בו תשעה באב. וואס אט דא ווערט דאך די שאלה, בשעת תשעה באב איז
¶5ביום הראשון איז די גאנצע שבוע איז מערניט ווי אט דער איין טאג. מושט אז תשעה באב קומט אויס ביום השביעי פון שבוע שלפני זה-וואס דעמאלט ווערט די שאלה, וויבאלד אז דאס איז נדחי דער תענית, צי ווערן דערמיט אויך נדחי כל ענינים פארבונדן דערמיט אויך די ענינים פון שבוע שכל בו התענית, אדער דאס איז אן ענין בפני עצמו, וואס כאן המקום להאריך בזה, ושן לחכם ויחכם עוד.
¶6ווען ס'קומט ראש-חודש תשעה באב. וכמובן בספרו המנהגים. וואס אט דא קומט-צו דער ענין פון ציון במשפט תפדה ושבי'בצדקה בהנוגע צו דער שבוע שלפני זה, איז אפילו אז מ'וועט זיך דינגען און זאגן א שבוע שלפני זה האט קיין שייכות ניט בקביעות זו, וויבאלד אז מ'האט דוחה געווען תשעה באב איז בשעת מ'איז דוחה דעם עיקר איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דארף דוחה זיין ד'צעות שמנו, כולל אויך די אלע דינים פון שבועת שכל בו תשעה באב, משא נכן ווען תשעה באב קומט ביום השבת, איז דאס דעמאלט איז דא די ביידע סברות, און וויבאלד אז ס'איז נאר דא בהנוגע צו צדקה און לימוד התורה, ובפרט נאך הלכה שבתורה, ציון במשפט תפדה ושבי'בצדקה די ביידע ענינים, איז וויבאלד אז ס'איז נאר דא א קא-סלקא-דעתך און ס'איז נאר דא א סברא, אז זיי זאלן חל-זיין אויף דער כל השבוע שלפני זה, איז במילא דארף מען זיך ניט דינגען אין דעם און בהנוגע צו מוסיף זיין אין לימוד התורה, וואס דאס איז דאך א חיוב בכל ימות השנה, בשעת מ'זאגט אין די טעג, אז דארף צוקומען בלימוד המשפט כהלכתא איז דאך מיינט מען דאך דאס נאך בהוספה על תביעות בלימוד התורה על דרך הרגיל, איז דאך בנוגע לעניננו איז ניטא דאך אין דערויף וואס צו דינגען, בפרט נאך אז על דרך הצייכות איז דאך דאס א ספק בנוגע צו תורה, דארף דאס זיין אין דעם ענין לחומרא, וואס באמת איז דאס לזכות, אויף מוסיף-זיין אין לימוד התורה גלייך ווי ס'הויבט זיך אן דער ראש-חודש מנחם אב, אף על פי וואס דערנאך דער תשעה באב איז נדחה און קומט ערשט ארויס אין יום הראשון שלפני זה. ועל דרך זה אויך בנוגע לענין הצדקה, וואס מ'איז דאך נוהג אויף צו מוסיף זיין, אז נוסף אויף צדקה איז דאך א מצוה אין וועלכע מ'איז זיך משתדל בכל ימות השנה,
¶7ביוסד וואס דער אלטער רבי ברענגט אראפ אין שולחן ערוך אלס א פסק דין, אף על פי וואס אין שולחן ערוך שטייט דאס מערניט ווי אין מגן אברהם וכיוצא בזה, אז ר'אליעזר הוייבוא פרוטה לעני וואו האט דער מצלע, על אחת כמה וכמה אז די תפילות פון די ט'ימים וויל מען דאך ביתר שאת וביתר עוז, אז זיי זאלן זיכער אנגענומען ווערן, און אנגענומען ווערן בזריזות הכי גדולה, ותיכף ומיד ובשלימותם איז דאך זיכער, אז דער ענין פון צדקה האט אויך אן ארט, אנהויבנדיק די הוספה בזה, אויך אנהויבנדיק פון ראש-חודש נחמיו. ובפרט נאך, אז כל עניני צדקה בימינו אלו, איז דאך דאס ווי דער אלטער רבי האט נאך געזאגט בימיו, אז בימיו איז געווען דער ענין פון תלמוד תורה כנגד כולם, משא'כן בזמן פון דעם אלטן רבי'ן, און אויך לפני זה, ווי פארשטאנדיק פון אגרת הקודש איז דעמאלט איז דאס דער ענין פון גמילות חסדים, ובמיוחד דער ענין הצדקה, על אחת פון כמה וכמה וואס פון זינט פון אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן איז שוין דורכגעגאנגען נאך כמה וכמה קיצין, אף על פי וואס שוין דעמאלט איז שוין געווען כלו כל הקיצין במכל-שכן בקל בחומר, ווי דאס איז געווען אין זמן השעס, איז דאך מידי דור בדור, צוגעקומען נאך אן ענין, און ווידער אמאל כלו כל הקיצין על אחת כמה וכמה בימינו אלו, אז מ'האט שוין כמה וכמה דורות לאחרי אגרת הקודש פון דעם אלטן רבי'ן, איז דאך אין דערויף דער ענין, אז דער עיקר פון כל הענינים וכנגד כולם איז דאס דער ענין הצדקה, ביתר שאת וביתר עוז.
¶8ובמיוחד נאך אין די טעג וואס דעמאלט שטייען די אלע עניני צדקה נאכמער בהדגשה יתירה, וויבאלד אז אין די טעג זיינען דאך אידן מתפלל און מבקש, אז דער אויבערשטער זאל געבן די הויפט צדקה אויף וועלכע אידן קוקן אויס בכל יום אחכה לו, בכל יום שיבוא, די צדקה הכי גדולה, אז שיבוא צוזאמען מיט דער גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, איז דאך דעמאלט איז זיכער אט די ענינים ביתר שאת וביתר עוז אויך דער ענין פון הוספה אין צדקה בימים אלו. וכאן אויך המקום להזכיר, אז בנוגע צו לימוד התורה איז דאך אויך דא דער ענין שהזמן גרמא, וואס בכלל איז דאך דאס דער ענין די הלכות אין שולחן ערוך, ווי די הלכות וועגן אט די טעג וואס לפלא הכי גדול, אז מ'האט וועגן דערויף ניט געמאכט קיין טומל, איז געבליבן דער טומל וועגן הלכות בית הבחירה, און קיינער דערמאנט ניט, אז לכל לוי שהלכה שהזמן גרמא איז דאס מערער ווי הלכות בית הבחירה, די הלכות ווי זיי שטייען אין שולחן ערוך, הלכות פון די פעס ימים, און פאר דערויף די הלכות פון די ג'שבועות, כמובן וגם פשוט. על כל פנים איז דאך סתם איז געווען אזוינע וואס זיי האבן זיי געכאפט אויף דערויף, און זיי האבן זיי געפאלן אויף דער המצאה, אז וואס דארפן זיי זיך מטריח זיין זאל דאס אן אנדערער מקריב זיין און טומלען ווע כמדובר על דבר זה בקשר מיט ענין של פינחס, וואס פינחס זה אליהו אז ווי אזוי מ'דארף זיין דער ענין קראנו דאיגרתא יהיו לבא פראוונקא, אט דער וואס לערנט אט די הלכה אין שולחן ערוך, וואס דאס איז דאך די אגרת פון דעם אויבערשטן צו יעדער אידן און אלע אידן, ווערט ער אויך קראנו דאיגרתא נוסף אויף דעם ענין וואס ער לייענט דאס פאר
¶9זיך דארף ער ווערן יהיו לאו ופראוונקע, נוסף אויפן ענין וואס ער לערנט דאס פאר, און לערנט דאס פאר פאר כל אחד ואחת מיט וועמען ער קענט קומען בקשר, על אחת כמה וכמה אין שנת הקהל, האנשים והנשים והטף, און איבא לביא פראוונקע ער באווייזט א דוגמא חייב פון זיך אליין, ווי אזוי ער שיקט צו זיך אליין די אגרתע אז זי זאל אראפקומען אין מעשה בפועל בכל ענינים האמורים. און וואס דאס איז אויך בנוגע לפועל, אט דאס וואס ס'רעדט זיך בנוגע צו מעשה בפועל איז יעדערער וואס הערט דאס, צי הנככם כאן, אדער מ'הערט דאס על-ידי מכשירים די טעכנישע זאכן וואס מ'נוצט אויס אויף עבודת הוי וקיום מצוותיו, כדי אז דאס זאל אנקומען ברגע כמימרי בכל מקום וואו ס'איז דא נאר א הערער, אדער נאכמער אויפמאכן דארט א הערער, וואס דאס איז דאך די פעולה פון דבר הוי אז זי קען אויפמאכן אויך אז ס'זאל ווערן דארט א הערער, ביז א הערער וואס וועט אויך דערהערן, כידוע דער פתגם און דער ביאור פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער בזה, וואס די ימי הגאולה שלו איז דאך אויך בכל חודש תמוז, וואס חודש תמוז ווערט דאך דאס נמשך עד חצות לילה, ויש לומר אפילו פון ראש-חודש מנחם אב, יש לומר אויך שפעטער, וואס אין כאן המקום להאריך בזה, איז דאס אויך חודש הגאולה פון נשיא דורנו, וואס הנשיא הוא הכל, און ער ווערט דער הכל ביז דאס ווערט נמשך במעשה בפועל פון די חלקים פון דעם הכל, בפרט נאך, אז יעדער חלק ממנו שטייט דאך אויף אים, אז עצם כשאת ותופס
¶10במקצתו אתא תופס בכולו אז מ'איז תופס אין א אידן דעם עצם זיינעם אט דעמאלט ווערט דער עצם, אשר תופס במקצתו אתא תופס בכולו פון דעם עצם פון יעדער אידן און פון אלע אידן, ביז דעם עצם פון כל העצמיות, ביז דעם עצם האמיתי, בלשון הרמב אם מאמיתת המצאו איז דאס איז נמצאו כל הנמצאים. וואס דערפאר איז אויך, אז זיכער אז זיכער, אז די אלע וואס הערן דא, אדער הערן דורך די מכשירים, אדער מ'וועט זיי איבערגעבן, וועלן זיי זיך ניט באגנוגענען מיט איינה טובה בשולה, הרוצה שיתן אין די אלע ענינים, נאר הרוצה שיתן ויתן אחרים, כמובן אויך ומבואר אין די פירושי המשנה בהנוגע צו דער עילוי פון אט דער דרגא. ובפרט אז דאס רעדט זיך נאך פון א דור וואס זיין נשיא איז דער ראש פון כל החסידים כולם, וואס דאס איז דער רבי דער שווער, איז דאך פארשטאנדיק, אז ענין פון א חסיד איז, על אחת כמה וכמה ווען ער ווערט נתגלה, אז ער ווערט א שליח פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער, אז ער טוט אלץ וואס ער קען טאן, אז ס'זאל אנקומען די איגרתא פון נשיא דורנו, וואס ער האט דא איבערגעגעבן אויך די אגרתא פון מלך מלכי המלכים הקב,"ה, וכמדובר כמה פעמים, צו אנשים און די נשים וטף צו וועלכע ער קעט דערגרייכן. און ויהי רצון, די אלע ענינים צוזאמען, זאל מען גלייך ברענגען אט דאס וואס די פרשה פון דער וואך, וואס מ'לייענט איר בשלימותה, וואס בשלימות פון דער פרשה איז קביעות שנה זו איז דאך מתית ומטה ומסב ביחד, וואס מתית באווייזט דאך, ווי ער איז מבאר אין לקוטי תורה, אז דאס איז אן ענין וואס ער האלט זיך אויף זיין שטאנד און אויף זיין ארט, ביז אין אן אופן עושן האזרחי, כמובן וגם פשוט, און ער שטייט אבער דער שטר האלט זיך מיט די גרעסטע שטארקע ומעמדו ומצבו, אבער מעמדו ומצבו איז, אז ער האלט אין א שטענדיקן מסע משא
¶11ומשאי לשון רבים, וכאילו ווי ער איז מבאר אין לקוטי תורה, אז ס'שטייט ואילה משאי אף על פי וואס די נסיעה פון מצרים איז דאך געווען מערניט ווי דער ערשטער משא בפשטות, משא-כן כל המשאות שלאחרי זה שטייט א איד אין אזא מעמד ומצב, על אחת כמה וכמה דער דור דעה, אז כל זמן מ'איז ניט אריין אין אבר הירד מערבה איז מען אלץ שטאנען ין ן אופן פון מסע ווארום מ'האט ניט געקענט איינרוען ווי גוט ס'איז דארט געווען משה ואהרן, און דערנאך אליעזר כהן גדול, און דערנאך סנהדרין גדולה, מיטן משכן מיטן לוחות הברית וכו'וכו איז אלץ געווען אבער דער ענין, אז מ'האט ניט געקענט רוען אויפן ארט, ביז וואנענט אז די מסע ציט זיך אלץ פון ארץ מצרים, ביז וואנענט מ'שטעלט זיך טאקע אפ לרגע קטן אוי� אבר היד מזרחה, אבער תיכף ומיד אין מנני שמיא ווערט מען אין אבר היד מערבה, בגאולה האמיתית והשלימה, וואס דעמאלט איז דאך ווערט דאס דארט די ארץ פון עשר אומות, און ס'ווערט דארטן כל ישביה עליה בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו, און נאך מערער, הקיצו ורננו שוכני עפר די אלע סוגים, ווי זיי שטייען אין אלע דורות פון אלע אידן פון מתן-תורה אן, און אויך די אלע וואס זיינען געשטאנען בא מעמד הר סיני, וואס דאס איז דאך אויך כל הנשמות עד סוף כל הדורות שטייט מען דעמאלט אין אן אופן פון דער גרעסטער שטארקייט משא, וביחד עם זה פון דער גרעסטער שטארקייט, אז ס'מוז זיין משא לשון רבים, ווארום מי על דרך ווי במי שיש למנה רוצה מאתי רוצה ת'מות איז בשעת ס'קומט ביי אים דער ערשטער משא צובר הירדן מערבא ווערט דאס ביי אים דאס גופא דער ענין פון משא לשון רבים, כמבואר אין אגרת הקודש, אז די עבודה פון לעתיד-לבוא, וואס עץ רוח הטומאה אעביר מן הארץ ויהפו ימים אלו לששון ולשמחה ולמועדים טובים ווארום והאמת והשלום אהבו ווערט דאס דעמאלט די גאנצע
¶12עלי און די גאנצע בירורים, וואס פון ביידעס איז דא דעם סיי מצד קו הימינא סיי מצד קו השמאל, ובעיקר נאך גאר מצד קו הגבורה, ווי ס'האט דאך אויך אין זיך דעם אפטייטש, אז דאס איז בהתגברות הכי גדולה, ביז וואנענט ווי מ'זאגט דאך אין דרושי ראש השנה, אז תגבורות גשמים איז דאס פארבונדן מיט אתה גיבור און דאס איז פארבונדן מיט ברכת יעקב ופרצת ימי וקודמי וצפנו ונגבה כמדובר כמה פעמים. און ויהי רצון, אז פון דעם דיבור בכל ענינים אלו ס'זאל גלייך נאך נאכמער צוקומען די החלטות טובות של כל אחד ואחת פון אנשים נשים וטף בנוגע צו זיך און בנוגע צו כל בני ישראל צו וועלכע ער קען דערגרייכן, אז בסבע פנים יפות, ומתוך שמחה וטוב לבב, מיט צוויי בייטן, ווארום ער טוט דאס בשני יצריך, האט ער אויך איינגעשפאנט, און מ'האט אויך דעם כח פון קו השמאל, ווי ס'שטייט שמאל, מיטן גאנצן תוקף, שמש גדול שהי'בעולם און עבד, און דערנאך קערט מען אים צוריק און צוריק, אפילו דער נחש איז אויך ישלים עמו, ואדרבא ביתר שאת וביתר עוז, וואס דאס איז דאך אויך בעבודתו של כל אחד ואחד, אז בשעת ער טוט אייזה ענין שאיז טוט ער דאס מיטן גאנצן שטורעם, ווי דאס ווערט געטאן דורך א בעל תשובה. וויבאלד אז יעדערער האלט אין דער דרגא פון עתיד לאתבא בתיובתא, איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז ביאת משיח איז תלוי אין די עשיית התשובה, טוט ער שוין אין דעם עתיד לאתבא בתיובתא נאך איידער ער ווערט נתגלה, במילא ווערט אבער נתגלה דער חלק וואס ס'איז נוגע בנוגע למעשה בפועל, אז ער טוט דאס מיטן גאנצן שטורעם פון א בעל תשובה, במילא טוט ער יעדער ענין אין אן אופן פון כפליים וואס כפליים לתושי'איז דאך בכלל פארבונדן מיט גאולה, עאכו כמה וכמה כפליים וואס דאס איז אין ראש-חודש, מיט אלע ענינים של מעליותא וואס ס'איז דא אין ראש-חודש, ואדרבא מ'האט איבערגעמאכט דעם נאמען ווי ס'שטייט אין תורה-שבכתב און תרגום, ס'שטייט דאך מערניט ו
¶13איין ווארט האט מען דאס איבערגעמאכט אין תורה שבעל-פה, על אחת כמה וכמה אין מנהג ישראל וואס תורה איז, אז פריער זאגט מען דעם ווארט מנחם און ערשט דערנאך זאגט מען דעם ווארט מיטן שם וואס ס'שטייט אין תורה-שבכתב אדער תורה שבעל-פה-אין תרגם וכיוצא בזה, אף על פי וואס על פי דין בהנוגע צו סדר-ענשמות דארף לכתחילה קומען א שם וואס ער קדם בקראה, אדער וטירו שבעל-פה, און ערשט דערנאך אתם ששם שניתתב איז אט דא הויבט מען אן מיטן עיקר, דער עיקר איז דער ענין פון מנחים, און דער מנחים ווערט מיט אזא שטורעם, אז ער ווערט ביז וואנענט אז ער מאכט אויך אז דער אב ווערט כל ענינו דער ענין פון מנחים, ובפרט נאך כמדובר כמה פעמים, אז מנחים איז דאך בגימטריא צמח, און דאס איז דאך צמח שמו, און מיט יצמח בקרוב ממש, וואס דערפאר איז דאך אויך די ספרים פון צמח צדק האט מען א נאמען געגעבן אויך מיט די צוויי נעמען, דערפאר וואס דאס איז פארבונדן ובגימטריא פון זיין שמו, ווי מ'האט אים גערופן בפשטות. וכמדובר כמה פעמים, אז אין כל ענינים אלו איז נוגע דער חולריש דער ענין וואס מ'רעמט דערפון ארויס בנוגע למעשה בפועל, ביז וואנענט אז דאס ווערט דער גאנצער עיקר פון אלע ענינים הבאים שלאחרי זה, ובמיוחד אז מ'איז זיך מסיים, כמדובר כאן נהוג בכגן זה מ'וועט מאכן יעדערן פאר א שליח אין צדקה, ובהוספה על הרגיל בכגן זה כפליים לתושי צוויי מאל אזויפיל ווי מ'גיט על דרך הרגיל בשמח פון דיבורים כאלו. און ויהי רצון, אז בקרוב ממש, ותיכף ומיד ממש, ולא עיכבם אפילו כהרף עין לאזט מען זיך גלייך אוועק אין משא, אין מנני שמיא, אין ארץ הקדוש, אין ירושלים עיר הקודש און הר הקודש, און אין בית המקדש וואס ער איז בנוי ומוכן ומזומה, מערניט וואס ער דארף אראפקומען כהרף עין און נתלבש ווערן אין ירושלים של מטה, כמדובר כמה פעמים, זאל דאס זיין בפשטות
¶14ולמטה מעשרה טפחים, ובפשוטו של מקרא, ובפשוטו של תורה שבעל-פה, ובפשוטו של עולם הזה הגשמי, און אויך החומרי, אז מ'זעט בפשטות ובעיני בשר די כל ענינים האמורים, אנהויבנדיק ווי דאס איז אין די החלטות טובות און די עשיות של כל אחד ואחת אנשים נשים וטף, ותיכף ומיד ממש, כפסק דין הרמב,"ם, אז איז הבטיחה תורה, אז בסוף הגלות, וואס שוין נאך דעם סוף כמדובר כמה פעמים כלו כל הקיצין, שוין נאכן סוף און נאך דעם סוף פון דעם סוף, איז הבטיחה תורה אפילו ווען ס'ענדיקט זיך דעם ערשטן מאל, אז ישראל עושין תשובה ומיד הן נגאלין בפשטות, דער מיד אין דער אפמעסטונג פון עיני בשר, און פון שכל בשר, און פון שכל פון נפש הבהמית, פון חלקו בעולם, ביז אפילו פון דעם שכל פון אומות העולם בפשטות הגאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש, ובפשטות ממש. און די צדקה, ווי נאכמער מזרז אין דעם זירוז גופא, על דרך ווי מ'זעט דאך אז ס'איז דאך דא זריזין, און אויף דערויף קומט אורה צוגיין און מאכט א ציווי, אין מזרזין אלא למזורזין אז ס'קומט נאך מיט מערער זירוז, ביז וואנענט אז דאס איז גאר ניט שייך זאגן אויף דערויף זירוז מ'לאזט זיך בפועל אוועק אין מנני שמיא, און מיט די גאנצע שטארקייט פון מטות, און אין אלע מסעות פון אלה מסעי מראה באזבאי ואומר זה, און מ'גיט זיך א קוק, און מ'קוקט זיך ארום, זעט מען, אז מ'געפינט זיך אין אבר היד מערבה, און דארט גופן ירושלים עיר הקודש, ובהר הקודש, ובבית המקדש, ובקודש הקדשים בפשטות למטה מעשרה טפחים.