transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1כאמור לעיל, איז דאך דאס א צד השוה אין אלע יו"ד כסלות, ס'איז דאך כמדובר כמה פעמים, און אויך מובן בפשטות, אז ס'דארף זיין, וויבאלד אז דאס איז נאכאמאל יו' טות כסלו, איז דאס ניט נאר איבערגע'חזר'ט א זאך וואס איז שוין אמאל געווען, נאר ס'דארף אויך זיין צוקומען א 'דבר חדש'.
¶2ווארום ”אסתכל באורייתא וברא עלמא” פונקט אזוי ווי דער ענין אין 'לימוד התורה', איז מען דאך ניט יוצא אז ער חזר"ט דאס וואס ער האט שוין געלערנט כמה פעמים, אדער על כל פנים געלערנט פעם אחת,
¶3נאר ס'דארף אויך זיין להפשה לה אויף מוסיף זיין בזה, וואס דאס קען יעדערער, ווי יעדערער זאגט דאך ושן 'חלקנו בתורתך' אז יעדער איד האט דאך זיך זיין חלק אין תורה, וואס ווארט אויף ער זאל אין דערויף אויפטאן אט דאס וואס אן אנדערער קען דאס ניט טאן,
¶4וכמבואר בארוכה, ביז אין א הלכה פשוטה אין הלכות תלמוד-תורה, אז דער וואס באותו זמן קען ער מחדש זיין בתורה, איז ער ניט יוצא מיט 'לימוד התורה', מערניט ווי מיט דעם חזר'ן וואס ער האט שוין געלערנט א סך מאלט, אדער על כל פנים איין מאל,
¶5ביז וואנענט, אז אויב מערניט ווי ער חזר"ט ווערט דאס אנגערופן 'ביטול תורה', כמבואר די הלכה אין הלכות תלמוד-תורה, וכידוע אויך די ראי' וואס מ'זאגט אז מבטלין תורה ”מפני מקרא מגילה”,
¶6אף על פי וואס מקרא מגילה איז דאך א לימוד בתורה א חלק פון תורה שבכתב, און בשעת ער איז קורא במגילה איז ער דער לומד תורה, און דאס ווערט אנגערופן 'ביטול תורה' לגבי די וואס זיי זיינען לומדים בישיבה און מחדשים חידושים אין תורה שבעל פה,
¶7וואס כולה איז דאך פירושה פון תורה שבכתב, אבער ביחד עם זה איז דאס א ”מה שתלמיד ותיק אסיף לחדש”, ווי דער רמב"ם הויבט זיך אן די הקדמה לספרו שלו התורה בפירושה ניתנה אז דאס גייט אויף תורה שבעל פה.
¶8איז דער לימוד ביי ישיבה פון אמוראים ותנאים, זאגט איר די גמרא מחדש, אז מ'איז דאס מבטל ”מפני מקרא מגילה”, און דאס ווערט אנגערופן בשם 'ביטול תורה' דערפאר וואס מצד ענין התורה דארף זיין דער לימוד פון תורה שבעל פה,
¶9וואס דאס איז ”לאפשו לה” בערך פון תורה שבכתב, וכמבואר בארוכה אין אחרונים מצד דעם נגלה שבדבר.
¶10על אחת כמה וכמה לויט דעם פירוש פון פנימיות הענינים.
¶11וואס על דרך זה איז פארשטאנדיק, וויבאלד אז ווי יעדער זאך אין וועלט בכלל, על אחת כמה וכמה אין חיי פון א אידן, איז כידוע די הוראה פון נשיא דורנו, אז יעדער זאך וואס מ'דארף טאן דארף מען צום אלעם ערשטן א פרעג-טאן בא זיך אליין,
¶12וואס זאגט אויף דערויף דער שולחן ערוך, צי מעג מען דאס טאן, צי דארף מען דאס טאן, צי איז דא פארקערט צי היפך הדבר, אז מ'טאר דאס גארניט טאן, און ערשט דערנאך זאל מען טאן אדער ניט טאן,
¶13און ס'זאל זיין מחשבה קודמת לדיבור ולמעשה, וואס אין דערויף באשטייט די מעלה פון אדם המדבר, וואס ער האט א נפש א שכלית, וכל מעשיו איז דאס מיט א כוונה און מיט א מחשבה תחילה, וואס בנוגע צו א אידן, איז זיין מחשבה און כוונה פון וואנענט ווייס ער וואס דאס דארף זיין איז אסתכל באורייתא,
¶14במילא איז דאך דערפון אויך פארשטאנדיק, ואדרבא על אחת כמה וכמה בנוגע צו א יום כללי בשנה ווי יו' כסלו וכיוצא בזה, אז ס'דארף זיין ”לאפשה לה” לגבי שאר יו' כסלו,
¶15על ”אחת כמה וכמה לגבי” יו' כסלו שקדם לו.
¶16וואס דא דארף מען דאך האבן דער עיקר באווארעניש.
¶17וויבאלד אז דאס איז קדם לו, און ערשט מיט א רגע פאר דעם יו' כסלו האט ער געהאט די פעולה נמשכת פון דעם יו' כסלו שלפני זה, און דא זאגט מען אים,
¶18אז ער דארף אריבערשפרינגען אין אין-ערוך פון דער השפעה ופעולה פון דעם יו"ד כסלו פון שנה שעברה, און זאל זיין ניכר אז דאס איז א השפעה פון יו"ד כסלו פון שנה זו דארף זיין אסתכל באורייתא און אין די ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט תורה.
¶19וואס דאס איז לכל לראש, און כמדובר, אין אן אופן גלוי, מ'דארף דאך האבן א הוראה גלוי' ביותר, וואס דאס איז די קביעות אין ימי השבוע.
¶20וואס די קביעות פון יו' כסלו איז דאך תלוי אין קידוש חדשים על ידי ישראל, אדער אין דעם חשבון וואס איז געמאכט געווארן על ידי הלל דעם אייניקל פון ר' יהודה, א נשיא, וואס האט קובע געווען און אויסגערעכנט און קובע געווען ס'האט באקומען דעם תוקף פון ראש-חודש,
¶21אז בשנת תשמ ה' דארף זיין ראש-חודש כסלו ביום פלוני, במילא קומט ארויס, אז יו ד כסלו איז דאס ביום שלישי בשבוע,
¶22משא' כן בשנה שלפני זה איז אויך על ”פי תורה ועל פי החשבון וכו” איז דאס אויסגעקומען ביום רביעי.
¶23וואס דערפון איז פארשטאנדיק גלייך די הוראה גלוי אז מ'דארף זען וואס איז דער עביד עבידתי פון יום שלישי בשבוע, און דערפון אפלערנען בהנוגע צו יד כסלו בשנה זו לגבי שנה שעברה, אז דאס איז דוקא ביום שלישי בשבוע, און זוכן אין דערויף א הוראה גלוי',
¶24וואס די ”הוראה גלוי' בזה” איז דאך כמדובר כמה פעמים אז יום שלישי איז דאס ”הוכפל בו כי טוב”, און גלייך מיטן אפטייטש אז ס'איז ”טוב לשמים וטוב לבריות”.
¶25און אויך ווי דער דיוק בזה, וואס יעדער נאמען און יעדער ווארט, ב”שמו אשר יקראו לו בלשון הקודש” איז דאך דאס איז דאך מהוה די זאך און מקיים די זאך איז אז מ'זאגט בדיוק לשמים און מ'זאגט בדיוק לבריות, איז פון דעם דיוק איז אויך דא א הוראה בהנוגע למעשה בפועל,
¶26אף על פי וואס בכללות איז דאס דער חילוק פון מצוות וענינים שבין אדם למקום, וואס דאס איז שמים, און מצוות וענינים שבין אדם לחבירו,
¶27וואס דאס איז לבריות אף על פי כן האט מען דאך דא אויסגעקליבן ניט דעם לשון מקום און חבירו טוב למקום און טוב לחבירו נאר דעם לשון פון טוב לשמים און דעם לשון פון 'טוב לבריות'.
¶28איז וואס דער אויפטו פון שמים איז, בשעת מ'זאגט מקום, איז ענינו אז ער איז בכל מקום.
¶29ס'איז דא דער ענין המקום אין ארץ על הזו התחתונה שאין תחתון למטה הימנו, דערנאך איז דא מקום ווי דאס איז דער מקום פון ארץ-ישראל, וואס זי איז מקודשת מכל הארצות, דערנאך איז דא מקום ווי דאס איז ברוחניות הענינים
¶30ביז ווי ס'איז דא דער מקום אין אררן שאין אררן למעלה הימנו, וואס דאס ווערט אנגערופן בשם שמים.
¶31וואס דא איז דאך דער אפטייט שמים בכלל ובפשטות איז דאס בניגות בשעת מ'זאגט דעם ווארט ארץ אז מ'זאגט שמים דערמאנט דאס גלייך, אז וואס מיינט מען דאס שולל זיין?
¶32ניט דער ענין פון ארץ. דאס הייסט, אז אין רוחניות גופא, קען זיין ענינים וואס זיי זיינען אין רוחניות שבתחתונים, ביז ענינים וואס זיי זיינען אין רוחניות, בדוגמא פון ארץ-ישראל, אבער ארץ-ישראל הגשמית, דערנאך איז דא די ענינים ברוחניות, און אין ארץ-ישראל אויף וועלכע מ'זאגט ”וזה שער השמים”,
¶33ביז ווי ס'איז דא ענינים ברוחניות, אז ס'איז ניט נאר 'שער השמים' נאר דאס איז שמים עצמו, וואס אין למעלה מזה.
¶34על דרך זה, בשעת מ'זאגט חבירו קען דאס זיין חבירו אין כמה וכמה אופנים, חבירו בפשטות, אז דאס איז חבר שלו ממש, מיט אלע דיני חברות, מיט די תנאים פון מקבל עליו ”דברי חברות וכיוצא” בזה,
¶35ס'קען זיין חבירו בתורה ומצוותי' בדוגמא ווי מ'טייטשט אפ לרעך בתורה ומצוותי ביז וואנענט
¶36אז ס'קען זיין חבירו ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ אין תניא פרק לו פרק ל' בי אז אחוץ אט די וועלכע ער דערמאנט לסוף הפרק גייען זיי אלע אריין אין דעם כלל פון ”ואהבת לרעך כמוך”,
¶37און אט דא איז מען מדייק און מ'זאגט דוקא דעם ווארט לבריות ווי דער אלטער רבי טייטשט אפ אין דעם זעלבן פרק, אז בשעת מ'זאגט בריות איז דאס אזא נברא וואס די איין און איינציקע מעלה שבו וואס ס'איז דא איז וואס ער איז א נברא על ידי אומן שעת אני,
¶38במילא בשעת מ'איז מדייק בלשון און מ'זאגט א יום שלישי איז דאס נעמט דאס פון שמים, ביז בריות נעמט דאס פון אין למעלה הימנו נאך העכער, פון 'שער השמים', וואס דאס איז די העכסטע ווי ס'איז דא אין ארץ,
¶39און על דרך זה אין ”אין למטה הימנו”, אז די איין און איינציקע זאך איז וואס ער איז א נברא על ידי בורא העולם.
¶40וכמדובר כמה פעמים, אז מ'פרעגט אויף יעדער רגע פון דעם עת לעת וואס איז דער עביד עבידתי פון דעם רגע, פון דעם מעת-לעת?
¶41זאגט מען, אז אין יעדער רגע דארף זיין ”טוב לשמים וטוב לבריות”.
¶42ניט ער טיילט פאנאנדער א טייל פון טאג פארנעמט ער זיך מיט טוב לשמים און טראכט ניט וועגן בריות, ועל דרך זה ווען ער פארנעמט זיך מיט בריות טראכט ער ניט וועגן שמים פעלט דעמאלט אין ביידע ענינים זיינען,
¶43ביז ווי בפשטות אין 'לימוד התורה', אז ער טראכט ניט וועגן בריאות, מערניט ווי וועגן 'לימוד התורה' אליין זעט מען בפשטות, אז כל זמן ער ווייס ניט אז ס'וועט זיין נוגע בפשטות צו א פסק-דין הלכה בפועל פון אן אדם פשוט, וועט ער זיך טאקע אריינלייגן כדי ארויסצונעמען ”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא”,
¶44ער האט נאך אבער אן האפענונג, אז וויבאלד אז ער רעדט דערנאך די הלכה איז דאך דאס פאר אידן, איז טאמער וועט ער א טעות האבן וועט דאך דער איד כאפן אז ער האט א טעות געהאט.
¶45בשעת ער האט אבער אין זיננים ווען ער לערנט תורה, וואס די תורה איז דאך לעצוקי ”שמעתתא אליבא דהלכתא” גדון לימוד ”שמביא לידי מעשה” און ער גיט א טראכט, אז ס'דארף זיין 'טוב לבריות' וואס ער איז ניט שייך צו קיין ענין של 'הבנה והשגה',
¶46און ווי ער וועט אים זאגן אזוי וועט דער צווייטער, דער ביאוס, טאן בפשטות אט דעמאלט מאנט דאס ערשט ביי אים ארויס דער איון אין דעם דבר שלומד, און דעמאלט ערשט קען ער זיין זיכער אז ס'וועט זיין דער ”יגעת ומצאת” און ער וועט ארויסבאקומען די הלכה ווי ”דבר הוי' זו הלכה”.
¶47כמבואר בארוכה אויך אין המשך פון תס' וו, כמדובר כמה פעמים.
¶48ועל דרך זה איז ”טוב לבריות”, אז בשעת ער ווייס אז מ'דארף טאן א טובה מיט א מענטשן און א טובה מיט א אידן בכלל, און ווייס וועגן גדולי צדקה און מיט די אלע שטורים וואס ס'איז דא אין ענין הצדקה,
¶49ער פארגעסט אבער בשעת מעשה אז דאס איז א מצוה שבין אדם למקום, איז אט דעמאלט טוט ער טאקע, און טוט בהשתדלות, טוט בהיגיעה וכו ער טראכט זיך אבער, אז נאך אלע זאכן איז ”האדם יראה לעיניים” איז טאמער וועט ער עפעס-וואס ניט דערטאן, איז ניטא קיין מענטש וואס וועט אים כאפן דערפאר.
¶50און מ'דארף אנקומען צו דער ברכה פון דעם ר' ”יוחנן בן זכאי, הלואי” ש”יהי עליכם מורא שמים כמורא בשר ודם” און דא האט ער ניט קיין מורא פאר א בשר ודם ווארום ער רעכנט אז ער איז גענוג קלוג און גענוג באווארנט, בפרט נאך אז ער האט טאקע געהארעוועט און געגעבן דודקא ביד רחבה לפי דעתו,
¶51בשעת אבער ער כאפט זיך, אז דאס איז זיין ”טוב לבריות אין” דעם פרט עצמו איז דאס טוב לשמים נאך העכער פון 'שער השמים' איז א מאמין איז ער דאך,
¶52ווייס ער אז ס'איז דא אן עין רואה און אוזן שומעת אט דעמאלט ערשט איז מען זיכער, אז ער וועט געבן צדקה וויפל ער דארף געבן באמיתית, ניט פארלאזן זיך ניט, אז וויבאלד אז ס'איז ניט שייך קיין מורה בשר ודם,
¶53קען מען דאך ביי אים ניט מאנען כמורא שמים, ווי ער דערמאנט פריער די בונטש פון ר' יוחנן בן זכאי, ווארום אט דא טראכט ער גלייך וועגן שמים.
¶54און וואס כאמור, מיינט דאס בפשטות אפילו אן אדם פשוט פארשטייט, אז שמים איז אן ”עין רואה ואוזן שומעת”, און מ'קען זיך דערפון ניט אויסבאהאלטן.
¶55ביז כאמור, אז אין ביידע ענינים איז דארף זיין אין יעדער רגע שלהם ס'איז א שווערע מציאות אז מ'זאל קענען טאן א פעולה וואס בגלוי זאל זי זיין ”טוב לשמים וטוב לבריות”, בפרט נאך אז ער גיט צדקה לעני איז טוט ער לכל לראש א טובה הכיוסר נפש העני,
¶56על אחת כמה וכמה אז דערוי בנוגע צו 'לימוד התורה', לערנט ער דאך תורה בהקדמת ברכת התורה, וואס ”בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו” איז דאך א פשיטא לכאורה, אז ער האט ניט וואס צו טראכטן וועגן אנדערע מענטשן, אפילו ניט וועגן אנדערע אידן איצטער לערנט ער תורה,
¶57זאגט מען אבער, אז בנוגע לפשטות, כאמור לעיל, איז די תורה איז גדול לימוד ווען איז גדלות התורה?
¶58ווען דאס איז ”מביא לידי מעשה”, און ווען קען ער זיין זיכער אז דאס וועט ביי אים ברענגען 'לידי מעשה' על פי ”דבר הוי' זו הלכה” ווען ער ווייס אז דאס וועט פועל זיין ביי א בריות וואס ס'האט ניט קיין 'הבנה והשגה' ער זאל טאן ווי ער האט אים אנגעוויזן די וועג אנגעזאגט מגלה געווען די הלכה.
¶59ועד"ז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו הפצת 'פנימיות התורה', צו הפצת המעיינות חוצה, אז אף על פי וואס ”כל ישראל בחזקת כשרות” איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'דערהערט אין הוראה און נתינת-כח פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער,
¶60אז איצטער איז דער זמן הכי אחרון והכי עיקרי אויף הפצת המעיינות חוצה וועט ער דאך זיכער טאן אין דערויף ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך”,
¶61ביחד עם זה אז ער וועט זיך אבער דערכאפן אויף ביידע זאכן, אז אין דערויף הענגט אפ דער ענין פון שמים און ס'היינגט אפ דער ענין פון בריות אז אין ביידע ענינים זאל זיין טוב איז אט דעמאלט ערשט וועט ער דאס טאן בתכלית השלימות,
¶62וכמדובר כמה פעמים לכאורה איז ניט פארשטאנדיק, בשעת מ'זאגט ”טוב לבריות” איז דאס דבר המובן, בשעת מ'זאגט דאס רעדט זיך וועגן שמים דארף שמים אנקומען צו זיין א טובה,
¶63און מ'זאגט דאס אויף יעדער אידן!
¶64יעדער איד זאגט ביי יום השלישי דעם שיר של אותו יום דערפאר וואס דאס איז ”יום השלישי דוקא”, זאגט מען, אז ער דארף טאן א טובה פאר שמים, ווארום דאס איז יום השלישי.
¶65אף על פי כן האט מען דאס אנגעזאגט יעדער אידן, ווארום יעדער איד האט בכח טאן א טובה לשמים, און מ'זאגט אז דאס איז בדוגמא ווי ער איז הכיוסה את נפש העני ובלשון הנפלא והמבהיל ”למעשה ידיך תכסוף” אז דער אויבערשטער זאגט,
¶66אז ער האט ”נכסוף נכספתי” דער תכלית התשוקה והצמאון צו וועמען?
¶67למעשה ידיך ניט צו דעם שכל פון בריאות פון א מענטשן, אפילו פון א אידן, נאר ”למעשה ידיך תכסוף”, צו די מעשה בפועל, און דעמאלט איז מען ממלא דעם תכסוף פון שמים.
¶68וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק בנוגע צו הפצת המעיינות חוצה, אויף וויפל מ'דארף זיך אין דערויף משתדל זיין, וכאמור לעיל, ביז א טרחה בגופו, אפילו ווען דאס רעדט זיך בנוגע לבריות, דארף מען זיי אפמעסטן וויפל עמודים מ'קען אים געבן, און ער קען דאס פארנעמען,
¶69און וויפל קאפיקעס מ'קען ביי אים פארלאנגען, אז דאס איז פארבונדן דערמיט ווארום מער דערפון ווערט א ספש דער גאנצער ענין, און ער דארף זיך אין דערויף אריינלייגן ווי דער בעל הגאולה האט דורכגעטראטן די וועג, איז דאס געווארן א דרך סלולה.
¶70און אט דעמאלט פאראיינציקט מען נאך מערער, ביז אז פון אהבת ישראל קומט מען צו אחדות ישראל, און ס'ווערט דער התאחדות אויך פון שמים ובריות,
¶71און מ'קומט פון דעם ”הוכפל בו כי טוב” קומט מען צו דעם גילוי פון טוב האמיתי, וואס דאס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה, וואס כל ענינים וואס זיי האבן ניט אין זיך שלימות הטוב, איז בדוגמא ווי מ'זאגט אז דער ”רוח הטומאה אויר מן הארץ” וועט דאס בלייבן אינגאנצן מערניט ווי טוב,
¶72און אין טוב גופא שלימות הטוב ווארום דאס רעדט זיך וועגן גאולה השלימה, און ס'וועט אראפברענגען די גאולה השלימה, וואס זי איז דאך די גאולה האמיתית במהרה בימינו ממש, על ידי משיח צדקנו.
¶73לחיים.