Paragraph
Paragraph rh-1w9hpzkw
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-jtzdf9vy
- order
- WT
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- רוטער דורך זיי ין דעם הויז אין וועלכע זיי געפינען זיך. און ווען ס'רעדט זיך וועגן עקרת הבית, איז דאך פארשטאנדיק, אז זי האט אין דערויף די עיקר שליחות, אז זי זאל זיין אלס עקרת הבית די שליחה פון דעם אויבערשטן אויף צו אויפטאן נאכמערער אידישקייט אין דער הויז, און במילא אויפטאן נאכמערער שמחה אין דער הויז, אין חינוך הבנים והבנות, אט די וואס זיינען שוין געבענטשט געווארן מיט קינדער, און די וואס וועלן געבענטשט ווערן בקרוב ממש, און די וואס וועלן חתונה האבן בקרוב, און די וואס גרייטן זיך צו חתונה האבן, אין אלע ברכות והצלחות, וואס דאס איז כולל און ווערט אלץ נכלל יעדער גוטע זאך וואס א איד טוט, סיי מאן און סיי א פרוי, און סיי א ערוואקסענער און סיי קלייניקער ביז גאר קליינער, האט ער אין דערויף א שליחות פון דעם אויבערשטן, אז ער טוט דאס בשליחותו של הקב,"ה דער אויבערשטער האט באשאפן א גרויסע וועלט, און האט איר באשאפן אין אזא אופן, אז יעדער איד זאל קענען זאגן בשבילי נברא העולם אז די וועלט איז באשאפן געווארן אין אזא אופן, אז ס'זאל זיין בשבילי,
- proofread
- 0