עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

17 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אז ער זאל בענטשן און מצליח זיין יעדערן פון אייך, אין צוגאב צו די אלע ברכות וועגן וועלכע ס'האט זיך גערעדט בא דער ערשטער קבוצה, אז די הכנות צו דער חתונה, און דער חתונה אליין,

2און אריכות ימים ושנים טובות לאחרי זה, זאל זיין מיט א הצלחה מופלגה, אין א אידישן אופן און א הצלחה'דיקן אופן און א חסידישן אופן, סיי בגשמיות סיי ברוחניות,

3סיי בגשמיות וברוחניות, גם יחד, זאל אזוי זיין ווי געזאגט פריער די הכנות אויף גרייטן זיך צו אויפשטעלן א בית בישראל, ענין עד עד,

4על יסודי התורה ומצוותי', בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי', און אויך באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל דורך דעם אויפפירונג פון דער הויז און פון דער חתן כלה פאר די אלע אידן וואס געפינען זיך ארום אייך, כדי זיי זאלן אויך זען אפילו 'בעיני בשר',

5עאכו' כמה ווי א איד זעט דורך עינים פון אהבת ישראל און אחדות ישראל, ווי אזוי אין איד ס'ווירקט אויף אידן ארום זיך, אז מ'שטעלט אלע צוזאמען דעם בית ישראל א בנין עד די עד, דורך אויפפירן זיך אין א תורה וואס זי איז א תורת עולם און א תורה נצחית,

6ווארום דאס איז אלץ געגעבן געווארן דורך דעם אויבערשטן, אלקי עולם.

7ובמיוחד, ווי דערמאנט פריער, אז מ'ברייט זיך דאך און דערנאך האט מען די נישואין עצמם און די שבעת ימי הנישואים, און די טעג חדשים און יארן לאחרי זה, אז ליסודו התורה והמצוה ווערט דאך מקויים בפשטות אז בחוקות הי תלכו בפשטות ואת מצוותי תשמרו בפשטות,

8”ונתתי גשמיכם בעתם” ווי דער בעש"ט דאס אפ אז אפילו די גשמיות איז בעתם, עאכו' כמה די רוחניות.

9ובפשטות, אז יעדערער פון אייך, צוזאמען מיט איין די בני משפחה און די בני בית, זאלן טאן און מוסיף זיין אין די הכנות צו דער חתונה, און אין דער חתונה עצמה, און שבעת ימי המשתה, און דרך ימים ושנים טובות לאחרי זה,

10ארי צוד התורה והמצוה, מתוך שמחה וטוב לבב, און צוזאמען דערמיט מתוך הכנות צו דעם קיום פון דעם אויבערשטן'ס הבטחה, ווי מ'זאגט דאס אין די 'שבע ברכות', אז מהרה ”ישמה בערי יהודה בחוצות ירושלים, קול חתן וקול קל” און מיט די אלע קולות און מיט די אלע הבטחות וואס ס'שטייט נאך דערויף,

11ובמיוחד אז מ'געפינט זיך אין שנת הקהל, הקהלת האנשים ואנשים וטף, וואס ס'זיכער טוט זיך יעדערער אין די ענינים, און וועט טאן נאכמערער, און וועט מאכן דערפון דער אריינטראכטן זיך אין דעם, אז דעם הויז און דעם בית, דעם בנין וואס מ'גייט בויען, וועט זיין א ענין וואס דער אויבערשטער זאגט אויף דערויף,

12”ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"”, ווארום דאס ווערט א בית של הקהל, בדרך ממילא, ובמכל שכן וקל וחומר א בית של תשמ ח' פון תסמך און א בית של תשמח.

13ובפשטות, ווי דיר זאגט פריער, אז די הכנות פון דער חתונה אליין און די 'שבע ברכות' כל הענינים שלפני זה ושלאחרי זה, זאל זיין מתוך הצלחה מופלגה, מתוך מנוחה ושמחה וטוב לבב, און מתוך הכנות צו דער שמחה הכי גדולה ”שמחת עולם על ראשם, שמחת” הגאולה האמיתית והשלימה,

14בפרט נאך אז מ'איז זיך מסיים, כרגיל'דיקע גנז ה, דורך די ענין פון מאכן יעדערן פון אייך פאר א שליח מצוה, וואס אויף געבן דאס אויף צדקה, וואס צדקה איז דאך מקרבת את הגאולה און מזרזת את הגאולה, און איז ממשיך אלע ברכות אין וואס מ'נויטיקט זיך ביז דער גאולה און אויך לאחרי זה,

15און ס'וועט זיין בפשטות די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, און גלייך נאך דערויף, אדער נאך פאר דערויף, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

16דלכה והצלחה", און דלכה והצלחה.

17ודלכה והצלחה.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions