English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

124 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1אויף אנהויבן א ענין שהזמן גרמא, איז דאך פארבונדן מיט פרשת השבוע, ווי די תורה פון דעם אלטן רבי'ן פון לעבן מיט דער צייט פון דעם חלק אין דער סדרה פון דער וואך, וואס איז פארבונדן במיוחד מיט דעם טאג, וואס דאס איז דאך אין צוזאמענהיינג מיט יום השלישי בשבוע.

2און אויך דער צווייטער נקודה וואס איז פארבונדן מיט די סיבת ההתוועדות בפשטות מצד דער יום הולדת פון דעם רבי'ן נשמתו עדן איז דאך דא א תורה פון דעם בעל יום ההולדת, פון דעם רבי'ן נשמתו עדן,

3אויף א פסוק פון דעם שיעור, וואס איז אויך פארבונדן אויך מיט ”המעשה הוא העיקר” אויף ארויסנעמען פון ”הימים האלו נזכרים ונעשים” אז בשעת מ'דערמאנט זיך וואס האט אמאל געטראפן אין די טעג,

4קומט דאס דערנאך אראפ ונעשים די השפעות נאכאמאל, ביז ונעשים אויך ”אין המעשה הוא” העיקר אז די וואס זיי דערמאנען זיך אויף דעם, און דערמאנען זיך ווי ס'דארף צו זיין, ונשיא דורנו איז מסביר בכמה מקומות אין זיינע שיחות,

5אויף ניט נאר דערציילן און לעבן דערביי, נאר איבערלעבן די זאך ווי ער זעט דאס ביז אין א ראי' מוחשית, קומט דאך דאס אראפ ביי אים, וויבאלד ער לעבט דאס איבער,

6ביז אין א מעשה בפועל, וואס דאס איז אויפן פסוק ”ויהי הוא טרם כילה לדבר”.

7וואס ס'רעדט זיך וועגן ”אליעזר עבד אברהם”, וואס איז ארויסגעגאנגען פון 'ארץ הקודש' און געגאנגען אין חוץ לארץ, וואס לכאורה איז דאך דאס א געוואלדיקע ירידה?

8אפילו בזמן ההוא איז דאך שוין אויך געווען ארץ ישראל בקדושתה, ביז וואנענט אז מ'האט אנגעזאגט יצחק'ן צוליב וועמען ער איז ארויס אין חוץ לארץ אויף ”גור בארץ הזאת”,

9אז וויבאלד אז ער איז אין א דרגא מיוחדה אלס אן ”עולה תמימה” דערפאר זאל ער ניט ארויס אין חוץ לארץ, און דא איז געווען ”אליעזר עבד אברהם” איז געגאנגען אין חוץ לארץ, און נאכמערער, ווי פשטות הדברים, דערפון אויך פארשטאנדיק אין פנימיות הדברים,

10אז ער איז געגאנגען בשליחותו אזוי האט אים געהייסן גיין ”אברהם אבינו, אחד הי' אברהם”.

11איז דאך פארשטאנדיק אויך פון פשטות הדברים, אז דאס איז געווען כדי ס'זאל זיין דער ערשטן מאל א שידוך צווישן צווייען, וואס זיי זיינען נאך איידער נשתדכו, איידער זיי האבן געהאט א שייכות איינער מיט די צווייטע,

12האבן זיי שוין געהאט צוטאן מיט אידישקייט, ואדרבא, ווי דעמאלט איז דאס געווען מצד די מעלה וואס איז דא ”אין כח עבודה מצד עצמם”,

13וואס דאס איז דאך בא יצחק ורבקה, אברהם ושרה, איז דאך געווען בפשטות דער שידוך ביניהם, נאך איידער ס'איז געווען דער עילוי בא אברהם'ען און בא שרה'ן,

14ובפרט נאך כמבואר אין מדרשי חז"ל די דרגא פון אברהם'ן ווען ער איז געווען בן ארבעים, אדער דערנאך בן מ'חס וכו',

15איז קומט דאך דאס אויס, לפי החשבון, לאחרי ווי ס'איז שוין געווען דער שידוך ”בין אברהם ושרה”, עאכו"כ ווי די ענינים ווערן דערציילט בפשטות אין תורה,

16איז דאס וואס מ'דערציילט פון אברהם'ן, אז ”ויקרא שם בשם הוי'א-ל עולם” ווערט דאס דערציילט לאחרי זה ווי אברהם ושרה זיינען שוין ביידע צוזאמען איין זאך,

17משא"כ בא יצחק ורבקה איז דאך דאס געווארן לאחרי ווי יצחק איז שוין געווען לאחרי העקידה, נוסף אויף דערויף וואס ער האט שוין געהאט דעם ענין המילה,

18בבשרכם ”ברית עולם”, איז נאך צוגעקומען דער געוואלדיקער עילוי פון דער עקידה, וואס דאך פארשטאנדיק אפילו בפשטות, לפשוטי אים, דער עילוי וואס איז צוגעקומען בא יצחק'ן לאחרי ”שנעקד על גבי המזבח”, ווי רש"י איז אויך מדגיש אויף ”וילכו שניהם יחדיו”,

19אז יצחק און אברהם זיינען געגאנגען מיט א שמחה גדולה, אפילו נאך דערויף ווי ער האט זיך דערוואוסט שוין פון דעם ענין וועגן וואס ער גייט, ואדרבא ער האט נאך מזרז געווען אברהם'ן, עאכו' כמה ווי דער ענין העקידה איז מבואר אין 'פנימיות התורה', אויך אין די מאמרים פון דעם בעל ההולדת,

20ביז וואנענט אז ס'איז דאך אויך כמדובר לעיל אפילו א פשוט שבעם ווייס, אז מ'דערמאנט אויף יעדער שריט און טריט אין תפילות ישראל דעם ענין פון ”עקידת יצחק לזרעו היום ברחמים תזכור”, ניט נאר ביום ראש השנה, ווען מ'דערמאנט דאס אין דעם נוסח, נאר בכל יום ויום אין תחילת התפילה שוין,

21זאגט מען די פרשת העקידה, בימות החול לפני זה די בקשת תחנונים פארבונדן דערמיט, און אויך לאחרי איז דאך דאס כמדובר, אז דעמאלט געדארפט ווערן א שידוך צווישן אזעלכע צוויי,

22איז דאך פארשטאנדיק דער גודל הדבר אפילו בפשטות, וואס דאס איז דאך אויך מבאר פארוואס ער איז ארויס פון ארץ ישראל אין חוץ לארץ, וואס דאס גיט דאך אויך א ביאור, בדרך ממילא, אויף דעם גאנצן מציאות ווי אידן געפינען זיך אין חוץ לארץ,

23עאכו' כמה וואס דאס איז דאך נאכמער דורש ביאור, ווי אידן געפינען זיך אין גלות, וואס דעמאלט איז דאך ”גלינו מארצנו” זאגן דאך אויך אידן וואס לעבן בפשטות בגשמיות אין ארץ ישראל,

24ווארום ס'איז אינו דומה 'כלל וכלל' ווי ס'איז געווען קודם שחרב בית המקדש, און ווי דערנאך ווערט דער ענין הגלות, ”גלינו מארצנו”.

25ווערט דאך אין דערויף די שאלה, היתכן, ל”מה עשה הוי' ככה”?

26גיט א ביאור אט דער סיפור, אז ”כבר הי' לעולמים”, אז אברהם, וואס ער איז דאך געווען תכלית החסד, ”אברהם אוהבי” אפילו מיט ערביים, עאכו"כ אין א ענין וואס איז פארבונדן מיט ”אליעזר עבד אברהם”,

27דמשק ”אליעזר, דולה ומשקה מתורת רבו"”, עאכו' כמה אז אויף דערויף דארף געבויט ווערן דער גאנצער אידישער פאלק, אנהויבנדיק פון יצחק'ן,

28אז ”ביצחק יקרא לך זרע” דארף מען גיין אין גלות, אין חוץ לארץ, און דערנאך ווערט אויפגעבויט דער ”ביצחק יקרא לך זרע” ביז אין הרבה ארבה את זרעך.

29און אויף דערויף איז מען מסביר, בפרט אין דעם שיעור פון יום זה, ווי אזוי ס'איז פארגעקומען די גאנצע הכנה לזה, און ווען מ'איז מסיים דעם שיעור פון יום שלישי,

30אז ”אליעזר עבד אברהם” ויקוד וישתחוה ויברך, דערפאר וואס ער האט געזען אז די זאך איז אפגעטאן געווארן אז הקרא הוי' לפני היום, ער האט געטראפן און דאס וועט געבויט ווערן אין אזא מין אופן, געבויט אויף חסד,

31ביז אז ”גם לגמליך אשקה” איז שוין געווען דער ברכה לה', ווארום די זאך איז שוין שוין אפגעטאן בפועל,

32אע"פ וואס דערנאך ווערט דערציילט בפרטיות, אין דעם שיעור שלאחרי זה, למחרתו, ביום הרביעי.

33אין דעם זאגט מען, אז ווי אזוי איז דאס פארגעקומען?

34איז דאס געווען אין אן אופן אז נאך ”טרם כילה לדבר” איז שוין נתקיים געווארן בקשתו, אז ס'איז ארויסגעגאנגען רבקה, ער האט גלייך געזען די גמילות חסד שלה וכו', כמסופר בפרשה.

35ברענגט אראפ דער בעל ההולדת אין דעם מאמר שלו פון תרנ"ט אויף דעם פסוק, אז ער זאגט אויף דערויף אין מדרש, אז ס'איז דאך געווען דער אויפטו, אז נאך ”טרם כילה לדבר” איז שוין נתמלא געווארן בקשתו, זאגט ער אויף דערויף אין מדרש, אז ס'איז געווען ”שלשה שנענו גלייך במענה פיהם”,

36און דאס איז אליעזר און משה און שלמה, וואס בא משה'ן שטייט אויך, אז בשעת ככלותו לדבר און אזוי אויך בא שלמה המלך ככלותו להתפלל,

37און ברענגט אראפ אויך פון מפרשי המדרש, אז פון די דריי גופא איז דא א עילוי בא אליעזר'ן לגבי משה ושלמה, וואס בא זיי איז אויך ”נענו במענה פיהם”, אז ס'איז גלייך ס'איז נתמלא געווארן תפילתם ובקשתם, זיי האבן אבער געדארפט פריער גומר זיין די תפילה,

38”כאשר כילה לדבר”, כילה להתפלל, משא' כן בהנוגע צו אליעזר'ן זאגט מען, אז נאך ”טרם כילה לדבר” איז שוין געווען דער ענין וואס ”נענו במענה פיהם”.

39און שטעלט זיך אויף דערויף, היתכן, ווי אזוי קען מען זאגן אז אליעזר האט אויפגעטאן מערער ווי ס'האט אויפגעטאן משה ושלמה?

40ער איז ניט מבאר דארט די פרטי הקושיא, ס'איז דאך אבער פארשטאנדיק אויך בפשטות אז דער 'כללות ענין', אז ס'זאל זיין דער חיבור, אז פון דעם עליון ביותר זאל אראפקומען אין תחתון ביותר, איז דאס לייכטער און שנעלער לאחרי ביטול הגזירה פון עליונים לא ירדו למטה און תחתונים לא יעלו למעלה,

41וואס דאס איז געווען ערשט בא מתן תורה, וואס לאחרי זה איז געווען סיי דער ענין פון משה סיי דער ענין פון שלמה, משא"כ אליעזר איז דאך געווען קודם מתן תורה,

42און ניט נאר אז מ'זאגט אז אלע שלשה איז נענו תיכף לתפילתם, נאר אין דערויף גופא איז נאך געווען א יתרון בא אליעזר'ן, וואס נאך ”טרם כילה לדבר”.

43און אין דערויף איז ער מבאר די נקודת הביאור בדבר, אז דאס איז דערפאר וואס ס'איז דאך דא צוויי אופנים אין המשכת הברכה 'מלמעלה למטה'.

44אדער דאס גייט דורך 'סדר השתלשלות', במילא גייט דאס מיט א סדר והדרגה, דערנאך איז דא דער צווייטער אופן, פון ”עד מהרה ירוץ דברו” אז ס'גייט למעלה ממדידה והגבלה,

45אויך מדידה והגבלה פון 'זמן ומקום', במילא איז גלייך ווערט די זאך אויפגעטאן למעלה איז זי גלייך דא למטה, וואס בא די אלע דריי האבן גענומען בתפילתם למעלה ממדידה והגבלה,

46משה, וואס ער איז פון קו האמצעי וכו', עד"ז אויך בא שלמה בתפילתו, און עד"ז אויך בא אליעזר, וואס בא אים איז דאך דאס געווען פארבונדן מיטן ענין פון יצחק,

47וואס גבורת יצחק איז דאך דאס א ענין של טוב, א גבורה וואס איז דינא דאתמתק בחסד, וואס ווערט נתמתק זיס דורך חסד, איז אט דעמאלט איז דאס על דרך פון 'גבורות גשמים' וכיוצא בזה, אז ס'גייט מיט א גבורה און ס'איז מבטל כל המדידות והגבלות,

48און גלייך ווי ס'ווערט דער ענין למעלה ווערט דאס גלייך נמשך ביז למטה.

49וואס עד כאן איז דער תוכן הביאור.

50וואס אט דאס איז מבאר ווי אזוי ס'קען זיין בא ”אליעזר עבד אברהם” נאך שנעלער ווי דאס איז בא משה ושלמה, און פארוואס בא משה ושלמה איז דאס אין אן אופן פון ”עד מהרה ירוץ דברו”,

51אין דערויף לכאורה דארף מען דאך אבער האבן נאך א ביאור, פארוואס טאקע איז צוליב דעם ענין אפילו וועלכן אליעזר האט געטאן האט געדארפט זיין שנעלער ווי דאס איז אפילו אין דעם ענין אויף וועלכע האט מתפלל געווען משה ושלמה?

52דאס איז מבאר, ווי אזוי ס'איז אפשריות הדבר?

53ס'גיט אבער ניט ארויס דעם טעם הדבר.

54פארוואס האט מען אויסגענוצט די אפשרויות?

55דוקא בא דעם ענין פון אליעזר.

56איז דאך יש לומר בזה על פי המבואר לעיל, וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט א צווייטן מאמר, אויך פון בעל ההולדת, מיוסד אויף מאמרים פון רבותינו נשיאינו אויף ”יפה שיחתם של עבדי אבות מתורתן של בנים"”,

57און מ'ברענגט אויך די ראי' פון דעם שיעור פון היינטיקן טאג, פון דעם יום שלישי און די ימים שלאחריו, אז ”תורתן של בנים” לערנט מען אפ כמה ענינים מערניט וואס נאמרו ברמיזה, און ”שיחתן של עבדי אבות” איז דאס א פרשה שנכפלה בתורה,

58ניט נאר זי שטייט בפרטיות, נאר זי שטייט צוויי מאל בפרטיות, אדער ג' פעמים בפרטיות.

59און מ'איז אויף דערויף מסביר, פארוואס איז דאס טאקע אזוי?

60דערפאר וואס דאס איז א ענין כללי, און ווי ער זאגט דארט דעם לשון אין אותיות הקבלה, אז דאס איז חיבור מ' ובן, וואס דאס איז דא בכל מצוה, אבער באופן כללי, איז דאס געווען דער שידוך און דער חיבור פון יצחק ורבקה, וואס דאס איז דער מ' וב'ן.

61אויף אראפטראגן דאס ביז אין א ענין של מעשה בפועל, איז דאך כללות הענין, ווי דערמאנט אויך פריער, אז ענינו של יצחק איז דאס ”עולה תמימה”,

62ענינה של רבקה איז זי געבארן געווארן ”כששנה בין החוחים”, אין חוץ לארץ, און מ'האט איר ערשט פון דארט געדארפט ארויפברענגען אין ארץ ישראל, און דערנאך איז געווארן דער חיבור ביניהם.

63וואס דאס איז דאך אויך דער כללות החילוק פון מי' ובן, ”מיין עילאין און מיין תתאין”, ביז אויך דער ענין אין 'עבודת האדם' דער חילוק פון תורה ומצוות.

64דער ענין פון תורה, ”מן השמים השמעתם קולך”, איז דאס דער כללות הענין וואס דאס איז א 'המשכה מלמעלה' למטה,

65דערנאך איז דא דער ענין המצוות, וואס דאס איז דוקא בעולם ניט אין גן עדן, וכמדובר ומבואר בכמה מקומות, אז מ'נעמט א ענין גשמי און מ'מאכט פון אים א ענין של מצוה,

66א צוותא וחיבור, ביז מיטן 'רצון העליון', און נאך העכער מיטן ”בעל הרצון”, דערנאך מאכט מען פון תורה ומצוות איין זאך, ביז ווי דאס קומט אראפ בפשטות, אז ווי אזוי ווייס מען ווי אזוי צו מקיים זיין א מצוה?

67דארף מען פריער האבן דעם ענין התורה וההוראה, ער זאל וויסן זיין אין וואס ס'באשטייט א 'קיום המצוה'.

68על דרך זה אויך אין דער הליכה 'מלמטה למעלה', איז ”כל האומר אין לי אלא תורה” איז אפילו תורה אויך אין לו, נאר מ'דארף האבן גמילות חסדים,

69זאגט די גמרא אין שבת ”גומל נפשו איש חסד"”, אז דאס איז די עבודת התפילה, וואס ס'דארף זיין תפילתי סמוכה למטתי,

70ביז ווי דער ענין אויך בפשטות ”ברכו בתורה תחילה” כדי תורה זאל אויפטאן בנין הארץ און שולל זיין דער ”עבדה הארץ” איז דאס דורך דערויף וואס ס'איז דא פריער דער ברכו בתורה דער ענין הברכה, וואס דאס איז בפשטות א ענין פון א מצוה,

71ברכת המצוות איז דאך א טייל פון דער מצוה.

72ועל דרך זה אויך נאכמער בפשטות, ווי אזוי קען ער וויסן פון תורה ווי אזוי צו מקיים זיין א מצוה?

73איז בשעת ער לערנט וואס תורה זאגט אים, ניט ער וויל אריינלערנען אין תורה ווי אים ווילט זיך, ווי אזוי לערנט ער וואס תורה זאגט אים,

74ניט דער היפך איז דאס דורך דערויף אז ס'איז דא די הקדמה ”ונפשי כעפר לכל תהי'” איז דערנאך ווערט דער ”פתח לבי בתורתך” און ער נעמט תורה ווי תורה ווערט צו אים נתגלה, 'מגלה פנים בתורה' כהלכה.

75וואס דאס איז דער ענין כאמור פון ”נפשי כעפר לכל תהי'”, אז דאס איז 'מטה מטה' ביותר, און דוקא דאס מאכט אים ”מאן מלכי רבנן” אז ער ווערט העכער פון דער גאנצער וועלט, פון דער גאנצער מציאות,

76פון כל הענינים שסביבו, דורך דערויף וואס ער איז מוצב ארצה ”ונפשי כעפר” און אויך, ווי געזאגט פריער,

77אין אנדערע אותיות וואס דאס איז דער זעלבער תוכן דורך מעשה המצוות.

78ווי אויך בפשטות, ווי פארשטאנדיק אויך פון דעם המשך ס'ו' פון בעל יום ההולדת, אז כדי ארויסבאקומען פון תורה ל”אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא” דארף ער וויסן זיין און זיך מתבונן זיין אז דאס איז א ענין וואס איז נוגע להלכה בפועל, למעשה בפועל,

79וואס דעמאלט נעמט עס אים דורך און ער הויבט זיך אן טרייסלען, אז ס'קען זיין אז ער וועט זאגן א זאך און מ'וועט טאן על יסוד דבריו, און ווער ווייס צי האט ער מכוון געווען, און מצד דעם ”יראה וביטול רצון” ושכל עצמו,

80איז דוקא דורך דערויף קומט ער, אז זיין שכל גייט בדרך הישר, און ער נעמט ארויס די ריכטיקע מסקנא פון 'לימוד התורה', ווי מ'זעט דאס אויך בפשטות, און ווי ערקלערט בארוכה אין דעם המשך, כמוזכר לעיל.

81וואס דאס איז אויך דער כללות החילוק בהנוגע בא משה ושלמה, איז דארט געווען אויך וועגן ענינים כלליים, סיי בהנוגע צו תפילת משה סיי בהנוגע צו תפילת שלמה,

82ס'קומט אבער אן ענין כללי העולה על כולנה, וואס דאס איז דער ”כללות החיבור פון מה ובין”, דער כללות החיבור פון מעלה און מטה, דער כללות החיבור פון תורה ומצוותי',

83וואס דאס איז אויך דער כללות החיבור פון נשמה וגוף, וואס נשמה און גוף איז דאך דאס בדומה פון מ' ובן,

84כמבואר בכמה מקומות און אויך פארשטאנדיק בפשטות, און דוקא דורך חיבור שניהם יחד איז ווערט ערשט דערנאך די גאנצע מציאות פון 'לימוד התורה' כדרוש,

85בקיום המצוות כדרוש, וואס דאס איז דאך ”בשבילי נברא העולם” אויך די כל ענינים שבקדושה, איז דאך דאס אלץ בשביל ישראל, ווי מ'זאגט דאס בנוגע צו תורה,

86געבראכט אין חסידות פון תנא דבי אליהו, אז ס'איז דא די ענינים שקדמו לעולם, ביז אז מ'שטעלט זיך אפ אויף צוויי, אז דאס איז ישראל והתורה,

87און מי קדם למי איז 'אני אומר' אז 'ישראל קדמו' לתורה", און תורה איז כדי ס'זאל זיין ”דבר אל בני ישראל” און ”אמור אל בני ישראל”.

88וואס ווען איז געגעבן געווארן תורה אין דעם אופן פון ”אמור אל בני ישראל” און ”דבר אל בני ישראל” בשלימותם?

89איז דאס געווען בשעת מתן תורה, וואס מתן תורה איז פארבונדן דוקא מיט א ילוד אשה, מיט א בשר ודם, מיט א נשמה בגוף דוקא, ס'איז דאך געווען דער 'לימוד התורה' 'וקיום המצוות' אויך לפני זה, ווי מ'זעט דאס פון דעם סיפור גופא פון ”אליעזר עבד אברהם”,

90וואס איז דאך אויך פארבונדן מיט דעם ענין פון שמנה ”ידך תחת ירכי”, ווי רש"י ברענגט אראפ, אז דער ענין איז געווען דער נקיטת חפץ ווארום ס'איז שוין געווען דער ענין המצוה בעולם, און

91דאך שמנה ”ידך תחת ירכי” דער ענין המצוה איז דערנאך אויך פארבונדן און אראפגעקומען אין דעם שידוך און דעם יחוד פון יצחק ורבקה,

92וואס דאס איז בדוגמא פון יחוד 'הנשמה בגוף'.

93וואס יש לומר אז דאס איז דער ביאור, פארוואס טאקע האט מען דאס דוקא גענוצט אט דעם ענין וואס ”טרם כילה לדבר” דוקא בא א ענין פון אליעזר'ן, און אפילו ניט בא ענין משה ושלמה,

94דערפאר וואס דער ענין וואס ס'האט זיך געדארפט אויפטאן און האט זיך אויפגעטאן דורך תפילת ובקשת אליעזר איז דאס געווען דער כלל פון אלע ענינים כלליים,

95כמבואר בארוכה אין לקוטי תורה פארוואס איז דוקא די פרשה הוכפלה, אע"פ וואס בכל מצוה איז דא דא דער ענין פון מיה ובי ן, ועד"ז אין די דרושים בארוכה אין אור התורה, און אויך אין די דרושים בכמה מקומות פון נשיאינו רבותינו.

96וואס דערפון קומט אויך ארויס דער ענין בהנוגע ווי דערמאנט פריער צו ונעשים בהנוגע לפועל, אז בשעת מ'גיט זיך א כאפ,

97ובעצם דארף מען זיך גאר ניט כאפן אויף דערויף, מ'לעבט דאך אין דעם אז מ'געפינט זיך אין גלות, אין א חושך כפול ומכופל, נוסף אויף די 'ירידת הנשמה' בגוף ”מאיגרא רמה לבירא עמיקתא”,

98איז אין דערויף גופא נאך צוגעקומען גלות, וגלות לאחרי גלות, ובפרט נאך אין דעם חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא, פון סוף זמן הגלות איז קומט צוגיין דער סיפור פון ”אליעזר עבד אברהם”,

99און וואס מ'איז מדגיש בזה אז ”אברהם אוהבי"”, און דאס איז דער ענין פון חסד ”לכל באי עולם”, אפילו צו ערביים,

100עאכו"כ אז אפילו ער מאכט דעם חשבון צדק בנפשו, און הויבט זיך אן טראכטן צי האט ער דאס פארדינט צי וועט ער דאס פארדינען צי ניט זאגט מען אים, אז במכל שכן וקל וחומר,

101דאס רעדט זיך וועגן ”אברהם אוהבי”, וואס ער איז דער ערשטער פון די ג' אבות, און פון אים באקומט דאס בירושה יעדער איד ”עד סוף כל הדורות”, ביז וואנענט ווי א ענין פון ירושה איז, אז ער איז ווי דער מוריש.

102איז דאך פארשטאנדיק, אז במדה כנגד מדה גיט אים דער אויבערשטער, בדוגמא ווי ס'איז געווען פריער ווי ס'איז געווען דעמאלט,

103אז ניט נאר בשעת ער איז מתפלל איז ער תיכף ומיד נענה, געענטפערט, ווארום ”עד מהרה ירוץ דברו”, נאר מצד דערויף וואס ער איז אן עבד אברהם, א יורשו של אברהם,

104וואס ביי אן עבד איז דאך אויך קיין מציאות ניט בפני עצמו, זיין גאנצע מציאות איז מציאות האדון, בדוגמא אין דעם ענין ווי א יורש מיט א מוריש, עאכו' כמה וכמה פון א בן, און א בן יחיד, כתורת הבעל שם טוב, אז יעדער איד איז ווי א בן יחיד בא דעם אויבערשטן,

105מיט די אריכות הפרטים ווי ער זאגט דארטן אין תורת הבעש", איז דאך אט דעמאלט פארשטאנדיק, אז ס'ווערט אויפגעטאן נאכמערער, אז מ'דארף נאר האבן עפעס-וואס דער ”קב שלו”, ובלשון הידוע די ”אצבע קטנה”, אז מ'דארף ניט ווארטן ביז ער וועט משלים זיין די תפילה,

106ער האט נאר אונטערגעלייגט דעם ”אצבע קטנה”, אנגעהויבן די תפילה איז נאך ”טרם כילה לדבר” איז שוין ווערט מקויים דער ”הקרא נא לפני היום”, און ווי ער טייטשט אפ אין תרגום, און רש"י ברענגט דאס אראפ, און ווי ער טייטשט אפ אין תרגום, אז הקרא איז דאס דער ענין פון זמין,

107אז דער אויבערשטער גיט דאס אים במזומן, און גיט דאס אים היום, און ווי ער זאגט אין דעם מדרש, אז היום איז ניט דער פשט אז מ'האט געדארפט ווארטן אין דעם היום גופא אן אריכות, נאר נאך ”טרם כילה לדבר”,

108ווי ער זאגט אין מדרש, כאמור, אז דאס איז במענה תיכף לתפילתו, און אין מפרשי המדרש, אראפגעבראכט אין דעם מאמר, אז נאך ”טרם כילה לדבר”.

109אעפ' כן, רעדט זיך די שאלה, איז וואס דארף מען האבן די התחלה?

110קען דאך זיין ”טרם יקראו ואני אענה” דא איז דאך די הדגשה פון כילה לדבר ווארום מ'וויל האבן אז ס'זאל זיין מענה פיו אז ס'זאל זיין עכ"פ די ”אצבע קטנה שלו”,

111דער ”קב שלו”, ניט דער ענין פון ”נהמא דכסופא” וואס דאס איז דאך דער כללות הביאור אויף ענין הגלות, אז אמת טאקע, אז דורך דערויף באקומט מען דעם ”ואחרי כן יצאו ברכוש גדול” ווי ס'איז געווען בא ”ימי צאתך מארץ מצרים”,

112אבער דער אויבערשטער, מצד דערויף וואס ער איז ”עצם הטוב, און מטבע הטוב להטיב” האט ער זיי געקענט געבן דעם ”רכוש גדול” אן דעם זייענדיק אין גלות.

113זאגט מען אבער, אז דעמאלט איז דאס א ענין פון ”נהמא דכסופא” וואס דערפאר דארף מען האבן דוקא 'ירידת הנשמה', ”מאיקרא רמה לבירא עמיקתא” וואס דאס איז דאך אויך א ענין פון גלות, ווי דער אלטער רבי איז מבאר אין תניא אין אגרת הקודש, און דערנאך גלות בתוך גלות,

114כדי דערנאך זאל זיין דער ”יצאו ברכוש גדול” אז דאס ווערט זייער רכוש.

115וואס דאס איז, כאמור, אויך דער ונעשים אז בשעת מ'מאנט בא א אידן ער זאל טאן בכל ענינים אלו, און מ'זאגט אים, אז וואו דארף ער דאס טאן?

116אינעם מעמד ומצב פון גלות, ואפילו ”גלינו מארצנו” די וואס געפינען זיך אין דער ארץ, עאכו"כ ”גלינו מארצנו” די וואס געפינען זיך אין חוץ לארץ, און מ'זאגט אז ס'דארף זיין דוקא דער ”עבדת הוי' אלקיך בשמחה ובטוב לבב”.

117איז די הסברה בזה, כאמור, ווי מ'נעמט דאס אויך ארויס פון דעם סיפור, אז ויקוד העבד וישתחוה להוי' און געזאגט ברוך הוי', און שוין אפגעדאנקט פאר דער ענין וואס האט זיך שוין אפגעטאן, און אפגעטאן ”טרם כילה לדבר”.

118און ויהי רצון, אז עד' זאל נאך ”טרם כילה לדבר”, אז נאך איידער מ'פארענדיקט דעם רעדן, דאס וואס מ'דארף אפלערנען פון פרשה 'חיי שרה' בכלל,

119און פון דעם שיעור במיוחד זאל זיין דער ”טרם כילה לדבר” בא יעדערן וואס טראכט וועגן דעם, לערנט דעם שיעור אין חת"ת, כולל אויך דעם שיעור אין חומש פון יום זה, ועד"ז אויך די שאר שיעורים, ועד"ז אויך ממלא די שליחות פון ”אברהם אוהבי”,

120וואס דערנאך קומט דאס ארויס דורך אהבת ישראל, דורך דערויף וואס יעדערער נעמט אויף זיך א שליחות אויף הפצת היהדות בכלל און הפצת המעיינות חוצה, איז נאך ”טרם כילה לדבר” איז הקרא לפני היום, אז ס'ווערט זמין הקב"ה,

121און אין אן אופן לפני די פנים פון א אידן מיט דעם פנים פון דעם אויבערשטן, פנים בפנים, און ס'ווערט היום תוקף, אז נאך ”טרם כילה לדבר”, אז משיח קומט נאו קומט ער שוין אן, און מ'גייט צוזאמען מיט אים לארצנו הקדושה,

122”ארץ אשר” ”תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה” און מ'געפינט איר גאנצערהייט ארץ ישראל לגבולותי',

123און אויך אין אן אופן אז דאס איז א הכנה קרובה צו ”ירחיב הוי' את גבולך”, און ס'גייען בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו שלימות העם, עם ישראל בשלימותו,

124און מ'נעמט מיט מיט מיט זיך סיי תורה און סיי מצוות, סיי נגלה דתורה סיי נסתר דתורה, צוזאמען מיט כל המצוות כולם שלימות התורה, 'ובשמחה ובטוב' לבב, וכאמור 'טרם כילה לדבר', במהרה בימינו ממש בעגלא דידן.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים