פסקה
פסקה rh-1pmjnjyb
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-37988k57
- order
- 28
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- מ'געפינט זיך דאך אין חודש ניסן, און אין חודש ניסן עצמו, אין די צווייטע העלפד שלו, אז רוב החודש איז שוין דורכגעגאנגען, כולל אויך וואס קיימא סיהרא באשלמותא בחמשה עשר בו, וואס דאס איז דאך געווען דער יום ראשון פון חג הפסח, און וואס במיוחד איז נאכמער בגלוי ווי אזוי דאס איז זמן חירותינו בשנה זו, וואס התחלת פון זמן חירותינו איז געווען אויך ביום השבת, וואס דאס איז דאך אויך א זמן החירות על דרך הרגיל בכל שבוע ושבוע, אזוי ווי אין חיים הפרטיים ווערט מען דאך באפרייט פון כל מלאכת עבודה, אפילו אויך באפרייט פון מלאכת אוכל נפש, בשעת די קביעות שלו ביום השבת דארף דאך ניט זיין אויך קיין מלאכת אוכל נפש אויך ניט, און אלץ האט מען מן המוכן, ואדרבא אין אן אופן פון חירות און אין אן אופן פון שררה,
- proofread
- 0