transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1איז דאך יעדער ענין וואס מ'האט טרעפט אין לעבן דארף דאך דאס א אידן דערמאנען וואו איז דא עפעס א רמז בזה אדער א שייכות לזה אדער אן ענין דומה לזה אין תורה, בפרט נאך אויב ס'איז נאך דא אין תורה שבכתב איז דאך דאס נאכמערער מפורש ומודגש, אזוי איז אויך אז מ'קומט פון יום אחד עשר בחודש דערמאנט דאס גלייך אויף אחד עשר וואס ווערט דערמאנט אין תורה-שבכתב, און דאס איז דער אחד עשר יום מחורב, ביז דערנאך ווי דערציילט בהמשך אז דערנאך ווערט דערמאנט וועגן הר שעור און ביאת הארץ, אזוי איז אויך יעדער אחד עשר יום בחודש, עאכו כמה וכמה א חודש וואס האט א שייכות מיוחדה צו תורה חדשה מאיתי תצאי, וואס דערפאר איז דאך דאס א חודש וואס ווערט אנגערופן בשם מנחם אז דעמאלט וועט זיין די נחמה האמיתית ושלימה, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט גאולה האמיתית והשלימה, וואס זי איז פארבונדן מיט תורה חדשה מאיתי תצאי איז בשעת מ'דערמאנט תורה דערמאנט מען גלייך
¶2אן ענין פון חורב, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט מתן תורה, איז דאך פארבונדן ווי דערמאנט, אז תורה איז ניתנה מחורב מיט אלע רמזים בזה וכו'וכו ועוד והוא העיקר, אז מ'דארף ניט האבן קיין רמזים, אז וויבאלד אז מ'זאגט וועגן אז דאס איז חורב דארף מען א אידן ניט דערמאנען וואס האט פאר א שייכות צו חורף, וויבאלד אז בכל יום ויום איז יהיו בעיניך כחדשים און נאכמערער חדשים און חדשים ממש, איז גלייך אז מ'זאגט וועגן חורף זאגט מען דאך גלייך אויך, אז וואס איז געווען בחורף? איז דארט איז געווען דער ענין פון מתן תורה, איז דאס נאכמער שייכות און נאכמער מודגש מצד דערויף וואס דאס איז בתורה שבכתב און אין א פסוק מפרש, ובפרט נאך ווי מבואר אין חסידות, אז דער ענין פון אחד עשר יום די שייכות צו ענינים פון מתן תורה איז, וואס תורה איז דאך העכער פון אלע עשר ספירות, במילא איז בשעת ס'איז געווען מתן תורה איז דאך דאס געגעבן געווארן אין דעם העכסטן אופן ווי תורה קען זיין, במילא איז דעמאלט איז דאס אחד עשר יום, אז ס'איז העכער פון אלע עשר ספירות, און דאס איז אבער
¶3אויך כולל אלע עשר ספירות שלאחרי זה, וואס דערפאר איז דאך אחד עשר יום וחורף דער פירוש הפשוט איז דאך ניט דער עלפטער טאג פון חורף, נאר דער מלאך וואס דארף נעמען, אחד עשר יום, אויף דורכגיין אט דעם מלאך. אזוי איז אויך בנוגע צו יוכניות הענינים, איז דאך אויך דער ענין אז א איד זאל צוקומען צו תורה, זעט מען דאך א דבר פלא, אז ער מאכט ברכת התורה גלייך אין ברכות השחר, נאך איידער ער האט אנגעהויבן לערנען מאכט ער שוין די ברכת התורה, און הויבט אן די ברכת התורה, אשר מתן לנו אז ס'איז געווען אין אן אופן של נתינה, וואס כל הנותן בעין יפה נותן און ערשט דערנאך זאגט ער אן ענין אין תורה, משא'כ לפני זה. און אף על פי כן איז ער מבאר, די אמיתית המצב איז, אז אידן זיינען נאך העכער פון תורה, כמדובר כמה פעמים, ביז וואנענט אז מ'זאגט אז דבר אל בני ישראל איז אן עיקר אין תורה, אז וויבאלד אז ס'איז דא בני ישראל, במילא ווערט די מציאות
¶4פון דבר אל בני ישראל ואמור אל בני ישראל כמבואר בארוכה אין תנא דבי אליהו, וואס ער האט דאך אויך א שייכות מיוחדה צו מנחם אב, וואס אליהו זכור לטוב איז דאך ענינו איז אויף אנזאגן די נחמה פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי דוד מלתא משיחא, וכמדובר כמה פעמים. ובפרט נאך אויך, אז מ'שטייט דאך אין ימי השבוע, איז מען דאך ערשט אריינגעגאנגען אין יום השלישי בשבוע, יום שהוכפל בו כי טוב, וואס יעדער ענין פון כפליים לתושי איז דאך פארבונדן מיט די מרפות ותושי וואס דאס איז דאך דער נאמען מיט וועלכן ס'ווערט אנגערופן תורה, בפרט נאך אז לתושי שטייט אין אן אופן פון כפליים איז דאך דאס זיכער א שייכות צו תורה. און ס'דארף דאך, אז דאס איז דאך א יום השלישי פון פרשה ואת חנן, וואס ואת חנן איז דאך אויך געווען דער פירוש הפשוט בזה, אז אף על פי וואס משה רבינו האט אליין געהערט פון דעם אויבערשטן, אז ער גייט ניט אין ארץ-ישראל, האט דאס אים ניט אפגעהאלטן אויף נאכאמאל מתפלל זיין און ווידעראמאל מתפלל זיין, ואדרבא מתפלל זיין תקט רב
¶5תפילות, אדער א תפילה וואס גייט דורך די אלע ת'ס ו'פעמים ת'ק וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז דאך דער ענין פון ואת חנן. וואס דאס ווערט דאך די שאלה. משה רבינו האט דאך געוואוסט, און ווי דערציילט אין די פריערדיקע סדרה'ס, אז יהושע וועט זיין דער וואס וועט קומען במקומו, אף על פי כן האט ער ווייטער מתפלל געווען, און ווי ער איז מתפלל געווען, און ממשיך געווען מתפלל זיין, ביז וואנענט ער האט ניט באקומען קיין ציווי מיוחד ער זאל ניט ממשיך זיין אויף מתפלל זיין. און אויך אפילו לאחרי זה איז נאך אויך א ספק, צי אויף די זאכן האט ער אויך געפאלגט דעם אויבערשטן, אדער וויבאלד אז ס'איז דא א ציווי אין תורה, כל מה שייאמר בך בעל הבית עשה חוץ מיט צוי, איז בשעת דער בעל הבית האמיתי זאגט צוי, אז האט ניט מער וואס צו מתפלל זיין, איז ווי דער פירוש הפשוט איז, האט משה רבינו ווייטער ממשיך געווען אין דער תפילה, אפילו לאחרי זה וואס ער איז געווען דער עלי'אל הר מבא, און האט אים אנגעזאגט, אז דעמאלט וועט ער זען את כל הארץ אשר ארעך איז ווי ס'לייגט זיך אין שכל הפשוט, אז במכל-שכן וקל-וחומר, מה-דאך, אז די תשוקה בא יעדער אידן איז למעלה מכל מדידה והשלימה
¶6גבלה, ביז צו מסירת-נפש, איז דאך די גרעסטע מסירת-נפש וואס ס'קען זיין בנוגע צו משה רבינו, אז אפילו ווען ער הערט פון דעם אויבערשטן אליין, אל תוסף דבר אלי עוד, דערפאר וואס און אפילו ער זאגט אים, אז דאס איז גאר נוגע צו א צווייטן אידן, במילא דארף מען דאך פועל זיין ביי דעם אויבערשטן צוויי זאכן, אז ס'זאל ביי אים צוקומען, און ביי א צווייטן אידן זאל דאס אויך ניט שי ניט שאדטן, און דער צווייטער איד, וואס דאס איז בפרט נאך ישועי בן נון לימיש מתוך העול, זאל אויך האבן די אלע ענינים, אף על פי וואס משה וואלט אויסגעפירט און וואלט געגאנגען אין ארץ הקודש אפילו נאך פריער. וואס דאס איז דאך אויך דער פירוש בפשטות, ענינים אין תורה איז דאך דאס נצחיים, ווי אזוי זאגט מען, אז משה רבינו ווארט אויפן דור דעה ואדרבא, פארוואס געפינט ער זיך נאך ניט אין ארץ-ישראל דערפאר וואס די דור שלו, תלמידיו שלו, זיינען געבליבן אין מדבר, איז אן אמת'ער רבי און אן אמת'ער מלמד תורה לתלמידיו, לאזט מען די תלמידים בגלות, במכל-שכן וקל-וחומר, מה-דאך אז דער רבי געפינט זיך אין גלות, איז מגלין ישיבתו עמו וויבאלד אז
¶7שטייט וחי שם, על אחת כמה וכמה אז אזוי דארף זיין ווען דער מסב איז אהפכי, ואין להאריך בדבר וואס איז ניט נוגע לפועל אויף א זמן ארוך, וויבאלד אז ס'איז דאך דער אחקה לו בכל יום שיבוא, איז דאך איצטער דער זמן אז דער אמת'ער פירוש בזה איז אחקה לו שיבוא בכל יום ממש, ובכל יום ממש, מיט א רגע פריער, האט מען מיט א רגע ווייניקער גלות און מיט א רגע מערער, כולהו האמיתית והשלימה, מיט אלע שלימות שבענין זה, כולל אויך די שלימות פון לימוד התורה און נתינת הצדקה. וואס דאס איז דאך אויך דער סיום פון דער הפטורה פון פרשה חזון, א סיום במשפט תפדה וואס דאס גייט דאך אויף תורה, ושביע בצדקה וואס דאס גייט דאך אויף כללות ענין המצוות וואס זיי זיינען נכלל אין צדקה, וצדקה כנגד כולם, ועוד והוא העיקר, אז דאס קומט גלייך צוזאמען, אז ווען ווי ס'וועט זיין דער אמת'ער ענין אין במשפט תפדה דער אמת'ער ענין פון משפט וועט דאס זיין דוקא אז ס'וועט זיין שביע אז יעדער איד גייט ארויס פון שבי'פון גלות, און ווי אזוי באקומט ער דאס, איז ניט אז מ'רעכנט זיך מיט זיין מעמד ומצב און מיט זיינע תפילות
¶8און מיט זיינע בקשות, נאר דאס איז די אמת'ע צדקה פון דעם אויבערשטן, אז דער אויבערשטער וועט גלייך מבטל זיין די אלע ענינים, וואס מצדם איז סיבה אינם אובנים כלל, ובלשון הידוע ניבה לפומי לגליא, אז מ'פארשטייט דאס לגמרי ניט וכו,' וועט דאס אראפקומען בפועל ובגלוי, ווי תיכף ומיד ממש. מ'איז מקדים דעם ענין הצדקה, וועט מען אויך האבן דעם יום שהוכפל בו כי טוב, דער יום השלישי אין פרשה ואת חנן, ווי ס'איז פארבונדן מיטן בנין השלישי, מיט בית-המקדש השלישי, וואס ער איז שוין עומד ומוכן, און ווארט אויף די ירידה מלמעלה למטה, וואס זי קומט גלייך אין אן אופן וואס לא יקבם אפילו כהרף עין, און פועל'ט אויך אז רצוא איז דאך פארבונדן מיט שם אז ירידה מלמעלה למטה שבא, פארבונדן מיט א רצא די עלי'פון דעם טבו שעורי'בארץ, וואס דאס איז דאך דער ענין דורך וואס אידן באקומען א חלק און ווערן בעל-הבתים פון בית-המקדש השלישי, כמבואר אין פוסקים, און אויך אין כמה וכמה ספרים, אז אף על פי וואס דער מקדש איז עומד ומוכן ווי אזוי זאגט מען, אז דאס איז מקדש אדנ'כוננו יבך און מ'איז דערמיט מקיים
¶9דעם ציווי, ווי אראפגעבראכט אין רמב",ם איז ישיח יבנה בית המקדש במקומו, בשעת דער בית המקדש קומט דאך אראפ מלמעלה, איז וויבאלד אבער אז די שערים זיינען למטה, און למטה אין אן אופן פון שערי'בארץ און א איד על ידי פעולותיו, על ידי מעשינו ועבודתינו, פועל'ט, אז גלייך זאל מען ארויפגיין די שערים מלמטה למעלה, און זיי ווערן דערנאך דער עיקר דורך וועלכן מתקנה דעם גאנצן בנין ווי דער דין איז אין הלכות קנין בתים וחצרות, אז דורך דעם קנין אין די שערים האט מען דעם קנין בכל הבית ובכל החצר וכו.' אזוי איז אויך דורך דערויף וואס אידן זיינען בעלי-בתים אויף די שערים, דערפאר וואס זיי זיינען געבליבן אין ארץ הזו התחתון שאין תחתון למטה הימנו דארט ווי מ'האט געשיקט יעדער אידן אלס א שליח, אז דארטן זאל מען מסיים-זיין פעולותיו בכלל, און פעולה העיקרית-אראפברענגען די גאולה האמיתית והשלימה אין אן אופן וואס לא עיקרם אפילו כהרף עין, דערפאר איז מען דאך מרבה בצדקה, ובפרט אין דעם חודש אב, בנחם אב, ובפרט אין די תחילתו, און דערנאך שבוע
¶10שחלבו תשעה באב, און דערנאך תשעה באב ווי בשנה זוי איז דאך א נדחה, איז כמדובר לעיל, איז זעט מען דאך, אז בפשטות איז פריער האט מען דעם ענין פון מנחת שבת, וואס דעמאלט איז דאך דער ענין פון תפילה, וואס אפילו לא הנביא למנה אלא בתפילת המנחה איז דאך עיקר תפילת המנחה, און עיקר פון אני תפילתו ווי ער זאגט אין זהר איז גאר אין די מנחת שבת, וואס דאס האט מען דאך געהאט בפשטות בשנה זו, אין שנת אראנו נפלאות, איז פריער געווען די תפילת המנחה פון שבת, און די שבת איז געווען שבת פרשה חזון, אז בשעת ההפטרה האט מען שוין געזאגט חזון, ווארום בשעת ההפטרה איז אף על פי די לחזה מזמזל לחזה האט מען שוין געזען דעם בית-המקדש השלישי, כמדובר כמה פעמים אין דעם ביאור המשל והנמשל וכו אף על פי וואס דארט פארבינדט מען דאס אויך מיטן ענין פון בגדו כהונה פון בגד און בגד יחר, וואס דאס איז דאך בגדו כהונה איז דאך אבער דער עיקר בזה, אז פון דעם בגדו האט מען גלייך דעם ענין הבנין, אז כן תהי'לענו בתוך כלל ישראל ותיכף ומיד ממש, אז נאך דערויף ווי מ'האט דעם ענין הבגדים, דורך דערויף וואס מ'האט אנגעטאן דעם טלית אויך
¶11ביום התשעה באב, ווען ער איז נדחה אויך אינדערפרי, ווי ס'איז מפורסם געווארן און ביז וואנענט שוין אויך אפגעדרוקט דער מנהג פון נשיאי דורנו, אז זיי פלעגן אנטאן דעם תלת אינדערפרי, נאך קודם התפילה, אף על פי וואס דערנאך הי'פושטו, ומתפלל התפילה, וכמדובר, און ווי ס'איז שוין אויך אפגעדרוקט און מתפרסם געווארן וכו איז קיין תהי'לנו, אז וויבאלד אז דעם תלית האט מען שוין געהאט, און מ'איז שוין מעוטף אין דעם תלית, און מעוטף אין תלית ווי דער דין איז ראשי ורובו, וואס דאס איז דאך כולל כל האדם כולו, במילא כולל אויך כל נכסיו, און פון דעם דגד האט מען גלייך דעם מקדש אדנ'כונן לידך דעם מקדש השלישי און דער מקדש המשולש, כמדובר לעיל, ותיכף ומיד מנה אמן.