Paragraph
Paragraph rh-1gs8nma6
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-0mc7s1nt
- order
- Gg
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און ויהי רצון, אז פון די אלע ענינים זאלן בקרוב ממש קומען ליום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים, דורך די גאולה האמיתית והשלימה, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז נאך פאר דערויף זיינען אידן משלים מעשינו ועבודתינו בתכלית השלימות, נוסף אז ס'איז ניטא קיין חסרון איז אויך דא שלימות, ובתכלית השלימות, און דאס ווערט די הכנה קרובה צו דעם יום שקולי שבת, און נאך מערער צו דעם יובל, צו די שביעית, און נאך מערער צו די שמיטות, און נאך מערער צו די נו'אלפים יובלות, כמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך פארבונדן, כאמור, מיט די דברי כבושים פון יום השירי, אז דאס גופא וואס מ'דארף אנקומען, און ס'איז דא די מציאות פון מלך בבל, איז דאך דאס גופא טאקע צוליב אידן זאלן צוקומען צו דער עלי'הכי גדולה, דערוויילע אבער איז לפי שעה על כל פנים איז דא א מציאות פון בבל, וואס די מציאות פון בבל טאקע זי רירט ניט אן קיין ניט אין דעם עצמות פון א אידן, ס'קען אבער אנרירן ניט נאר די נכסים פון א אידן, נאר א אידן אליין, און דאס גופא, אז ס'קען אנרירן אפילו די נכסים זיינען, און אפילו אז די נכסים זיינען גאר בטבעם, ווי דער אויבערשטער האט זיי באשאפן, איז דאך דא אזוינע נכסים וואס בטבע זיינען זיי א מועד, דערפאר וואס אט דאס איז דער טבע שלהם, וואס דער אויבערשטער האט זיי אזוי באש זאגט מען, אז אויך אט די ארבעה אבות ניזיקן ווערן פארבונדן מיט ד' יציאת השבת, און די אלע ענינים וואס זיי זיינען אין טוב אויך אין א מספר ד, ביז דעם ענין וואס די שמות וואס זיינען פון ד'אותיות, ווי דער שם אדנ-א, און דערנאך איז דא נאך העכער ווי דער שם הויית בן ד'אותיות, כמדובר כמה פעמים בארוכה.
- proofread
- 0