עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-1gqpsm19

kind
paragraph
order
iY
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ועד דרך זה אויך געפינט מען דאך, כמדובר כמה פעמים וכבר נצחת בנוגע צום צמח צדק, וואס אויך ענינו איז געווען, אז ער האט מאחד געווען די כל ישראל שבדורו, וואס ביז דעמאלט איז אנגעגאנגען א חילוקי דיעה צווישן כמה חוגים בישראל, ביז על אחת בעיקר ובנוגע צו ענין הצמצום וכו איז דערנאך איז געווען דער התאחדות דעמאלט בימיו עד כדי כך, ביז וואנענט אז דער וואס האט דעמאלט אנגעפירט מיט דעם חוג, וואס ביז דעמאלט איז ער געווען ניט מיט דעם חוג פון דעם צמח צדק, איז דערנאך ניט נאר געווארן שלימות בניהם, נאר דערנאך האט ער אליין מבאר געווען דעם ענין פון סוד הצמצום, אז דאס איז ניט כפשוטו, וואס דערפון, כאמור, האט זיך גאר אנגעהויבן די נקודה פון וועלכע דערנאך האבן אנדע דאס אויסגענוצט בנוגע אין אן אופן בלתי טוב, און ס'איז דערפון געווארן, אדרבא נאך שלימות הטוב, אז אויך אין יענע קרייזן איז אנגענומען געווארן א צמצום אינו כפשוטו, כמדובר כמה פעמים אין שנים שעברה. און ויהי רצון בנוגע צו מעשה בפועל, דער לימוד מכל זה, אז איד דארף וויסן זיין, אז א צמצום איז דא, והא ראי'אזוי שטייט אין עץ חיים, מער קיין ראיות דארף ער ניט האבן. דערנאך קומט צוגיין פירושים אין עץ חיים, פירושים אין תורה שבעל-פה, וואס ניתמור למשה מסיני אז דער צמצום איז דא, אבער דער צמצום איז ניט כפשוטו, וואס דאס איז דאך א דבר והיפוכו, אויב ס'דארף דאך זיין א צמצום, ער דארף דאך פועל זיין פעולתו, איז וואס זאגט מען אויף דערויף אז ניט כפשוטו?
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions