Paragraph
Paragraph rh-1ed49pz0
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-nwwxmktp
- order
- On
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און אויך דער חינוך אפילו פון די אינגעלעך וואס אין דער הוי איז, על אחת כמה וכמה פון די מיידעלעך וואס אין דער הוי איז, און ס'קומט נאך צו אין דעם חינוך פון די בנות, אז זיי גרייטן און זיי זיינען אויך מחנך זייערע טעכטער, אז זיי זאלן וויסן זיין, אז זיי האבן א שליחות פון דעם אויבערשטן, אז בשעת די טאכטער וואקסט אויס, און נאך פאר דערויף הויבט זיך אן לערנען אויף אנצינדן ליכט ערב שבת און ערב יום-טוב, וואס בשעת מ'צינדט אן אפילו אן איין און איינציקע ליכטל מאכט דאס ליכטיק דעם גאנצן חדר אין וועלכן מ'האט אנגעצונדן די ליכט, און אויב דאס איז א חדר א גרויסער, אדער ווי ס'איז געווען אין יענער זמן, אז מ'האט געלעבט אין אוהלים, אין געצעלטן, איז געווען א געצעלט האט דאס זיך כולל געווען כמה וכמה ענינים, על דרך ווי אין א דירה ווערט דאס פאנאנדערגעטרוקט אין באזונדערע חודאים, און בנוגע צו געצעלטן איז געווען דעם זעלבן געצעלט כמה וכמה ענינים, אף על פי וואס מצד הצניעות איז געווען אזוינע משפחות וואס זיי האבן געהאט באזונדער א געצעלט פאר מענער און באזונדער א געצעלט פאר פרויען,
- proofread
- 0