transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך דא יעדער מצוה און יעדער אידישער מנהג האט דאך זיך זיין אלגעמיינע זאך, וואס דאס איז א טייל פון דער אידישער לעבן און א טייל פון א אידישער אויפפירונג, אויפפירונג אלס א פרט,
¶2און נאך מערער אלס א גאנצער פאלק וואס איז אויסגעטיילט פון אלע פעלקער פון דער גאנצער וועלט, אבער מיט א תנאי אז ניט מ'זאל זיין אויסגעטיילט, און מ'וועט האבן מיט זיי קיין שייכות,
¶3נאר ס'דארף טאקע זיין אן ”עם אחד ומפוזר ומפורד” אפגעטיילט פאר זיך מיטן דת ישראל, מיט דעם אידישן דת און מיט די אידישע מנהגים, צוזאמען דערמיט דארף מען דאך אויך יעדער איד זיך משתדל זיין, אז ער זאל אויספירן און אויפווירקן אויף די מענטשן וואס ארום אים,
¶4אנהויבנדיק פון אידן ארום אים, אז זיי זאלן צוקומען נאכמערער אין אידישקייט בפרט, און אין גוטע זאכן בכלל, אין טאג-טעגליכע אויפפירונג, און עאכו"כ נאכמערער אויף אזויפיל אין די טעג וואס זיי זיינען אויסגעטיילט,
¶5די מאדיו תץ אין א גוטן אופן פון די אנדערע טעג פון יאר, על דרך ווי די טעג פון ימים טובים בכלל און דער יום-טוב פון חנוכה במיוחד, איז דאך אויסגעטיילט די אכט טעג פון די אלע טעג פון א גאנץ יאר, וואס יעדערער פון זיי האט דאך א באזונדער מצוה צוגעטיילט צו די טעג במיוחד,
¶6און נאכמערער אזא מצוה וואס ס'איז דא דוקא אין דער מצוה פון חנוכה, אז ס'דארף זיין א מצוה וואס זי אונטערשטרייכט, אז יעדער מצוה איז געגעבן פון דעם אויבערשטן אליין,
¶7מיט א תנאי, אז א איד זאל דערמיט באלייכטן זיין פארזענלעכן לעבן, און באלייכטן זיין פארזענלעכן לעבן סיי אין רוחניות און סיי בגשמיות, סיי אין מצוה זאכן און סיי אין וואכעדיקע זאכן, וואס דאס איז דאך אן אלגעמיינער שטיך אין אלע מצוות,
¶8”נר מצוה ותורה אור”, ווי דערמאנט פריער, ס'איז דא אבער אזוינע מצוות וואס אין זיי איז דאס נאכמער אונטערשטראכן ווי צום ביישפיל אט די מצוה וואס איז געגעבן געווארן צו אידישע פרויען,
¶9אז אידישע פרויען זיינען אנגעזאגט געווארן און זיי איז איבערגעגעבן געווארן די מצוה פון ”הדלקת נר שבת” און נר יום-טוב, אז זיי זאלן מאכן ליכטיק מיט א אידישקייט און מיט ליכטיקייט,
¶10ביז אין אזא מין אופן אז דאס ווערט אזא ליכטיקייט וואס א פליישיקער עג באמערקט אויך די ליכטיקייט, און דאס היט אויס, אז מענטשן בשעת ס'איז ליכטיק ווי דורך א נר מצוה, ובפרט דורך א נר פון שבת ויום טוב,
¶11אז מ'זאל ניט געשטרויכלט ווערן אין א זאך וואס געפינט זיך אין זיין וועג, און ווען ס'וואלט אין חדר ניט געווען ליכטיק וואלט ער אן דערויף זיך געקענט פארטשעפען,
¶12בשעת ס'איז אבער אנגעצונדן דער נר שבת און נר יום טוב איז אט דעמאלט טיט דאס אים אויס אז ער זאל ניט געשטרויכלט ווערן אין די זאכן וואס געפינען זיך אין זיין וועג, און זיי קענען ארומגיין, ואדרבא נוצן זיי אין אן אופן אז דאס זאל אים העלפן און ניט חס ושלום געשטרויכלט ווערן.
¶13וואס על דרך זה איז אויך אמורות חנוכה, אף על פי וואס ווי מ'האט ערשט-א געזאגט ”אין לנו רשות להשתמש בהם” דער אנצינדן זיי איז דאס ניט כדי דאס זאל העלפן אין ליכטיק מאכן דעם צימער,
¶14און אדרבא אין לאלע רשות, מ'דארף האבן א באזונדער ליכט, צי עלעקטרי צי סתם א לאמפ וואס זאל מאכן דעם צימער ליכטיק, אבער צוזאמען דערמיט איז דאך אויך דא די ליכטיקייט בפשטות פון די נרות חנוכה.
¶15ועל דרך ווי דאס איז דא אין אלגעמיין, פארטרויט אידישע פרויען, אנהויבנדיק נאך גאר פון דעם יונגן אלטער, נאך איידער מ'ווערט בת מיצוה, נאך איידער ווי מ'האט חתונה, אז זיכער אזוי, ווי דער מנהג אין לובאוויק איז דאך,
¶16אז קליינע מיידעלעך שוין פון דריי יאר אדער נאך פריער, הויבן אן בענטשן שבת ליכט און יום טוב ליכט, נאך ווי גאר יונגן דער אלטער, און דאס דערמאנט זיי אז זיי קענען ליכטיק מאכן און דארפן זיך גרייטן אז ווי זיי זאלן אויסוואקסן,
¶17און ווערן אן אנפירער פון א משפחה זאל זי וויסן, אז זי דארף ליכטיק מאכן די גאנצע משפחה מיט אמת"ע ליכטיקייט, וואס דאס איז די ליכטיקייט פון אידישקייט, וואס א טייל פון אידישקייט איז דאך אויך די מצוה פון נרות חנוכה, און די מצוה במיוחד, ווי דערמאנט פריער, פון נרות שבת, פון נרות יום-טוב.
¶18ס'קומט-צו נאך א זאך וואס חנוכה מאכט ליכטיק אין אידישן לעבן, אז א איד דארף זיך ניט באגנוגענען מיט זיין מעמד ומצב און זיין צושטאנד אין וועלכן ער געפינט זיך, אפילו ווען ער פירט א אידישן לעבן מיט אלע פרטים און אין אלע הינזיכטן,
¶19איז וויבאלד אז ער איז דעם אויבערשטן'ס א קינד ווי דער אויבערשטער זאגט אויף יעדער איד, און סיי מענער און סיי פרו ען, אז ”בנים אתם להוי' אלקיכם” אז יעדער איד ווערט פאררעכנט ביים אויבערשטן ווי זיינער א קינד,
¶20האט דער קינד באקומען די שליחות פון זיין פאטער שבשמים פון דעם אויבערשטן, מאכן ליכטיק בא זיך אין הויז, און ליכטיק צווישן אידן ארום זיך, און אויך אזוי ווי די דיכטיקייט פון חנוכה, אז דאס איז ”על פתח ביתו מבחוץ”,
¶21אז מ'דארף זיך משתדל זיין אויף וויפל ס'הענגט אפ אין זיך, אז מ'זאל קענען בדרכי נועם ובדרכי שלום, אין א שלום'דיקן וועג, און א זיתן וועג, איינווירקן אויף די אלע מענטשן וואס געפינען זיך ארום אים, אויב דאס איז אידן בהנוגע צו אלע אידישע מצוות, אויב דאס איז אפילו ניט אידן,
¶22אייינווירקן אויף זיי, אז זיי זאלן פירן א נארמאלן מענטשלעכן לעבן אין וועלכן ס'וועט ניט זיין קיין ענינים פון צונעמען בא א צווייטן וואס געהערט א צווייטן, ואדרבא אין וועלכע מ'שטעלט אריין די מצוה פון צדקה, ארויסהעלפן א צווייטן אין זיינע נויטיקייטן, לויט דעם צווייטן פארשטאנד,
¶23אנהויבנדיק, אז אפילו ווען ער דארף צוליב דערויף נעמען פון זיינע אייגענע געלט, אדער א פרוי פון די געלט וואס זי האט באקומען אויף אנפירן מיט איר בעה' ב'ישקייט, דארף זי אראפנעמען פון די געלט כדי ארויסהעלפן א נארעמאן בפשטות, און ארויסהעלפן אט דעם וואס איז ערום אין אידישקייט און אין וויסן וועגן גוטע זאכן,
¶24זיך משתדל זיין, אויב מ'דארף צוליב דערויף אנקומען צו געלט, אויף איינווירקן אויף אים, אז ער זאל צוגעבן נאכמערער אין זיין פערזענליכן טאג-טעגליכן לעבן, אז ס'זאל זיין אן אמת'ער מענטשלעכער לעבן, און אן אמת'ער בנוגע צו אידן-אן אמת'ער אידישער לעבן, און נאכמערער די תורה, דער אויבערשטער, וואס ער האט געגעבן אלע מצוות,
¶25סיי די שבע מצוות בני נח און סיי די אלע אידישע מצוות, און ער איז דאך דער באלעבאס אויף דער גאנצער וועלט, איז דורך דערויף וואס מ'גיט-צו אין ממלא זיין, אין ערפילן דעם אויבערשטנ'ס אנזאג גיט דער אויבערשטער נאך מערער צו אין די ברכות וואס ער גיט אט די וואס זיי זיינען ממלא, אט די וואס זיי ערפילן זיין אנזאג,
¶26און גיט זיי אויך צו אז זיי זאלן האבן א מעגלעכקייט נאכמערער אויפטאן אין פארשפרייטן גוטסקייט ארום זיך, און אידן בפרט פארשפרייטן אידישקייט ארום זיך,
¶27און טאן דאס אין גוטן געזונט און אין גוטע שטימונג און אין א גוטן מעמד ומצב אין אלע הינזיכטן,
¶28און אזוי אויך איינווירקן בנוגע צו ניט-אידן ארום זיך, ווי געזאגט פריער, אין א שלום'דיקן וועג, אזוי אויך צוברענגען, אז אויב פארזענליכער טאג-טעגליכן לעבן זאל זיין מיט דעם אויבערשטן'ס ברכה במילא גיט דאס צו געזונט, און דאס גיט-צו פרנסה,
¶29און דאס גיט-צו מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, וואס דאס איז דאך איינע פון די וויכטיקסטע זאכן, אז מ'זאל האבן א מנוחת הנפש ומנוחת הגוף, ווארום מ'האט א געזונטן גוף און א געזונטע נשמה,
¶30במילא האט מען נאכמערער מעגלעכקייט אויף פארשפרייטן גוטסקייט ארום זיך, און ווי איז גוט אין דעם, ווי מ'לערנט אפ פון די נרות חנוכה, אז אפילו ווען די ערשטע נאכט האט מען מקיים געווען די גאנצע מצוה בשלימותה, און דערפאר האט מען געמאכט אדרבא נאך דוקא די ערשטע נאכט אלע דריי ברכות,
¶31אננעמענדיק פון דער ברכה אשר קדשנו במצוותיו וצונו להר לקני חנוכה באגנוגנט ער זיך ניט, און ווייס אז ער האלט א שליחות פון דעם אויבערשטן, אז גלייך די צווייטע נאכט, ווי מ'האט אויך געטאן בא היינטיקע נרות חנוכה, און גלייך אנגעצונדן שוין א צווייטע ליכטל.
¶32און מ'גרייט זיך אויך, אז מארגן וואס וועט זיין דער דריטער טאג, וועט מען זיך דערמיט אויך ניט באגנוגענען, נאר מ'וועט אנצינדן אלע דריי ליכט.
¶33און אזוי מוסיף זיין כל זמן ס'האלט נאך אן דער יו' טוב פון חנוכה, אז יעדער טאג דארף מען צוגעבן נאכמער ליכטיקייט, ו' על פסח ביתו מבחוץ, טאקע אנהויבנדיק בא זיך אין הויז, אבער דאס זאל פארשפרייט ווערן אויך מבחוץ ארום זיך,
¶34און טאן דאס אין אן אופן אז ס'ווערט ביי זיך נאכמער ליכטיקייט, סיי אין געזונט און סיי אין אלע זאכן אין וועלכע א מענטש נויטיקט זיך און אין וועלכע א איד נויטיקט זיך, און טאן אזוי פון טאג צו טאג, צוגעבן נאך א ליכטל און נאך א ליכטל, און אזא ליכטל, און אזא ליכטל, וואס ניט מערניט ווי ער שטעלט אוועק א ליכטל און גייט אוועק, נאר דערנאך טוט ער אלץ וואס הענגט אפ אן אים,
¶35אז דער ליך זאל אנגעצונדן ווערן און מאכן ליכטיק, סיי פאר דעם וואס האט אנגעצונדן די ליכטיק, און סיי פאר די וואס געפינען זיך ארום אים, אפילו ווען מ'געפינט זיך אין א גרויסן חדר אדער אין א גרויסן בית-מדרש, איז דאך דער דין בנוגע צו 'נר חנוכה',
¶36אז מ'דארף אנצינדן אזוי אז מ'זאל זיי זען אין דעם גאנצן בית-מדרש, אפילו ווען דאס איז א גרויסער בת מדרש, ווי דערמאנט מערערע מאל און ווי ער קלערט בארוכה אין דעם אידישן שולחן-ערוך.
¶37און דאס דערמאנט אויך א אידן, אז ער דארף וויסן זיין, אויף די הויז אין וועלכע ס'געפינט זיך א איד, וואס ער איז דאך ווי דערמאנט פריער ”בנים אתם להוי' אלקיכם” דעם אויבערשטן'ס א קינד און דעם אויבערשטן'ס א שליח,
¶38פארשפרייטן אידישקייט, און פאר ניט-אידן פארשפרייטן גוטסקייט אין דעם גאנצן ארום אים, און טאן דאס אין א מעמד ומצב וואס ביי אים אליין ווערט נאכמערער ליכטיקער פון טאג צו טאג, ביז וואנענט אז דאס ווערט ליכטיק זיבן טעג נאכאנאנד,
¶39וואס דאס איז דאך כולל אין זיך יעדער טאג און יעדער וואך און יעדער חודש איז דאך א טייל פון דעם זיבן טאגיקן המשך, וואס דערפון באשטייט דער מענטשלעכער לעבן פון זיבן שבעת ימי בראשית פון די זיבן טאג, אנהויבנדיק פון דעם ערשטן טאג פון דער וואך,
¶40און דערנאך ממשיך זיין ביז וואנענט מ'האט אלע זיבן טעג פון שבעת ימי הבריאה, און דאס שפירלט זיך דערנאך אפ אין יעדערע זיבן טאג, אז דער אויבערשטער בענטש, און מ'האט ביז הונדערט און צוואנציק יאר האט מען דאך מערערע מאל, ביז אומצייליקע מאל,
¶41די המשך פון זיבן טעגיקע וואכן, ווי דערמאנט פריער, מערערע חדשים און מערערע יארן, ביז הונדערט און צוואנציק יאר, און מ'דאס טוט אלץ אין אן אופן אז ניט מ'ווערט חס ושלום שוואכער נאר אדרבא, ווי נרות חנוכה לערנען, אז פון טאג צו טאג ווערט מען אליין נאכמער ליכטיקער,
¶42במילא ווערט מען אויך מערער געזונטער, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
¶43און דאס איז נאכמערער מוסיף, אז בשעת דער אויבערשטער גיט נאך א יאר און נאך א יאר ווערט מען אלץ מער געזינטער און מער שכל'דיקער, און בנוגע צו אידן מער אידישער, און מער קליגער און מער ליכטיקער, מיט ”נר מצוה ותורה אור”.
¶44און וואס נאך מערער ס'איז ”על פתח ביתו מבחוץ”, וואו נאר ער אדער זי, סיי מאן זאל אדער פרויען, וויסן אז ס'געפינט זיך א איד, וואס ס'קען זיין אז בא אים פעלט נאך פרטים אויף צו וויסן וואס אידישקייט איז און ווי אזוי דאס איז גוט,
¶45פאר דעם לעבן דא אין 'עולם הזה', אז מ'זאל האבן א פולן אידישן לעבן און א טאג טעגלעכן לעבן, סיי אין וועלכן טאג פון וואך ס'זאל ניט זיין, סיי דער ערשטער טאג, און אזוי דער צווייטער און דריטער און דער פערטער און דער פינפטער,
¶46ובמיוחד און ספעציעל דער ערב שבת'דיקער טאג, וואס דעמאלט סינגט מען זיך אן און מ'גרייט זיך מיט ”לחם משנה” אין א כופל'דיקן אופן, אין א צווייענדיקן מאל מערער, כדי ס'זאל סטייען אויף צוויי טעג,
¶47אזוי דארף אויך יעדער איד וויסן, אז ער דארף זיך ניט באגנוגענען דערמיט וואס ער האט באזאגט זיך און זיין משפחה אויף דעם טאג, נאר ער טוט שוין, און גרייט שוין צו,
¶48אז ס'וועט קומען דער מארגעדיקער טאג, וועט ער אויך זיין צוגעגרייט מיט אלע גוטע זאכן, און בנוגע צו אידן מיט אלע אידישע זאכן, און אזוי גיין מחיל אל חיל פון שטארקייט צו נאכמער שטארקייט, און אזוי אויך אין אידישקייט במיוחד פון אידישקייט ווי ער איז געווען היינט,
¶49גיט צו נאכמערער אין אידישקייט, אלס צוגרייטונג צום מארגן'דיקן טאב, און אזוי אויך דעם טאג וואס לאחרי זה, און די אלע זיבן טעג פון דער וואך ווי דאס איז אפגעשפילט אין די חנוכה טעג וואס גלייך נאכן ערשטן טאג, וואס דעמאלט מאכט מען די אלע דריי ברכות, איז דערנאך בשעת מ'איז ממשיך מערניט ווי מיט צוויי ברכות,
¶50דערפאר וואס די ברכת שהחיינו האט מען שוין מכוין געווען און מ'האט שוין אריינגעבראכט די ברכה והמשכה אין די אלע טעג, וואס נאכדעם האט ער זיבן טעג נאכאנאנד, א גאנצע וואך נאכאנאנד,
¶51וואס דאס שפיגלט אפ די אלע וואכן פון דעם גאנצן חודש און פון דעם גאנצן יאר און פון דעם גאנצן לעבן, אז זיי זאלן זיין אלע באלויכטן מיט אמת"ע ליכטיקייט, בפשטות זיי זאלן האבן א געזונטן גוף, און האבן א געזונטע נשמה, ובהנוגע צו אידן האבן א אידישן גוף, ווארום ער עסט מערניט ווי כשר"ע זאכן און טרינגט מערניט ווי כשר"ע טראנקען.
¶52ועל דרך זה בהנוגע צו דער נשמה, הויבט ער אן דעם טאג, אדער די פריער הויבט אן מיטן טאג, פון זאגן ”מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי רבה אמונתך” אז גלייך דעם טאג הויבט ער אן, נאך איידער מ'ווארשט זיך נעגל-וואסער,
¶53און איידער מ'הויבט אן טאן וואס ס'זאל ניט זיין, הויבט מען אן מיט אפדאנקן דעם אויבערשטן פארוואס ער האט אומגעקערט די נשמה, אן אפגעפרישטע, און מיט נאכמער שטארקייט ווי ס'איז געווען מיט א טאג פאר דעם, וואס דאס איז דאך די ברכה וואס דער אויבערשטער בענטשט יעדער אידן, אז פון טאג צו טאג, איז גלייך אז מ'הויבט אן דעם טאג, גיט דער אויבערשטער, און
¶54און מ'דערפילט אין אזא אופן אז מ'קען מאכן אויף דערויף א ברכה, אז ברכה איז דער דין אז מ'קען מאכן דוקא אויף אזא מין זאך וואס מ'דערפילט דאס אדער אין עסן אדער אין טרינקען אדער אין אנדערע חושיב,
¶55במילא פילט ער אויך, אז החזר תבי נשמתי אז ער איז געווארן, בזינתן האט זיך געטראפן פאראיארן חנוכה צייט, איז דאך צוגעקומען בא יעדערן פון אייך און בא יעדערן פון אונז נאך א יאר, פילט מען,
¶56אז דער אויבערשטער בענטשט, און מ'איז געווארן נאכמער שטארקער און נאכמער לעבעדיקער און נאכמער אידישער און נאכמער אין מקיים-זיין במיוחד די מצוה פון ”ואהבת לרעך כמוך” אויף איינווירקן אויף דעם צווייטן מתוך אב, פון ליבשאפט צו א צווייטן ביז אין א ליבשאפט אין דער פוסטער מאסט,
¶57וואס דאס איז דאך דעם אות פון כמוכב, ווי ער האט ליב זיך, אזוי האט ער ליב דעם אידן וואס געפינען זיך ארום אים, און טוט די אלע ענינים פון א גוטע באציאונג, ביז פון א באציאונג פון א אהבה אמיתית, ביז כמוך", וואס דאס גיט נאכמערער צו אין דעם ארויסהעלפן דעם גאנצן ארום,
¶58אנהויבנדיק פון ארויסהעלפן זיך אליין, אויף זיין נאך אידישער און נאך לעבעדיקער ווי מ'איז געווען אינדערפרי, זאל מען אזוי ווערן ביטאג, און אזוי צו תפילת מנחה, און אזוי אויך צו תפילת נרות חנוכה, ווי אין חנוכה טעג וואס קומט דאך לאחרי תפילת מנחה,
¶59און דאס ווערט אויך די הכנה דער צוגרייטונג ווי מ'האט מסיים-זיין איצטער די תפילת מנחה מיט זאגן ”אך צדיקים ידעו לשמך ישבו ישרים את פניך” אז די אלע ענינים היילן נאכמערער צו דעם אויבערשטן'ס הבטחה, אז גאר אינגיכן וועט קומען די גאולה האמיתית והשלימה,
¶60און יעדערער פון אונז, בתוך 'כלל ישראל', וועט זיין ”ישבו ישרים את פניך” וועט מען זיך געפינען צוזאמען מיט דעם פנים און די פנימיות פון דעם אויבערשטן, וואס דאס איז דאך אין דעם בית-המקדש בכלל,
¶61און דעם בית-המקדש וואס קומט צוזאמען מיט די גאולה האמיתית והשלימה, וואס דאס איז דאך דער בית-המקדש, ”אדנ' כוננו ידיך דער בית המקדש” השלישי, צוזאמען מיט די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש.
¶62און יעדער צוגאב אין אידישקייט, און יעדער צוגאב אין טאג-טעגלעכן לעבן אין די אלע ענינים פון גוטסקייט, ווי דערמאנט פריער היילט נאכמערער צו, אז די גאולה האמיתית והשלימה זאל קומען נאך פריער, ווי מ'האט גערעכנט,
¶63ביז אפילו אז מ'איז שוין זיכער אז ס'קומט צו דער צווייטער ליפטו פון נרות חנוכה פון היינטיקן יאר, וואס מ'האט שוין אנגעצונגען, וועט דאס אנקומען נאך פאר דעם המשך פון תפילת מנחה, און זיכער אנקומען נאך פאר תפילת ערבית און פאר די נרות חנוכה וואס נאך דעם, וואס דעמאלט וועט מען דאס אויך ממשיך זיין אין דעם דריטן בית המקדש,
¶64על דרך ווי דערמאנט, אז מארגן וועט מען אנצונן די דריי נרות חנוכה.
¶65ובפרט נאך אז מ'ברענדיקט זיך די צוזאמענקונפט דערמיט וואס מ'מאכט יעדערע פון אייך און יעדערע פון אונז אלס א שליח אויף צו געבן א מטבעות אויף צדקה, וואס צדקה איז דאך ”מקרבת את הגאולה”,
¶66און בזרזת את הגאולה זי ברענגט די אמת"ע גאולה דורך משיח צדקנו בקרוב ממש, ביז תיכף ומיד ממש.
¶67און אט דעמאלט איז מען אויך ממשיך מיט פראווען חנוכה בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו פון יונג ביז אלט און פון אלט ביז יונג,
¶68און פון גאר יונג ביז גאר אלט, ביז הונדערט און צוואנציק יאר, ווי דערמאנט פריער, און אין די אלע ענינים אין אן אופן פון זירוז וגדולה, וואס דאס טוט זיך אויף דער ענין פון צדקה,
¶69ובפרט נאך אז אין צוגאב צו דער צדקה וואס מ'וועט מאכן יעדערן פון אייך פאר א שליח וועט מען אויך צולייגן צדקה פון אייגענע געלט, וועט דאך דער אויבערשטער אויך זיכער צולייגן, זעענ דעם צוגאב וואס יעדערער גיט צו אין אידישקייט בכלל און אין 'מצות הצדקה' במיוחד,
¶70וועט דער אויבערשטער צולייגן פון זיך מידו ”המלאה הפתוחה הגדושה והרחבה”, אז די ריגולה זאל קומען נאך פריער און נאך שנעלער און נאך שלימות' דעקער, ביז אין תיכף ומיד ממש.
¶71און מ'האט דעמאלט דעם המשך פון די חנוכה טעג בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו ווי דערמאנט פריער, פון יונג ביז אלט, און פון אלט ביז יונג בארצנו הקדושה, און דארט אין ירושלים עיר הקודש, און אין ”מקדש אדנ' כוננו ידיך” ועוד והוא העיקר תיכף ומיד ממש.