English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

49 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1דעם אויבערשטן אויף רעסטאורד ביי דזשעם.

2אלעמאל ווען אידן טרעפן זיך איז צום אלעם ערשטן הויבט מען זיך אן מיט דעם ענין פון שלום, וואס דאס איז דאך בפשטות אז ס'זאל זיין שלום בא יעדער אידן און ביי אלע אידן און בא אידישע משפחות און בא משפחות צווישן זיך און אידן צווישן זיך,

3וואס דאס ווערט אויך דאך די נאנצטע צוגרייטונג און די פאסענדסע צוגרייטונג אויף דער גאולה האמיתית והשלימה, אז מ'זאל גאר אינגיכן ממש ארויס פון גלות, און אנקומען בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו יעדערער פון אונז,

4מיט אלע אידן פון דער גאנצער וועלט, תיכף ומיד אין מנני שמים, מיט דעם אויבערשטנ'ס מיטעלן פון איבערפירן מענטשן פון איין ארט אין צווייטן,

5וואס דאס איז דאך דער שנעלסטער אופן און דער לייכטסטער אופן, און אן אופן וואס ס'קומט אן אן קיינע שוועריקייטן, ואדרבא מ'פילט נאך מערער דער ליבשאט פון דעם אויבערשטן צו יעדער אידן,

6וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט ליב שאט פון צווישן אידן צווישן זיך, אין צוגאב דערצו וואס ער האט ליב א צווייטן אידן, דערפאר וואס יענער איז א איד, איז דאס אליין איז דאך איינע פון די גרעסטע מעלות פאר וועלכע מ'דארף אים ליב האבן, און די ליב שאט דארף זיך ארויסווייזן אויף אלע-ערליי מעגלעכע אופנים.

7איז וויבאלד אז מ'ווייס נאך אויך אז דורך דערויף היילט מען אויך צו דעם אייגענעם ארויסגיין פון גלות, און ארויסגיין פון גלות פון זיין גאנצע משפחה און די אלע אידן מיט וועלכע ער פילט זיך גאר נאענט, אז זיי זאלן בקרוב ממש, ביז תוקף ומיד ממש.

8ובפרט אז מ'געפינט זיך אין ליכטיקע טעג, וואס דאס איז דאך די מצוה פארבונדן מיט חנוכה, איז דאך פארבונדן מיט ליכטיקייט, און פארבונדן מיט נס פון חנוכה,

9וואס אין וואס איז באשטאנען דער נס, און ווי די חכמים ווי תורה דערציילט אונז איז דאס געווען דורך דערויף וואס דער בימל וואס מ'האט געהאט, איז געווען גענוג מערניט ווי אויף איין טאג,

10און דערנאך האט דער אויבערשטער באוויזן א נס און ס'איז מיטאמאל געווארן ביימל אויף דער גאנצער צייט, ביז וואנענט מ'האט געקענט אליין אויסהאבן ביימל, וואס דאס האט געדארפט נעמען זיבן טעג ביז אכט טעג, האט מען געקענט די גאנצע צייט אנציען און מאכן ליכטיק, בפשטות,

11בא יעדערן אין הויז און ארום זיך, מיט א גשמיות דיוקא, אן איינפאכע ליכטיקייט, און די ליכטיקייט איז אבער געקומען פון דעם אויבערשטן אליין, אלס א נס, וואס באווייזט אויף ליפשאט פון דעם אויבערשטן צו אידן, און צוגאב, אז אויב מ'דארף אויך האבן אן עקסטרער נס מאכט דער אויבערשטער א נס צוליב איין לידן,

12על אחת כמה וכמה צווישן א גאנצע אידישע משפחה, און צווישן מערערע אידן ביז וואנענט צו 'כלל ישראל', און ויהי רצון, דעם אויבערשטנ'ס ווילן זאל זיין א תוקף ומיד ממש זאל דער אויבערשטער באווייזן דעם אמת'ן נס וואס איז פארבונדן מיט 'כלל ישראל',

13וואס דאס איז דער נס אז דער אויבערשטער נעמט אונז ארויס יעדערן פון אונז פון גלות, און שטעלט יעדערן פון אונז אריין אין דער ליכטיקייט פון גאולה,

14פון דער אמת'ער אויסלייזונג, וואס דאס איז די אויסלייזונג פון דוד, דורך דוד מלכא משיחא, און די אויסלייזונג פון יעדער אידן ווי מ'איז פארשפרייט ווארט מען ניט ביז וואנענט מ'קלייבט זיי צוזאמען אין איין ארט, אז זיי ווערן גלייך צוזאמענגעקליבן אחד אחד איינציקווי, דעם אויבערשטן אליין, כדי דער צוזאמענקלייבן זאל זיין גאר שנעל,

15ביז אז ס'זאל זיין ברגע כמימרא, אין דער זעלבער מינוט, אין דער זעלבער רגע וואס ס'הויבט זיך אן דער צוזאמענקלייבן פארענדיקט דער אויבערשטער אליין זיין צוזאמענקלייבן פון יעדער אידן, מכל קצוי תבל פון אלע ברעגן פון דער וועלט, און במילא ברענגט ער זיי אויך צוזאמען מיט זיך אליין,

16וואס אמו ”אנכו בצרה כל” זמן אידן געפינען זיך אין גלות, געפינט זיך אויך דער אויבערשטער כביכול אין גלות, וואו האט דאך די ראי' אויף דערויף וואס דער אויבערשטער האט דאך א בית המקדש וואס ער האט אים אנגערופן אז דאס איז זיין הויז, און דער בית המקדש איז איצטער חרוב, און פארוואס איז ער חרוב?

17דערציילט תורה, אז די סיבה אויף דערויף איז, אז דער אויבערשטער וויל אז ער זאל אויפגעבויט ווערן מיט אן אייגענער הויז, ווען בא אידן וועט אויך זיין, בא יעדער אידן, זיין אייגענע הויז אין א שלום'דיקן אופן און א גאולה'דיקן אופן, אין אן אויסגעלייזטן אופן, ביז ווי אן אמת"ע אידישע הויז איז דאך דאס דעמאלט ווען זי געפינט זיך אין דער אידישער לאנד, אין ארץ ישראל,

18און דער אידישער לאנד עצמו אין ארץ ישראל עצמה, אין צוגע וואס יעדער האט זיך זיך זיין אייגענער טייל אין ארץ ישראל, בפרט נאך ווי דאס איז פארבונדן מיט זיין שבט, וואס דערפאר ווערט דאך ארץ ישראל צוטיילט אויף צוועלף חלקים,

19אויך אויף א דרייצנטן חלק ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא אנטקעגן שבט לוי, און דאס קומט אויך תוכף ומיד ממש, ווארום ס'קומט תוכף ומיד ממש די אמת"ע גאולה, אז דער אויבערשטער נעמט זיך אליין ארויס פון גלות,

20און זאגט אבער, אז ווען גייט דער אויבערשטער ארויס פון גלות, וואס דעמאלט האט ער גלייך פאר זיך אויך דעם בית המקדש ווען יעדער איד ווערט ארויסגענומען דורכן אויבערשטן אליין, און גייט מיטן אויבערשטן אליין צו זיין אמת'ן איינטייל און טייל אין ארץ ישראל, אין ”ארץ הקודש”, אין דער הייליקער לאנד וואס דארטן איז שלום און רואיקייט,

21און די הייליקע לאנד ווערט אינגאנצן באפרייט, אן קיינע מלחמות און אן קיינע שוועריקייטן פון אלע-ערליי ניט-געוואונטשענע זאכן, און באקומט, צוזאמען מיט די רעגן וואס האבן שוין אנגעהויבן דארטן גיין לאחרי ההפסק,

22און זי קומט ארויס אין אן אופן פון 'גשמי ברכה' פון רעגן'ס וואס ברענגען ברכה אז ס'זאל וואקסן די אלע תבואות, אנהויבנדיק פון חיטה ושעורה און אויך ”וגפן ותאנה ורימון” וזיין ודברים ודבש, ביז אלע זיבן מינים אין וועלכע ארץ-ישראל איז בארימד געווארן און גלויב געווארן.

23ועוד והוא העיקר, אז וויבאלד אז דער אויבערשטער געפינט זיך אליין אין גלות, איז דאך דאס נאך א טעם פארוואס דער אויבערשטער איז ממלא אט די בקשה וואס מ'האט ערשט געבעטן דעם אויבערשטן אין תפילת המנחה, אז ”את צמח דוד עבדך מהורת” הצביח,

24אז די שפראצונג אין דער קומען פון דוד עבדך, וואס דאס איז דער נאמען פון משיח'ן זאל זיין מהורת הצביח, זאל זיין גאר אינגיכן ביז אין אן אופן פון תוקף ומיד,

25און מ'האט דערנאך אויך ממשיך געווען נאכן זאגן ”את צמח דוד אבדך מהרה תצמיח” האט מען גלייך ממשיך געווען, אז ס'זאל זיין ”ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים” אז אונזערע אייגענע אויגן,

26געזונטערהייט און גאנצרהייט און לעבעדיקערהייט, און אין א זעדיקן אופן אפילו די וואס דערוויילע דארפן זיי נאך האבן ברילן, באפרייט זיי דער אויבערשטער אויך פון בעט באגרעניצונג,

27און זיי באקומען מיט אמאל געזונטע אויגן, ביז אין 'תכלית השלימות', אז מ'דארף ניט האבן אפילו קיין פארגרעסערן גלאז ווען ער וויל ליינען אפילו א קליינעם שריפט, על אחת כמה וכמה זיכער אזוי ווען ער ליינט אן איינפאכן שריפט, א געוויינלעכע שריפט.

28ועוד והוא העיקר, אז דעמאלט זעט מען אויך ווי אזוי תיכף ומיד ווי ס'פילט זיך איצטער אין דער איצטיקער וועלט, איז בשעת ס'קומט צו א מעת ווער רעדט נאך א גרויסע מעת ווער רעדט נאך א פריילעכע מעת ווערט וועגן דערויף געדרוקט, מ'ווארט ניט אין איינפאכע צייט, צי די רעגעלע צייט ווען א צייטונג ערשיינט,

29נאר יעדער צייטונג גיט ארויס אן עקסטע אויסגבא, אז ס'איז ערשט אנגעקומען אין דער צייטונג די פריילעכע ידיעה וואס איז נוגע און אינטערעסירט און פארבונדן מיט יעדער ליינער פון דער צייטונג,

30און פארבונדן ווי אין אונזער פאל מיט יעדער אידן אין אלע עקן פון דער וועלט, וואס דאס איז אט די נעיס אז משיח איז ניט נאר אז ער געפינט זיך אויפן וועג און געפינט זיך שוין גאר נאענט צו דער שול און צו יעדערן פון אונז,

31נאר תיכף ומיד עפנט זיך אויף דער פיר פון דעם בית הכנסת ובית המדרש ובית פון מעשים טובים, וואס דאס איז דאך די שול פון דעם רבי'ן נשיא דורנו, וואס דארט האט ער געלערנט תורה און געדאווענט תפילות צו דעם אויבערשטן, און געטאן מעשים טובים און האט אזוי אויך געלערנט די אלע וואס קומען אין שול,

32אז זיי זאלן דאס דערנאך ממשיך זיין יעדערער אויף זיין אופן, אבער יעדערער 'בשמחה ובטוב' לבב.

33ועוד והוא העיקר, ווי די אפלערנונג פון נרות חנוכה ניט באגנוגענען זיך מיט זיין לערנען תורה ווי ס'איז געווען פריער, און זיין מתפלל זיין מיט דער הארציקייט ווי ס'איז געווען פריער,

34און זיין געבן צדקות ווי ס'איז געווען פריער, נאר ווי די אפלערנונג פון חנוכה איז, אז יעדער קומט צו אויף אנצון נאך א ליכטל, אף על פי וואס אויך דעם טאג פאר דעם האט מען אויך מוסיף געווען אויף די ליכטלעך פון דעם ערשטן טאג,

35ווי מ'האט דאס אויך יעדערער האט געטאן און אויסגעפירט מיט זיך אליין דעם חנוכה 'בפועל ממש', און גרייט זיך אויך אזוי צו טאן ווי מ'האט איצטער אנגעצונגט די צע ליכטלעך פון היינציקן טאג, די דריי ליכטלעך,

36פארבונדן אויך מיטן דריטן בית-המקדש, וואס ס'זאל זיין דער דריטער בוי צוויי מארט אין דער דבשים האט מען שוין געהאט, און מ'האט זיך ניט איינגעקערט ניט אפגעהיצוען, מפני חטאינו, במילא איז דערפאר גרייט זיך שוין יעדערער, אויף תוכף ומיד מקבל פנים זיין דעם דריטן בית-המקדש, ובפרט נאך אז מ'האט ערשט אנגעצונדן, און אלע זעען דאס,

37אזוי מ'האט אנגעצונדן דריי ליכטלאך, וואס די אמת"ע ליכטיקייט פון דער גאנצער וועלט קומט דאך פון בית המקדש, פון הייליקייט, וואס דאס איז דער מקום פון הייליקייט דער אויבערשטער, און פון אהן קומט אויך אלע ליכטיקע זאכן אין דער גאנצער וועלט וועט אויך קומען תוכף ומיד די דריטע ליכטיקייט פון דעם אויבערשטן,

38דורך דעם דריטן בית המקדש וואס ס'איז געבויט ווערן תיכף ומיד ממש, דורך דעם אויבערשטן אליין, און וועט תיכף ומיד ממש אראפנידערן פון דעם ארט וואו דער אויבערשטער געפינט זיך אין די הימלען, צוזאמען מיטן אויבערשטן אליין אראפנידערן, צוזאמען מיט יעדערן פון אונז, אריבערגעטראגט ווערן פון דנ"ס און פון יעדער אידן וואו ער געפינט זיך איצטער,

39אים ענני שמיא מיט דעם אויבערשטנ'ס וואלקן, מיט די הימלד אריבערגעזאגן תיכף ומיד בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו אין אונזער הייליקער לאנד, ארצנו הקדושה, ארץ ישראל, און דארט אין ירושלים עיר הקודש, און אין ירושלים עיר הקודש אין הר הבית, אין הר המקדש,

40אין וועלכן מ'וועט שוין אנקומען מיטן בית המקדש השלישי, דארטן וועט מען מקיים-זיין, ווי מ'האט ערשט געזאגט אין 'על הניסים', אז ס'איז אמאל געווען אזוי, הליקו נרות בחצות קדשך אין די צייטן פון דעם ערשטן בית המקדש און צווייטן בית המקדש, וועט אזוי אויך זיין תיכף ומיד ממש אין דעם דריטן בית המקדש,

41און נאך מערער, ניט נאר אין קודש הקדשים וועט זיין לכתוב און אין בית המקדש עצמו, נאר אפילו אין חצרית קדשך וויבאלד אז דאס איז דעם אויבערשטן בית המקדש און דעם אויבערשטנ'ס חצר און דעם אויבערשטנ'ס הור ווערט דארטן ליכטיק אין אן אופן ההולך ומוסיף ואוד,

42און דעמאלט נאך חזר"ט מען איבער נאכאמאל מיט דעם ניגן על מיתך ועל מפלותך ועל ישועותך, און מ'מיינט דערביי בפשטות די ניסים און נפלאות פון די ישועות פון די גאולה האמיתית והשלימה פון בית המקדש השלישי,

43ובפרט אז יעדערן פון אייך וועט מען איצטער געבן צוויי המטבעה און א פאפירל די מטבעה פאר זיך אויף חנוכה געלט, און די פאפירל אויף אפגעבן אויף צדקה, וואס די תכונה און די סגולה פון צדקה איז, אז צדקה ברענגט תיכף ומיד די גאולה האמיתית והשלימה,

44און די גאולה קומט אין אן אופן אז נפלא תך ועל נפלא תך ועל ישועותך, ו תוכף ומיד ממש.

45וואס ווערט דאך פון שיחות, וועט מען זיך געבן אין א פועל, אויף א פועל, און מ'דארף עסטו יא?

46דארף ער דאך פועל זיך דארף מען דארף עס ווי?

47ס'ווייט אריינער, און אנטקעגן

48משיח צדקנו, תוכף ומיד ממש.

49די מדריכות וואס האבן געבראכט די קבוצות, וועלן געבעטן צוקומען יעצט נעמען די דאלארן.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים