transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1ס'איז דאך אויך כמדובר כמה פעמים, אז על דרך ווי מ'זאגט בנוגע לראש ים טוב של ”רשת השנה” שכלית בשעת ס'איז אין תוקים איז דאך אבער די פסוקי שופרית זאגט מען דאך דעמאלט אויך.
¶2על דרך זה בנוגע לעניננו, וואס מ'זאגט, אז אף על פי וואס דאס איז יום-כיפור קטן, וויבאלד אבער אז דאס איז בימי חנוכה אלו איז דאך דעמאלט אסור באמירת תחנון וכיוצא בזה איז דאך דאס בהנוגע צו אמירת תחנון,
¶3אבער ניט בהנוגע לכמה ענינים וואס זיי זיינען פארבונדן מיט ערב ראש חודש, וואס דא איז ניט שייך די ענינים של יום-טוב, 'והלל והודאה', וואס איז פארבונדן מיט ימי חנוכה, במילא זיינען זיי שולל די ענינים פון אמירת תחנון, וכיוצא בזה.
¶4וואס איינער פון די ענינים איז דאך, כשמו, אז דאס ווערט אנגערופן בשם יום כיפור קטן וואס יום כיפור זאגט דאך דער רמב"ם, אז תשובה, אז אף על פי וואס כל השנה זמנהו איז יפה היא און במיוחד איז דאס אין ”עשרת ימים שבין ראש השנה ליום הכיפורים”,
¶5ובמיוחד אין יום הכיפורים, וואס דעמאלט איז דאס א יום פון כהץ ליחה ומחילה ווי ער רעכנט דארט אויס כמה וכמה ענינים.
¶6וואס אין תשובה גופא איז דאך אויך דא די שני אופנים כלליים אין תשובה דער איין ענין אין תשובה בדוגמא פון אמירת תחנון, וואס דאס איז, כאמור, איז דער ענין פון 'הלל והודאה' פון ימי חנוכה וכיוצא בזה איז דאס שולל,
¶7און פארוואס איז דאס שולל איז מוכרח צו זאגן, דערפאר וואס דאס ווערט אויפגעטאן דעמאלט על ידי העבודה פון ”הלל והודאה”.
¶8דערנאך איז דא דער צווייטער ענין אין תשובה, דער תשוב לי דער סדר בענין פון ”ששון ושמחה” שבדבר, ווי דער אלטער רבי איז מאריך אין אגרת התשובה,
¶9אז לאחרי ווי ס'איז דא די הכנה פון תשובה תתעה איז דעמאלט איז דער תשוב לי תשונו ישיך דער ענין פון 'תשובה עילאה', וואס זי איז דוקא בשמחה, אנהויבנדיק פון 'לימוד התורה' בשמחה, ובשמחה רבה, וויבאלד אז דאס איז 'תשובה עילאה' און תשובה שלימה מיט אלע מעלות וואס ס'שטייט אויף דערויף.
¶10וואס יש לומר בפשטות, אז בלשון הנגלה איז דאך תשובה בכללה איז אין אגרת התשובה פון ר' יונו רעכנט ער דאך אויס כמה וכמה פרטים, בכללותו איז דאך דא די צוויי ענינים, דער חרטה גמורה על העבר און קבלה טובה על ההבא,
¶11וואס דער ענין חרטה בכללות איז דאך דאס דער ענין פארבונדן מיט דעם ערשטן ענין אין תשובה די קבלה טובה על ההבא וואס א איד איז מקבל אויף זיך אז ער וועט דינען דעם אויבערשטן ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך”, און וועט דאס טאן מיט אן אופן וואס דאס הויבט זיך אן ואהבת מצד אהבה איז דאך דעמאלט פארשטאנדיק,
¶12אז דאס איז אן ענין של שמחה, ואדרבא שמחה גדולה ביותר.
¶13וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז ווען ס'קומט אזא מין ערב ראש חודש, וואס דעמאלט איז ניטא על פי תורה דער ענין פון אמירת תחנון דער ענין אין טראכטן וועגן ענינים בלתי-רצויים,
¶14און זיך מצטער זיין על זה וכו האט ער דערמיט ניט צו טאן, דערפאר וואס ”עבר ובטל מן העולם” אויר מן הארץ בשלימותה, על ידי העבודה, ווי געזאגט פריער אין די ביידע אופנים, פון ניצומו של יום,
¶15אדער דורך עבודתו מיט די ענינים פון דעם טאג, וואס ס'האט אין זיך אויך די מצומות של יום איז דערפון פארשטאנדיק, אז דעמאלט בלייבט דער ענין, בתקפו אבער, פון דעם ענין פון קבלה טובה על ההבא, וויבאלד, פארקערט, אז דאס איז אן ענין של שמחה,
¶16ואדרבא, וויבאלד אז די מצות התשובה דארפט ער דאך אין דערויף אריין ”בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך”, און ער דארף דאס ניט פאנאנדערטיילן אויף צוויי סעיפים,
¶17איין סעיף חרטה על העבר און צווייטן סעיף חבלה על ההבא, ער קען זיין גאנצן ”לבבך ובכל נפשך ומאדך” אפגעבן אויף איין און איינציקן ענין און קבלה טובה על ההבא איז דערפון פארשטאנדיק, אז דעמאלט איז נאך די שמחה רבה אין די אלע ענינים פון 'תשובה עילאה', אנהויבנדיק פון 'לימוד התורה',
¶18און דערנאך איז דאך דער לימוד ”מביא לידי מעשה”, הידור בקיום המצוות, וואס דאס איז נאך בהדגשה בימי חנוכה, וואס דעמאלט ווערט א מנהג פשוט, בא יעדער אידן און ביי אלע אידן זיך אויפפירן בחיי יום יום, מהדרין מן המהדרין,
¶19איז דאך דעמאלט נאך די ענינים בשמחה גדולה ביותר, אבער ”המעשה הוא העיקר”, וכמדובר כמה פעמים, מ'וויל דאך האבן טאפאר אז ס'זאל זיין א החלטה בהנוגע לפועל,
¶20אז די הוספה אין 'לימוד התורה' אין נגלה און חסידות זאל זיין מתוך שמחה רבה, במילא וועט דאס בפשטות אראפקומען מערער כמות,
¶21על אחת כמה וכמה מערער באיכות, על דרך זה אויך בהנוגע צו דעם הידור בקיום המצוות, על דרך זה אויך בהנוגע צו די עבודה אין עניני הרשות, וואס זי האט דאך אין זיך, כמדובר אין די פריערדיקע התוועדות די שני סעיפים,
¶22דער ענין פון ”בכל מעשיך יהיו לשם שמים” ו”בכל דרכיך דעהו”, און מיט דער הדגשה, אז דאס מיינט מען טאקע יעדערן און יעדערן און יעדערן במיוחד, סיי ”את אשר ישנו פה” ”ואת אשר עיננו פה” אויף דער הערט וואס ס'רעדט זיך, וואס דאס איז דאך ניט אייגענע ענינים, אלץ גענומען פון דברי רבותינו נשיאינו,
¶23כמבואר בכמה מקומות ומודפס ומפורסם וכו' וכו אפילו די וואס מאיזו סיבה שתהי גייען זיי ניט אריין אין די צוויי סוגים, זיי האבן דאך אבער א שייכות, ווי נשיא דורנו דער רבי דער שווער איז מדגיש,
¶24אז לא יוסי בלבד הגאול הקב"ה אלא כל און רעכנט אויס אלע סוגים פון אב ”ותורה חוב ותורה” ביז כל אשר ”בשם ישראל יכונה” ובדוגמא ווי מ'זאגט בנוגע צו חנוכה, אז זמן האט אויף זיי קיין שליטה ניט, ווארום ס'זיינען ”אינן בטלין לעולם” סיי אין זמן הגלות, סיי ”בזמן שבית המקדש השני הי'” קיים,
¶25אפילו אין דעם זמן ווען ס'וועט זיין דער בית המקדש השלישי, איז אויך אינן בטלים איז דערפון אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו מעלות בישראל,
¶26וואס חילוקים אין זמן און מקום און אין נפש גייען דאך אלע צוזאמען, כמבואר בארוכה וואו ס'רעדט זיך וועגן די דריי ענינים פון ”עולם שנה נפש” אז זיי גייען אלע צוזאמען, אז אויך אט וואו מ'זאל ניט זיין, אין וועלכן סוף פון צווישן אידן,
¶27פון ”ראשיכם שבטיכם” ביז חוטב עציךך ”ושואב מימיך” מיט די אלע סוגים וואס ער רעכנט בינתיים, איז בא זיי אלעמען דא אט דער ענין פון ימי החנוכה, ביז צו דער שמחה רבה, וואס קומט אראפ אין מעשה הוא העיקר אז ער איז תוכף ומיד מחליט בהנוגע צו הוספה אין כמות און אין איכות,
¶28אין 'לימוד התורה', אין בנגלה און חסידות, און 'קיום המצוות' בהידור, ביז מהדרין מן המהדרין על אחת כמה וכמה בהנוגע צו דעם ענין הגמילות חסדים וצדקה,
¶29וואס דאס איז דאך 'כללות ענין' המצוות, און דאס איז דאך דער צווייטער ענין וואס ציון תפדה און ס'וועט זיין ושבי דורך דערויף וואס ס'איז דא דער במשפט דער כהלכתא דער 'לימוד התורה', וואס דא ווערט תורה אויך אנגערופן משפט און הלכות דוקא, און אויך דער צווייטער ענין בצדקה,
¶30וואס דאס איז דאך 'כללות ענין' המצוות, ובמיוחד כענין הגמילות חסדים וצדקה.
¶31וכאמור, אז מ'איז ניט יוצא, אז מ'איז דאך פארנעמט זיך מיט מבצע חנוכה, און מ'זעט אז א צווייטער זאל זיין צופרידן, און א צווייטער זאל זיין שמח, און א צווייטער זאל זיין א שמח בשמחה גדולה מיט אלע ענינים,
¶32נאר לכל לראשי ”קשוט עצמך” דאס מיינט מען אים אליין, און דאס מיינט מען אים אליין בהנוגע צו ”המעשה הוא העיקר” און אויך אין דעם אפטייטש פון אליין אז ונקט ווי ער וואלט געווען ”בשבילי נברא העולם” כולו אז די גאנצע וועלט האלט זיך אויף אים, און אויף זיין עבודה און אויף זיינע פעולות,
¶33כמדובר כמה פעמים דער פסק-דין פון דעם רמב אז דורך א מעשה ”אחד, דיבור אחד”, ומחשבה אחד קען איין און איינציקער איד מכריע זיין ”עצמו וכל העולם כולו”, און ברענגען ישועה והצלה.
¶34וכמדובר, מפני ריבו מפני אריכות הדיבור, זאל מען זיך ניט פארלאזן, אז דער וועט חזר'ן און יענער וועט פארשרייבן, און דער דריטער וועט הערן, און דערנאך לייגט מען זיך שלאפן, נאר דאס מיינט מען לכל לראש דעם מעשה הוא העיקר,
¶35און דעם מעשה הוא העיקר מיינט מען לכל לראש, אז נאר דער החלטה זאל דאס זיין די החלטה מיט אזא מין תוקף, אז ער וועט זיך קיים דערווארטן דעם סיום פון דער התוועדות כדי ער זאל קענען גלייך כאפן און לערנען אן ענין אין נגלה און אן ענין אין חסידות, און געבן גלייך אויף צדקה.
¶36וואס אף על פי וואס דאס איז דאך בלילה הויבט מען דאך אן די גאנצע שקלא וטריא פון ענין נתינת הצדקה בלילה, מ'וועט אנשרעקן דעם עולם,
¶37אז איך וועט פארציען די התוועדות ביז ס'וועט קומען תלמידינו און זאגן ”הגיעת זמן קריאה שמה של שחרות” הרחמנות אויף אידן, זאלן גיין שלאפן ווען ס'וועט נאך זיין לילה ”משתשקע החמה” בעולם.
¶38אבער על כל פנים, כמדובר כמה פעמים, אז בשעת מ'ווארפט אריין די צדקה אין א צדקה פושקע, אדער ווי כמנהג המדינה, אז דא גיט מען א צדקה דורך א טשעק קען דאס גאר ניט זיין די מציאות פון נתינת צדקה בלילה.
¶39מ'זעט ווי אמעריקע האט צוגעטראפן אז מ'קען ניט געבן קיין צדקה בלילה דערפאר וואס די ביינק זיינען נאכמערניט ווי ביום, און ער גיט זיין צדקה גיט ער מיט א טשעק.
¶40און יהי רצון, אז פון דער צחות און פון די אמירה און פון דעם דיבור וכל הענינים האלו זאל צוקומען אין 'לימוד התורה' און אין 'קיום המצוות', און אין שמחה של מצוה, וואס בשעת מ'מאכט א אידן פריילעך איז דאס גופא,
¶41איז מצידו פון דעם וואס מאכט פריילעך, איז דאך דאס אן ענין של שמחה של מצוה, ער האט משמח געווען א אידן, און ווי כמדובר כאן לפעמים, אז ס'איז א מפורשי גמרא,
¶42אז בשעת מ'האט געזען אז ס'איז געווען טרי בתכי, האט מען געזאגט אז זיי זיינען מובטח, אז זיי זיינען ”בני עולם הבא”, און מ'האט געפרעגט אין וואס באשטייט זייער זכות און זייער עבודה, אז זיי מאכן אידן פריילעך.
¶43און ווי דער בעל שם טוב איז ברענגט דאס אראפ און מאריך בזה וכו.'
¶44און יהי רצון, אז ס'זאל זיין א פריילעכער חנוכה, און א פריילעכע עבודה אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי און א פריילעכער המשך בכל עניני הרשות, ביז צו ”שמחת עולם על ראשם” די אייביקע שמחה וואס ס'וועט זיין בקרוב ממש,
¶45אנהויבנדיק נאך פון ”טועמי' חיים זכו” וואס מ'פארזוכט דעם טפשיל נאך אין די לעצטע רגעים פון גלות, און מ'גייט מקבל-זיין פני משיח צדקנו מיט א ריקוד של שמחה,
¶46און מ'גייט מיט אים צוזאמען טאנצנדיק ערהייט ו ”שמחת עולם על ראשם” לארצנו הקדושה, ”ארץ אשר” עדן ”הוי' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה” ביז אין ירושלים עיר הקודש וואס זי ווערט אנגערופן יפין אויף מסת כל הארץ אז דאס איז די שמחה פון דער גאנצער וועלט.
¶47ביז אין דעם בית המקדש, וואס דארט איז דער מקור השמחה והארה על כל העולם כולו.
¶48און דאס זאל זיין בעגלא דידן ממש.
¶49לחיים.