English
ספרייה
kind
paragraph
order
4
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
מ'האלט דאך איצטער בא דער ענדע פון תשלומין פון חג השבועות מאן מתן תורתנו פון היינטיקן יאר, אף על פי וואס ס'איז שוין נאך תפילת מעריב, וואס מעריב איז דאך שוין פארבונדן מיטן טאג שלאחרי זה, איז דאך כמדובר כמה פעמים, ס'האט אויך א שייכות, בפרט נאך עד חצות לילה, און באמת גאר עד עלית השחר, ווי ס'איז פארשטאנדיק פון עבודת הקרבנות, פון קרבן תמיד, אז אין מאיזו סיבה האט מען ניט באוויזן די אמורים ופדרים מקריב זיין במשך היום, קען מען דאך מקריב זיין כל הלילה כולה, און אין דערויף גופא איז דא א פלוגתא, כמדובר, צווישן דעם רמב״ם מיטן רשי'ן, צי דארט דארף מען אויך האבן די הגדרה, אז להרחיק איז מען מערניט ווי ביז חצות, אדער וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן כהנים און קרבנות וכו איז דעמאלט איז כהנים זית ימיום איז דארט קען מען דאס זיין ביז עמוד השחר.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים