Paragraph
Paragraph rh-16r5k3f7
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-extjh773
- order
- HO
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און דערנאך ווערט דאס אלע צוזאמענגעלייגט מיט מעשינו ועבודתינו. און דאס ברענגט תיכף ומיד ממש, אז בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו געפינען זיך אלע צוזאמען אין אן אופן וואס דער אויבערשטער קלייבט זיך צוזאמען, אתם תלוקטו לאחד אחד איז דאך פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער, וואס ער איז תמים בכל דרכיו, איז דאך א זיכערע זאך, אז ער קלייבט צוזאמען אלעמען אין אן אופן פון תמימות, און ס'בלייבט אין חס ושלום א טייל פון איינעם, אדער א טייל פון די נכסים פון איינעם, ערגעץ-וואו, ניט מיטגענומען, נאר אלע גייען לארצנו הקדושה, אשר תמוד עיני הוי'אלקיך בה מראשית השנה ואחרית שנה. און דאס איז נאך היילט נאכמערער צו מיט כל פעולות האמורות, אז ס'זאל קומען תיכף ומיד ממש די גאולה האמיתית והשלימה, און מיט א קוק-טאן שטייען מען אלע צוזאמען, ווי דערמאנט פריער, בארצנו הקדושה, ובירושלים עיר הקודש, ובהר הבית, ובבית המקדש, ביז אין קודש הקדשים, צוזאמען מיט משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש.
- proofread
- 0