עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

61 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1וואס האמור לעיל, ווי אזוי יעדערער דארף אנהויבן טאן אויף מאכן אז אין ארץ זאל אויך זיין ”רגיל שמו על” דרך ווי ס'האט אויפגעטאן אברהם אבינו איז בדורנו אלו בפרט,

2ואדרבא, וואס די דורות איז ”אכשר דרא בתמייא” דארף מען ניט האבן קיין הוכחות און קיין ראיות אז מ'האט וואס אויפצוטאן, אף

3על פי וואס ”שוין אברהם אבינו” האט אויפגעטאן אז ס'איז געווארן אלקי הארץ ווי מ'זעט דאס במוחש ווי אזוי אין יעדער דור איז געווען כמה וכמה נסיונות און ענינים משונים וואס מ'האט געדארפט אנהויבן די עבודתם נאכאמאל לכאורה מלכתחילה אויף מאכן אין ארץ

4פון ארציות וחומבריות זאל ווערן אלקי הארץ, א יש בעה' בית לבירה זו, ביז אין אן אופן אז ס'איז ניט סתם א בעל-הבית,

5נאר ווי אברהם האט אויפגעטאן אז ”אל תקרי ויקרא אלא” ויקריא אל אל עולם אז ס'איז די אלקי הארץ וואס דאס איז מערער ווי בעל-הבית אויף ארץ,

6ווארום אלוקה איז דאך אויך פון לשון כח וחיות, ווי אפגעטייטשט אין שולחן ”ערוך אורך חיים” אין פירוש הברכות גלייך מתחילת החלק, אז דאס ווערט דער כח וחיות פון די ענינים ארציים וחומריים.

7וואס בימינו אלו בפרט דארף מען ניט האבן זוכן תירוצים איז וואס דארף באשטיין די ארבעט פון לעשות ”לו יתברך דירה בתחתונים” וויבאלד אז דורות גדולים ונפלאים שלפנינו האבן דורכגעפירט תפקידם בשלימות, אנהויבנדיק פון אברהם אבינו און יצחק ויעקב,

8וואס זיי זיינען דאך די אבות פון כל אחד ואחס, אז מ'דארף ניט האבן קיין הסברה וויבאלד אז מ'זעט בפועל די עבודה וואס מ'דארף דורכפירן, ובפרט נאך אז בא אינו כמה וכמה ווייזט זיך גאר אויס אז דאס איז אן עבודת פרך, ומי יודע,

9ווי אזוי וועט ער קענען דורכפירן תפקידו ושליחותו פון ”לשמש את קוני” אויף מאכן א ”דירה בתחתונים דוקא”,

10בשעת די תחתונים זיינען דאס אין דעם מעמד ומצב פון דורות האחרונים, אין חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא וכו' וכו וואס אין המקום להאריך אין דברים וואס זיי באווייזן ניט אויף צד הטוב,

11וואס מ'דארף גאר אויף דערויף ניט האבן קיין הסברה מיט קיין ראיות, ס'איז ”מעשה רב” די מציאות בפועל באווייזט און מאנט און ”אבן מקיר תזעק” אז מ'זאל קומען צוגיין און מאכן פון דעם קיר און פון דעם אבן,

12אז ס'זאל זיין אלקי הארץ מ'זאל אנזען אז דער כח וחיות פון דעם קיר מיטן אבן איז דאס געטלעכקייט, וואס דאס קומט ארויס בגלוי דורך אריינפירן אין דערויף אידישקייט.

13ס'קומט אבער נאך צו נאך אין דערויף אן ענין, אז אפילו אט די וואס ער איז שוין געווארן ”נעשה צדיק גמור”, און ער כאפט זיך אויף פינדערפרי, אויף מארגן,

14אין זיין עולם, וויסנדיק אז אין דעם חשבון צדק וואס ער האט געמאכט אין די קריאת-שמע של המטה בלילה שילה אופני זה איז געווען אינגאנצן ער האט אויפגעטאן עבודתו בשלימות,

15איז דאך לכאורה, אז ער כאפט זיך אויף אויף מארגן אינדערפרי, האט ער שוין דאס וואס ער האט אויפגעטאן, ”אלקי השמים ואלקי הארץ” אין זיין מקום און אין זיין זמן,

16און מ'זאגט אים אף על פי כן, אז בכל יום ווערט ער א בריה חדשה, און דאס איז דאך איינער פון די טעמים אויף נטילת ידים בבוקר, און ווי אויך ווי גערעדט פריער אין פשוטם של ענינים,

17ווייס א קינד אז ער דארף זאגן ”מודה אני לפניך” און אז ער איז שייך צו קצת הבנה בזה, איז מען אים מסביר שהחזר תבי נשמתי אז דאס איז א 'דבר חדש', ער איז ערשט געווארן א לעבעדיקע זאך, דורך דערויף וואס דער אויבערשטער האט אין אים אריינגעגעבן די נשמה,

18אבער אף על פי כן האט ער דאך שוין די וועלט ארום זיך, ווי ער האט איר געלאזן לכאורה לייגנדיק שלאפן, וואס דעמאלט איז דאס געווען לאחרי חשבון צדק, אז ער האט אויפגעטאן עבודתו, און וואס זאגט מען אים?

19אז ס'הויבט זיך אן א יום חדש דארף זיך אנהויבן עבודה חדשה, אף על פי וואס דאס איז דער זעלבער נוסח מיט די זעלבע אותיות מיט די זעלבע ברכות ובקשות ווי אין די תפילות ווי ס'איז געווען מיט א טאג פאר דערויף,

20און מיט צוויי טעג פאר דערויף, וכמה וכמה ימים ושבועות וחדשים ושנים וואס ער איז געווען א טוב בעבודתו, ביז אין א שלום בעבודתו.

21וואס לכאורה אין דערויף איז דאך ניט שייך דער ביאור האמור, וויבאלד אז מ'רעדט מיט אים וועגן זיין עבודה בעולמו שלו, וואס ער האט אויפגעטאן אז ס'איז געווארן אן 'עולם מלא'.

22איז אט דא קומט-צו דער ענין, נוסף אויף דערויף וואס מ'זאגט דאך, ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אויך אראפ און די נשיאים שלאחרו בביאור, אז אמת טאקע ער האט דעם ענין אין וועלכן דעם מעמד ומצב וואס ער האט דערגרייכט על ידי עבודתו בהימים שלפני זה,

23ער דארף דאך אבער אויפטאן ניצוצות אין וועלט, וואס בכל יום איז דא נייע ניצוצות, בפשטות נייע ענינים אויף מברר זיין, אנהויבנדיק פון אים אפום חר בליכל ער עסט זיך ניט דעם זעלבן ברויט וואס ער האט אויפגעגעסן מיט א טאג פאר דערויף, אדער מיט א סעודה שלפני זה,

24דאס איז א נייער כזית לחם, צי כבוע אדער אן אנדער שיעור אין דעם לחם, במילא האט ער צוטאן מיט א נייעם ניצוץ, וואס ער דארף אים מעלה זיין ביז וואנענט אז דאס וועט ווערן אין אים ”ואכלת ושבעת וברכת את ה' אלקיך” דאס ברענגט אים צו, אז ער וועט בענטשן מחדש את ה' אלקיך מיט אלע פירושים שבדבר.

25איז אויך דא אין דערויף די הוראה כללית, אז בא יעדער מענטשן, על אחת כמה וכמה בא יעדער אידן, איז דא שמים וארץ.

26אין וואס פאר א מעמד ומצב ער זאל זיך נאר געפינען, האט ער אין זיין עולמו די ש”מים שבו וארץ” שבו.

27וואס בפשטות איז דאס, בשעת ער איז פארנומען אין ענינים רוחניים, וואס דאס רעדט זיך אפילו פון בני-נח, איז דאס בערך ווען ער איז פארנומען מיט אכילתו ושתייתו, איז דאס בערך ובחילו על דרך החילוק צו וויסן שמים וארץ.

28על אחת כמה וכמה בהנוגע צו ”אתם קרויין אדם” ”ואדמה לעליון” איז דאך דארטן זיכער דא, ווען ער לערנט תורה, מקיים מצוות, עבודת התפילה איז ער דעמאלט בשמים, בשעת דערנאך איז ער אוכל ושותר, ומשאו ומתנו טאקע באמונה אבער דאס איז משאו ומתנו,

29איז דאס ענינים וואס בערך פון די פריערדיקע ענינים זיינען זיי ארץ.

30און אף על פי וואס ביי אים איז בפשטות, דערצו דארף ער ניט האבן קיין עבודה, אז ניט נאר 'יש בעל הבית לבירה זו' נאר ס'איז אויך אלקי הארץ אין אן אופן אז דאס איז דער כח וחיות,

31איז אבער ביי אים דא א חילוק ווי דער אלקי זעט זיך ביי אים אן אין זיין ארץ, און ווי דער אלקי זעט זיך אן אין זיין שמים, אז בשעת מ'זעט בתחילת היום פודם ההתבוננות האט עס דאך שוין דעמאלט אן ענין וואס ער איז נושם אכילה און שתי' דארף זיין לאחרי התפילה,

32בדורות הבריאות, כמדובר כמה פעמים, משא"כ אבער נשימה אטאמען, דעם אויר העולם מוז ער גלייך אנהויבן תוקף באקומען משנתו.

33ער האט דאס נאך ווען ער שלאפט אויך טוט ער דאס, אבער דעמאלט איז ער דאך א ישן.

34בשעת אבער גלייך ווי ער איז אור משנתו איז אט דעמאלט, ווי ער זאגט אין מדרש, אז ”כל הנשמה טהלל” ידקו אז ”על כל נשימה ונשימה” קומט דעם אויבערשטן א הילול.

35א ברכה מיט א הודעה, מיט א דעם.

36ווען דערהערט ער דאס? בשעת ער איז זיך מתבונן, אז אט דער אויר און די נשימה מיט די פרטים שבדבר, ווי אזוי דער אויר גייט אריין בגופו און טוט-אויף דארטן די פעולתו דארף ער זיך מתבונן זיין, אז דאס איז פארבונדן מיט אלקי

37און ערשט דערנאך, נוסף אז אפילו אז ער קומט צו דער החלטה אז דאס איז אזוי, און דאס איז ביי אים בהבנה והשגה דארף ער האבן א התבוננות מיט עבודה מיוחדת, אז דאס זאל קומען בהמשך, אין אין המשך, מיט ”אלקי השמים”.

38בשעת ער דאוונט, וואס דעמאלט איז דאך אפילו אן איש פשוט ווייס דעם ענין פון דער לפני מי אתה עומד ער ווייס ניט קיין פרטים פון עשר ספירות, ער ווייס אבער אז ער איז עומד פאר אלקים פארן אויבערשטן, ניט וויסנדיק קיין פרטים בדבר, אבער בכללות הענין על כל פנים,

39משא"כ אז ער איז נושם איז דארף ער האבן, כאמור, א התבוננות אז דאס איז פארבונדן מיט אלקי הארון, און דערנאך דארף ער האבן א התבוננות אז דאס זאל אראפקומען אין אזא אופן, אז ניט נאר ער זאל דאס פארשטיין בשכל, נאר דאס זאל ביי אים אויך אראפקומען ברגש שבלבו.

40ביז וואנענט א התבוננות, אז דער רגש שבלבו בהנוגע צו אלקי הארץ איז ”על כל נשימה ונשימה”, על אחת כמה וכמה באכילה און שתי',

41על אחת כמה וכמה בא דעם רויחא וואס דער אויבערשטער גיט אים אין בני חיי ומזוני איז דארף ער קומען אז דאס זאל זיין ביי אים אינגאנצן מושלל דער ענין פון ”כחי ועוצם ידי עשר לי את החי לזה”,

42אינגאנצן מושלל אז דאס איז א דבר דומם, ניט ער איז שייך חס ושלום צו שיתוף, אבער דאס איז א דבר דומם ער ווייס אז ס'שטייט אין שער היחוד והאמונה אז דער אריז ל זאגט, אז דארט איז אויך דא א נפש,

43אבער דאס פארשטייט ער אין שכל דאס פועל"ט ניט אויף זיין הנהגה מיט דעם דבר דומם.

44בשעת ער האלט א סידור, על אחת כמה וכמה א ספר-תורה וכיוצא בזה ווייס ער, אז ס'דארף זיך מתנהג זיין מיט אן ענין שבקדושה.

45ער האלט א דבר פשוט, א ”דבר של רשות”, על אחת כמה וכמה אז דא דבר איסור, נאר ס'איז ניט אסור אין האלטן דאס,

46מערניט וועט טאן דערפון ניט עסן און טרינקען אדער הנאה האבן אבער האלטן דאס מעגער זאל ער דערביי האבן דעם רגש, אז דאס איז אלקי הארץ אויך פון דעם דבר איסור דארף ער האבן אויף דערויף א געוואלדיקע התבוננות.

47וואס דעמאלט, איז די כל ההתבוננות וואס ער האט געהאט פון א פריערדיקן טאג, אבער אין מיטן איז ער דאך געשלאפן, דארף ער נאכאמאל זיך בוחן זיין צי איז ביי אים בתקפה די תוצאות פון די התבוננות שלפני שביום לפני זה,

48אדער וואס מיט א שעה פאר דערויף, אדער מיט א שעה פון לשון החלק אין זמן שלפני זה, אדער ער דארף אנקומען צו א התבוננות חדשה כדי אז ביי אים זאל צוקומען צו אלקי הארץ מיט אלע פירושים, ביז צו אלקי הארץ וואס קומט בהמשך צו 'אלקי השמים',

49ביז אז דאס קומט ניט נאר בהמשך נאר ואלקי הארץ מיט א ו' המתי וואס אויף דערויף דארף מען האבן א התבוננות גדולה ביותר, ווי גערעדט פריער,

50אז נוסף אויף דעם ענין אין פשוטם של דברים, אז אפילו ווי דאס רעדט זיך וועגן טף איז דארף מען זיי אויך מסביר זיין ווען זיי האבן א שייכות צו דער הבנה, צו דעם שכל, דעם ענין פון אלקי הארץ, און זיי זיינען דערצו אויך שייך, ביז וואנענט אז אפילו א ”בן חמש למקרא” קען שוין טאן אין דעם בכח עצמו,

51וויבאלד אז ער לערנט דעם פירוש רש"י וואס דאס איז פאר אים געשריבן, און דער פסוק אין חומש וואס איז פאר אים געשריבן און אים געגעבן ”תורה צוה לנו משה מורשה” קהילת יעקב קען ער שוין דאס טאן בכח עצמו, און דאס וואס ער באקומט פון לבניך פון אביו וזקנו,

52און דאס וואס ער באקומט פון מלמדו להאיל בניך אלה התלמידים איז דאס כדי אויף צו שטייגן נאך העכער און נאכמערער און נאך טיפער אין דער הבנה גופא, ועל דרך זה בהנוגע לכל אחד ואחת.

53על אחת כמה וכמה אז דאס איז נוגע צו די ענינים פון מפיץ זיין, הפצת היהדות, הפצת התורה והמצוות, וואס דארט איז דאך נאכמער נוגע די פעולה אויף פועל זיין אין אלקי הארץ אין די ארציות וחומריות פון א צווייטן, זאל דארטן אויך ווערן דער אלקי הארץ מיט די אלע פרטים, כמדובר לעיל.

54וואס דאס איז די הוראה כללית, וביחד עם זה, א הוראה וואס איז נוגע לכל פרט ופרט שבפרט פון 'עבודת האדם', וואס דאס זאגט-אן און גיט-איבער ביידע זאכן,

55אז מ'האט אים געגעבן כוחות, וויבאלד אז ער נעמט דאס פון ”אחד הי' אברהם” ער איז אבער געווארן א יורשו של אברהם, ביז א יורש ווי ער שטייט במקום המוריש, מיט אלע כוחות,

56מסע ”יגיעו מעשי למעשה אברהם יצחק ויעקב”, ווי ער זאגט אין תמיד ואליהו, און ער קען ביחד עם זה אויך גיט מען אים די מתנה מיטן זכות ער זאל דאס אויפטאן, און חס ושלום אז נדח איז ”בל ידח ממנו נדח” ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אויך אראפ להלכה אין נגלה,

57אין הלכות תלמוד-תורה שלו, ביז אז ס'לייגט זיך צוזאמען די אלע ענינים און די אלע עבודות און די אלע ניצוצות, און דאס פארברענט דעם חושך הגלות, און דאס פארברענט די ווענט פון גלות, כנוסף פון דעם לשון פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער,

58און ס'ווערט דערנאך ואלו תולדות יצחק וואס מ'זאגט דאך אויף לעתיד-לבוא וועט זיין ”אברהם לא ידענו” און צו יצחק וועט מען זאגן ”כי אתה אבינו” איז דער אלטער רבי איז דאס מבאר אין ”תורה אור” אין די דרושים פון פורים,

59אז ”כן תהי' לנו” אז ס'זאל זיין ”ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר” נאך אין דעם מעמד ומצב פון ”אכתי עבדי דאחשורוש אנן” על דרך ווי ס'איז געווען דעמאלט, איז ”כן תהי' לנו” ווי מ'זאגט דאס אויך אין דער הבדלה, וואס דערמיט הויבט זיך אן א מוצאי שבת קודש בא יעדער אידן,

60און בא אלע אידן, און דערנאך ווערט דער ”מסמך גאולה לגאולה גאולה” האמיתית והשלימה ”כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות” בביאת משיח צדקנו.

61לחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions