English
ספרייה
kind
paragraph
order
IT
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אין אלע חלוקות ווי ס'איז דא אין שכל, וואס בכללות טיילט זיך דאס אויף חכמה און אויף בינה, און דערנאך קומט דער קו המחבר, וואס דאס איז דער ענין הדעת, און אלע דריי צוזאמען ווערט דער ענין פון חבד, וכמדובר כמה פעמים דער ענין ווי ס'איז נתפנא נתבאר געווארן אין תורת חב ד, דורך דעם אלטן רבי'ן, וואס ער האט דאך א שייכות מיוחדה און מקבל האמיתי פון דעם בעל שם טוב, און א שייכות מיוחדה צו משה רבינו, וואס דערפאר איז דאך אויך הויבט ער אן זיין ספרו העיקרי, וואס דאס איז דער ספר תניא קדישא, מיט א הקדמה, און פאר דער הקדמה איז שוין דא דער שאר בלעטל, און אויפן שער בלעטל האט דער אלטער רבי אליין, דאס איז זיין נוסח, אנגעשריבן דעם פסוק פון תורת משה, כקרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, וואס אין דערויף איז אויך מודגש די דריי ענינים פון בפיך ובלבבך און פון לעשותו מחשבה און דיבור און מעשה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים