transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1מ'דערמאנט בא די פריערדיקע כינוסים פון ”צבאות השם” וואס מ'האט זיך צוזאמענגעקליבן, אז יעדער כינוס קלייבט מען זיך אין א באשטימטער צייט פון יאר און אין א באשטימטן טאג, וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז אין צוגאב וואס אלע כינוסים האבן דעם זעלבן צוועק,
¶2אז מ'זאל פארשטארקן און זיין נאך בעסערע מיטגלידע פון ”צבאות השם”, סיי אינגעלעך סיי מיידעלעך, אין דער מלחמה וואס ”צבאות השם” פירן אנטקעגן דעם יצר, דורך לערנען נאכמער תורה און מקיים זיין נאכמער מצוות,
¶3און מיט נאכמער הידור אליין, און אויך איינווירקן אזוי, אינגעלעך אויף אנדערע אידישע אינגעלעך, און מיידעלעך אויף אנדערע אידישע מיידעלעך, וואס איבער וואס פאר א סיבה ס'זאל ניט זיין, זיינען זיי נאך ניט אין ”צבאות השם”, אדער ניט אזוינע גוטע חברים און חבירות פון ”צבאות השם”,
¶4אז אויך זיי זאלן שטייגן אלץ העכער און טאן אלץ בעסער, באגרינדעט אויף דעם וואס איר האט ערשטא געזאגט אז ”ואהבת לרעך כמוך” איז דאס א 'כלל גדול בתורה', איז פונקט אזוי ווי מ'דארף זיך אנשטרענגען און טאן אלעס מעגלעכע,
¶5אז מ'זאל אליין שטייגן אלץ העכער און העכער אזוי דארף מען אזוי טאן אויך מיט לרעך די וואס זיינען נאך שונה אין ”צבאות השם”,
¶6און זיכער דארף מען אזוי טאן מיט א אידיש קינד וואס ער איז נאך ניט אין ”צבאות השם”, אבער ער איז דאך אויך אין דעם כלל פון לרעך ווארום ער איז דאך אויך א ”בן אברהם יצחק ויעקב”,
¶7ווי יעדערער פון אייך איז, און זי די מיידעלע איז אויך א בת ”שרה רבקה רחל ולאה”, ווי יעדערער פון אייך איז, אז זיי זאלן וואס פריער אריין אין ”צבאות השם”,
¶8און דארטן גיין מחיל אל חיל ביז צו דערגרייכן צו די העכסטע גרייט צו וועלכן א סאלדזשער פון ”צבאות השם” קען צוקומען,
¶9וואס דאס איז דאך דער אלגעמיינע און דאס זעלבער אין אלע כינוסים פון ”צבאות השם”.
¶10צוזאמען דערמיט האט ער זיך יעדער צייט איר ספעציעלע עבודה און איר ספעציעלע שליחות, וואס אויף דעם דארף מען לייגן נאך א גרעסערע אנשטרענגונג.
¶11פונקט אזוי ווי דערמאנט אין דעם כינוס וואס איז געווען פארבונדן מיט תשרי, מיט די ימי הסליחות, אז מ'דארף זיך גרייטן צו תמליכוני עליכם, צו דער ספעציעלער מצוה,
¶12אזוי אויך בא אנדערע כינוסים, דערפון אויך פארשטאנדיק בהנוגע צו דעם כינוס, צו א כינוס וואס קומט פאר גלייך נאך חודש תשרי, ווי דער כינוס וואס קומט פאר אין אנהויבס פון חודש חשון, מרחשון,
¶13דער חודש וואס קומט גלייך נאך חודש תשרי, וואס זיכער האט ער אין זיך און ברענגט מיט זיך אן ארט דעראף זידע,
¶14א ספעציעלע אנזאגונג און א שליחות וואס מ'דארף האבן די גאר גרויסע אנשטרענגונג אין אויסצופירן לכל לראש צום אלעם ערשטן אין די ספעציעלע זאכן, אין צוזאמענהאנג מיט דעם אלגעמיינע תוכניט, מיט דער אלגעמיינע שליחות וואס מ'האט,
¶15אויף מנצח זיין דעם יצר, ביז אין אן אופן אז ער ווערט אינגאנצן בטל, דורך לערנען ווי געזאגט פריער תורה און מקיים זיין מצוות אלץ מערער און מערער.
¶16אט דאס וואס ווערט אויפגעטאן, און די ספעציעלע שליחות וואס מ'האט קומענדיק פון חודש תשרי, זאגט ער אויף דערויף אין מדרש, און רבותינו נשיאינו ברענגען דאס אין מערערע פון זייערע מאמרים פארבונדן מיט דעם יום טוב וואס ער איז דער אפשלוס פון חודש תשרי,
¶17וואס דאס איז ”שמיני עצרת ושמחת תורה”, וואס זיי ערקלערן דאס אין זייערע מאמרים על דרך החסידות, אין חסיד'ישע טערמינען און ערקלערונגען, ס'איז דאך אבער זעלבסט-פארשטענדליך אז אלס א חלק פון תורה,
¶18וואס ”תורה צוה לנו משה מורשה” קהילת יעקב דארף מען אנהויבן לערנען און פירן זיך לויט דער תורה פון גאר קליינווייז אויף, נאך גאר אלס קליינע קינדער, ווי איר באווייזט אויף דערויף דעם ביישפיל,
¶19קען מען דאך זיכער איבערזעצן, ארויסברענגען און אפלערנען דערפון וואס זיי זאגן אין די חסיד'ישע ווערטער אויך אין איינפאכע ווערטער, און דער ”עיקר, המעשה הוא העיקר”,
¶20וואס מ'קען דאס גלייך נוצן אין דער טאג-טעגלעכע אויפפירונג, און פון גאר קליינווייז אויף, וואס דעמאלט איז דאך ”מורשה קהלת יעקב” די גאנצע תורה,
¶21און בפרט נאך אז מ'באטראכט זיך אז ”הנה ה' נצב עליו” אז בא יעדער אידן און בא יעדער קליין קינד שטייט דער אויבערשטער לעבן אים ממש,
¶22”ובוחין כליות ולב אם עובדו כראוי” און קוקט זיך צו, צי אט דער אינגעלע צי אט די מיידעלע דינט דעם אויבערשטן ווי ס'דארף-צו-זיין,
¶23און ער אדער זי דינען דעם אויבערשטן בשמחה ווי איר האט ערשט-א געזאגט ”ישמח ישראל בעושיו” גיט זיך דאס צו נאכמער שמחה און נאכמער שטארקייט און לעבעדיקייט אין אויספירן די שליחות אין אלגעמיין,
¶24ובפרט די שליחות וואס זי הויבט זיך אן קומענדיק פון ”שמיני עצרת ושמחת תורה”, דער אפשלוס פון חודש תשרי, קומענדיק פון חודש תשרי בכלל, אריינגייענדיק אין חודש חשון און די חדשים וואס נאכדעם.
¶25וואס דער משל אין מדרש שטייט אויף דערויף, אז דאס איז געגליכן, און דער אונטערשייד איז, אז בשעת ס'קומט פון תשרי איז דאס ניט ווי מ'קומט פון חודש ניסן,
¶26וואס דעמאלט איז דאך דער ערשטער יום טוב פון די דריי רגלים, פון די דריי ימים טובים פסח, וואס דעמאלט גייט מען למקום קרוב, מ'גייט אין אן אנטן ארט, און אין אן ארט וואס איז נארט אין אלע פרטים, בשעת מ'קומט פון די חג הסוכות פון דעם דריטן יום טוב,
¶27פון ”זמן שמחתנו” אט דעמאלט גייט מען אוועק אין א ”מקום רחוק אין” א ווייטן ארט.
¶28און ווי ערקלערט ווי דערמאנט פריער אין פארשידענע מאמרים, וואס איז דאס דער אפטייטש אין איינפאכע ווערטער און אין איינפאכע ערקלערונגען,
¶29וואס יעדערער פון אונז קען דאס נוצן גלייך, ביז אין אן אופן אז ”קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו” אז ניט סתם ער קען דאס נוצן, נאר דאס איז לייכט פאר אים, און ס'איז קרוב צו אים, ניט קוקנדיק וואס מ'גייט אין א מקום רחוק,
¶30איז וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן א אידן, איז דאס נאענט צו אים ער זאל דאס מקיים זיין בפיך ובלבבך סיי אין רעדן אויך אין זיינע גוטע מחשבות, און אויך לעשותו אין מעשה,
¶31און מעשה הוא העיקר איז דאס פארשטאנדיק לויט ווי מ'זעט אויך אין אן ארמיי פון א בשר ודם, פון אן איינפאכע ארמיי דא אין דער וועלט,
¶32אז ס'איז דא א צייט ווען די מיטגלידער פון דער ארמיי געפינען זיך אין א ופא, וואס זיי זיינען טאקע אין דער ארמיי, אבער מ'גיט זיי צייט אויף אפרוען זיך, און מ'גיט זיי צייט עכ"פ אויף גרייטן זיך צו דער מלחמה,
¶33אבער נאך ניט ארויסגיין אין מלחמה גאר מיטן שטארקסטן אופן דערנאך איז דא די צייט וואס מ'געפינט זיך נאך אלץ אין די בתים וואס געהערן צו דעם קאמאנדירין שיף, אין דער אידישער הייזער,
¶34וואס דארט איז אומעטום דער אויבערשטער זאגט ושכנתי בתוכם, און דערנאך איז דא די צייט וואס מ'זאגט צו די צבא, און אזוי אויך צו ”צבאות השם”, אז איצטער דארפט איר ארויסגיין אין מלחמה בפועל, און ארויסגיין, ווי מ'זאגט אין משל, אין א מקום רחוק.
¶35וואס באטייט דא דער מקום רחוק וויבאלד אז איר האט ערשט-א געזאגט אז ”מלוא כל הארץ כבודו” אומעטום געפינט זיך דער אויבערשטער, איז דאך אומעטום איז מען צוזאמען מיטן קאמאנדירין טשיף, ס'קען אבער זיין, אז מצד דעם מענטשן איז ווייטער פון אים,
¶36ס'איז שווערער פון אים דורכפירן די מלחמה בשלימות אין דער פולסטער מאס, מצד דערויף וואס דאס איז רחוק.
¶37פארוואס איז דאס מער רחוק קומענדיק פון חשון ווי בשעת מ'קומט פון פסח, פון ניסן?
¶38איז זעט מען דאס אין מלחמת היצר, אז קומענדיק פון חג הפסח ווייס יעדער איד, און ס'ווייס אויך יעדערער וואס געפינט זיך אין ”צבאות השם”, אז אין פופציג טעג ארום וועט ער ווייטער האבן א יום טוב,
¶39וואס דעמאלט וועט ער זאגן ”אתה בחרתנו מכל העמים ורוממתנו ”מכל” עם ולשון”, ובפרט נאך אז דער חג השבועות איז דאס זמן מתן תורתנו
¶40און זמן חירותינו פון פסח איז דאס דער אנהויבס ווען אידן זיינען געווארן אויך קליינע קינדער אנגערופן און געגעבן דעם כח פון ”צבאות השם”.
¶41ווען ער קומט דערנאך צו שבועות ווייס ער אויך אז אין א פאר חדשים ארום וועט קומען דער חודש תשרי, צוזאמען מיט ראש השנה, צוזאמען מיט ”זמן שמחתנו” פון סוכות ווייס ער,
¶42אז דאס וואס ער דארף זיך געפינען אין מלחמה איז דאס מערניט ווי אויף עטלעכע חדשים, און דערנאך גייט ער ווייטער אריין אין א זמן ווען מ'זאגט ”אתה בחרתנו” אין חודש תשעה און מערערע מאל,
¶43איז לייכטער צו דורכפירן די אלע זאכן וואס מ'דארף דורכפירן אין דעם צבא וויסנדיק אז דאס איז מערניט ווי אויף א פאר חדשים, און דערנאך קערט מען זיך צוריק אום אין א יו' טוב, און ווער רעדט נאך קומענדיק פון פסח ווייס ער,
¶44אז צווישן פסח און דעם צווייטן יו' טוב, וואס נאך חמש שבועות, איז דאס ניט סתם וואכעדיקע טעג, אפילו אין דער וואכן, נאר יעדער טאג ציילט ער 'ספירת העומר',
¶45וואס דאס גיט אים כח און אן עקסטרע ברכה פון דעם אויבערשטן בשעת ער מאכט די ברכה פון 'ספירת העומר', אז ער האט נאך א ברכה, כדי נאך לייכטער גאר קענען דורכפירן זיין שליחות אלס איינער אדער איינע וואס זיי האבן א שייכות און זיי געפינען זיך אין ”צבאות השם”.
¶46אז מ'גייט אבער ארויס פון שמיני עצרת און 'שמחת תורה', און פון חודש תשעה אין אלגעמיין ווייס ער, אז ביז וואנענט ער וועט קומען צו א טאג ווען ער וועט זאגן ”אתה בחרתנו מכל העמים ורוממתנו ”מכל” עם ולשון”
¶47און ותתן לנו די זאך פון ימים טובים דארף דורכגיין גאנצע זעקס חדשים.
¶48און פאר די גאנצע זעקס חדשים פארלאזט מען זיך אז ער וועט ניט דערשראקן ווערן וואס ס'דארף נאך נעמען זעקס חדשים ביז ער וועט באקומען נאכאמאל די דערמאנונג אין א תפילה, סיי אין מוסף סיי אין א תפילה סתם,
¶49אז דער אויבערשטער האט אים אויסגעקליבן און האט אים געגעבן אלע ימים טובים, וואס דערפאר איז דאס א מקום רחוק, כאטש אפילו מלוכה להארץ כבודו, און ווי דערמאנט מערערע מאל איז דער קאמאנדירין טשיף אלעמאל, מיט יעדער אידן, ובפרט מיט יעדערן פון ”צבאות השם” און נאכמערער,
¶50אז דער קאמאנדירין שיפה איז נצב ”עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי” ס'איז דאך אבער דער אונטערשייד איז, אז בשעת ס'קומט א יום-טוב גיט מען אים א טאג פון מנוחה ושמחה, ”ומועדים לשמחה”, אין דעם פולסטן זין.
¶51בשמחה דארף מען זיין אלעמאל, ווארום עבדות ”ה' בשמחה און ישמח ישראל בעשיו”.
¶52אין שמחה איז דאך אבער אויך דא א שמחה, און נאך א גרעסערע שמחה, און גאר א גרויסע שמחה, ווי די שמחה פון 'שמחת תורה', וואס דעמאלט האט ער געטאנצט נאך מערער ווי ער האט געטאנצט אין זמן ”שמחתנו, אין שמחת בית השואבה”, אדער אין יום טוב פון סוכות אדער אין יום טוב פון שבועות,
¶53אדער אין יו' טוב פון פסח, וואס אלע זיינען זיי דאך ”מועדים לשמחה”, און בא יעדערער פון זיי זאגט מען אתה וחרתנו זעט מען דאך אז ס'איז דא על פי תורה, און אזוי פירט זיך אויף יעדער איד און יעדער פון ”צבאות השם” במיוחד, אז ס'איז דא אין שמחה אז ער איז נאכמער שמח און נאכמער שמח,
¶54וואס דאס איז בפרט אין 'שמחת תורה', אזוי אויך אין ”מועדים לשמחה”, און א גאנצן יאר, אין די טעג וואס אין צווישן, איז ער אויך בשמחה, וואס דער אויבערשטער האט אים אריינגענומען אין זיין ”צבאות השם”, און אין השם נצב עליו דער אויבערשטער געפינט זיך אלעמאל מיט אים צוזאמען,
¶55ס'איז אבער ניט די גרויסע שמחה פון ”מועדים לשמחה”, אדער פון 'שמחת תורה'.
¶56וואס דערפאר, אז מ'טראכט זיך קומט צוגיין דער יצר און זאגט דעם דעם וואס געפינט זיך אין ”צבאות השם” הער זיך איין, דו דארפסט גיין אין א ווייטערן וועג, וואס דער וועג דארף געדויערן זעקס חדשים ביז דו וועסט אנקומען צו א צווייטן יו' טוב.
¶57וויבאלד אז דו גייסט אוועקגיין א ווייטן וועג איז דאך דאס א שווערערע זאך, שטרענגט זיך ניט אן אזויפיל, און רוט זיך אפ און גייט ארויס שפילן זיך אין די זאכן וואס דער יצר וויל מ'זאל זיך שפילן,
¶58כדי דורך דערויף זאל מען אראפנעמען די צייט וואס דארף זיין הייליק אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, זאל מען דאס אפגעבן אויף שפילעריי.
¶59און אזוי אויך, אז בשעת ס'קומט צו עסן און טרינקען, זאגט ער אים, וויבאלד אז דו דארפסט גיין למקום רחוק, א וועג וואס האלט זעקס חדשים,
¶60דארפסט דאך האבן גאר א שטארקן גוף איז זיי ניט אזויפיל פארטיקעלער אין די כשרות פון די זאכן וואס דו עסט און וואס דו טרינקסט אבי דער גוף זאל זיין שטארקער וועט ער קענען בעסער אויספירן זיין שליחות אין מקום רחוק,
¶61ענטפערט אים אבער יעדערער פון ”צבאות השם” אז דער אויבערשטער וויל מ'זאל זיין שטארק, באמת שטארק, און א איד קען ניט זיין שטארק ווען ער עסט א זאך וואס איז ניט כשר ווי ס'דארף צו זיין,
¶62אדרבא דאס איז א זאך וואס שעדיקט רחמנא ליצלן דאס איז מזיק זיין נשמה, וואס זיין אידישע נשמה באלעבט זיין אידישן גוף.
¶63איז וויבאלד אז דאס איז ניט כשר ווי ס'דארף צו זיין, אדער ער האט זיך געהיילט אריינכאפן וואס פריער האט ער ניט געמאכט די ברכה, רחמנא ליצלן,
¶64אדער געמאכט די ברכה היילנדיקערהייט, איבערגעהיבט א ווארט אדער צוויי, אבי וואס פריער האבן דעם עסן און טרינקען איז דאס ניט נאר אז ס'שטארקט ניט קיין אידן, נאר אדרבא דאס איז אים מזיק.
¶65און דערפאר איז אויך, ווי דער מדרש ערקלערט, פארוואס איז טאקע די סיבה וואס שמיני עצרת און 'שמחת תורה' קומט גלייך נאך ”זמן שמחתנו” פון מקיים זיין די מצוה פון סוכה און פון די ד' מינים, און דעמאלט איז די שמחה גאר א גרויסע,
¶66דערפאר וואס פון סוכות דארף מען אוועקגיין אין א מקום רחוק, זאגט דער אויבערשטער, אבינו המלך, אז מ'גיט אייך אן אקסטרע שמחה א שמחה גאר אין א גרויסן מאס, וואס זי איז פארבונדן מיט תורה, וואס אין דער תורה שטייט ווי אזוי מ'זאל מקיים זיין די מצוות.
¶67און מ'גיט דאס אויך, פונקט ווי איר וואלט זיך געגרייט דערצו א לענגערע צייט, וואס דעמאלט קען מען פארשטיין נאכמערער און נאך טיפער, מאכט דאס דער אויבערשטער פארשטיין די שמחה און אויפפירן זיך לויט דער שמחה פון תורה, פונקט ווי מ'האט זיך דערצו געגרייט פופציג טעג,
¶68ניין און פערציג טעג, ווי מ'גרייט זיך צווישן פסח און שבועות.
¶69וואס דאס איז, ווי געזאגט פריער, די ספעציעלע שליחות פון א כינוס פון ”צבאות השם”, וואס קלייבט זיך צוזאמען גלייך נאך חודש תשרו,
¶70אין אנהויבס פון חודש חשוויט, און מ'גייט אריין אין א ווינטער, וואס ווינטער ווי מ'זעט דאך אויך בא סאלדזשערס אז בשעת זיי דארפן גיין אין מלחמה ווינטער דארפן זיי האבן ספעציעלע קלי דער און ספעציעלע שיך און ספעציעלע זהירות,
¶71אז מ'זאל ניט געטראפן ווערן, ניט אפעקטעט ווערן פון דער קעלט, וואס ס'איז דא אין וועלט אין גאס, מ'זאל ניט בא איינפלוסט ווערן דערפון וואס ווינטער איז קלענערע טעג און ליינגערע נעכט, וואס ביינאכט איז דאך פינסטער,
¶72און מ'דארף אנקומען צו עקסטרע ליכט כדי צו דורכברעכן די פינסטערקייט פון נאכט.
¶73וואס אט די אלע זאכן איז אויך דאך דא אין מלחמת השם, אז ס'קומט צוגיין דער יצר און זאגט א אידיש קינד פון ”צבאות השם” ער זאל וויסן זיין אז די וועלט ארום אים איז א קאלטע,
¶74ווארום ס'איז ווינטער אין זאכן פון אידישקייט ענטפערט אים גלייך פון ”צבאות השם”, אז ער האט געלערנט אין תורה, אז נאך תשרי גייט ער אין א מקום רחוק וואס ס'איז קאלט און ניט אזוי ליכטיק, און דערפאר האט אים תורה געגעבן אקסטרע לבושים,
¶75אקסטרע כוחות, ער זאל קענען מקיים זיין מצוות מיט נאך א גרעסערע שמחה, ווארום ער קומט ערשט פון 'שמחת תורה', מקיים זיין אלע מצוות מיט נאכמער הידור,
¶76וויבאלד ער גייט אין א מקום רחוק באווייזט ער פארקערט, אז דוקא דארטן טוט ער מצוות מיט נאכמער הידור, ווארום ער קומט פון חג הסוכות, וואס דעמאלט איז איר הויפט מצוה,
¶77”ולקחתם לכם פרי עץ הדר” אז אין דער מצוה זעט מען ווי אזוי דאס איז הדר און שיין אין די אלע זאכן פארבונדן מיטן אתרוג וואס דאס לערנט אפ אויף אלע זאכן פארבונדן מיט מצוות און מיט תורה אין אלגעמיין.
¶78וואס דאס איז ווי דערמאנט דער סך הכל פון דאס געזאגטע, אז אויב דער יצר וועט קומען צוגיין און זאגן אייך, אז ביז ס'וועט קומען דער נעקסטן מאל וואס איר וועט זאגן ”אתה בחרתנו”, ורומעתנו ”מכל עם ולשון”,
¶79וועט דאס נאך נעמען זעקס חדשים וועט מען אים גלייך ענטפערן אז ער איז א כסיל, ער איז א נאר, און ווייס ניט וואס ס'טוט זיך אין וועלט, אז דער אויבערשטער האט דאס באווארנט און האט וועגן דערויף אנגעזאגט אין דער תורה,
¶80אז וויבאלד אז מ'גייט אין א מקום רחוק גיט דער אויבערשטער די שמחה גדולה פון 'שמחת תורה', און דעם הידור פון די ד' מינים, און פון דער סוכה,
¶81מיטן נייע סוכה, וואס דאס גיט יעדערן אידן, ובפרט די וואס אין ”צבאות השם”, אז זיי זאלן קענען דורכפירן זייער שליחות אין דעם מקום רחוק, אין די זעקס חדשים, נאך מיט מערער שמחה און מיט מערער הידור און מיט מערער שטארקייט און לעבעדיקייט,
¶82ווי מ'טוט דאס ווען מ'גייט למקום קרוב.
¶83און וויבאלד אז אזוי זאגט און דערציילט ”תורת אמת”, ווי דערמאנט פריער דער משל פון מדרש איז א זיכערע זאך אז דאס ווערט היא ”חיינו ואורך ימינו” אז דאס ווערט א טייל פון יעדערן פון אונזערן לעבן,
¶84און דאס נעמט-דורך ימינו יעדער טאג, אויך פון די זעקס חדשים וואס זיי זיינען צווישן 'שמחת תורה' און זמן חירותינו.
¶85און מ'פירט דורך דעם נצחון אויפן יצר אין דער פולסטער מאס, ביז וואנענט ער ווערט אינגאנצן בטל, ”כי עמנו א-ל” דערפאר וואס דער אויבערשטער איז מיט אונז,
¶86און נצב עליו און ”בוחן כליות ולב” אים עובדו כראוי איז דאך א זיכערע זאך אז ס'וועט זיין דער נצחון גאר שנעל, און אין אן אופן אז ”ישמח הוי' במעשיו” אז דער אויבערשטער האט די גאר גרויסע שמחה ווי די שמחה וואס א איד האט בשמחת תורה,
¶87פון יעדער אידן און פון אלע אידן, און באווייזט, וויבאלד אז ער איז בשמחה גדולה נאך מערער ווי ווען מ'גייט למקום קרוב קומט דאס ארויס אין נאכמער הצלחה וברכה פון דעם אויבערשטן אין אלץ אין וואס מ'נויטיקט זיך,
¶88אנהויבנדיק הצלחה אין דורכפירן דעם אויבערשטנ'ס שליחות אויף לעשות ”לו דירה בתחתונים” ווי ער האט ערשט א געזאגט, ברענגען אויך דעם אויבערשטנ'ס ברכה והצלחה אין דער הויז צו די עלטערן און ברידער און שוועסטער און צו דעם בית ספר וואו מ'לערנט אים תורת ה',
¶89און דורך דעם אלעמען נאכמער מקרב זיין די שמחת עולם, די איביקע שמחה, וואס ס'וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה, על ידי משיח צדקנו.
¶90איז דאך אויך ווי כ' זע, אז מ'האט אוועקגעלייגט אויפן שטענד דערמאנען דעם פאפיר וואס זאגט אן וועגן דעם קאנטעסט, וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט ”קנאת סופרים תרבה חכמה” אז בשעת מ'מאכט א התחרות, א קאנטעסט,
¶91צווישן די וואס זיי זיינען אנגערופן סופרים דערפאר וואס זיי ציילן די אותיות פון תורה, וואס דאס איז דאך אלע אידישע קינדער וואס זיי האבן באקומען תורת משה זייענדיק אין קהילת יעקב, און בשעת זיי זיינען נאך גאר כלי,
¶92איידערנאך זיי קענען לערנען גמרא און נאך ווייטערדיקע זאכן, העכערע זאכן, לערנען זיי שוין תורה שבכתב, און ציילן אירע אותיות אויף אזויפיל איז תורה בא זיי טייער, איז בשעת די אים הספר,
¶93די וואס געהערן צו דעם פאלק וואס דער אויבערשטער האט זיי געגעבן זיין תורה, זיין ספר תורה אין אן אופן פון מורשה איז איז אט דעמאלט,
¶94אז ס'איז דא צווישן זיי א כנאה פון א ריכטיקן קאנטעסט ווערט דורך דערויף תרבה חכמה דעמאלט שטרענגט זיך יעדערער אדער יעדערער נאכמערער אן אין אלע גוטע זאכן, ובמיוחד אין די זאכן אין וועלכע מ'מאכט דעם קאנטעסט.
¶95וואס אזוי ווי איך זע איז אין דעם מאל איז דאס פארבונדן מיט אחדות ישראל.
¶96וואס דאס איז דאך פארבונדן מיט 'כלל גדול בתורה', ווי איר האט ערשט-איר געזאגט ”ואהבת לרעך כמוך” אז מ'ווערט איינס צוזאמען מיט יעדער איד און מיט אלע אידן, וואס דאס ברענגט צו אחדות ישראל.
¶97און אין דערויף גופא איז מען זיך משתדל אין אן אופן ניט אז 'לא יגעת' זאל זיין ומצאת וואס דעמאלט איז אל טעמין נאר ס'זאל זיין דער ריכטיקער יגעת איז אט דעמאלט ווי איר האט ערשטע געזאגט ”יגעת ומצאת” וועט דעמאלט זיין טעמין.
¶98און יעדערער שטרענגט זיך אן לויט זיינע מעגלעכקייטן, פונקט ווי מ'זעט אויך דער חילוק בנוגע צו אינגעלעך צו טראגן א טעלת קטן, בנוגע צו מיידעלעך צו בענטשן נרות שבת קודש און נרות יום טוב,
¶99און אזוי אויך מיט פארשידענע ספעציעלע חילוקים וואס יעדערער האט, אויף צו ממלא זיין אלס א אנטייל נעמער אין ”צבאות השם”,
¶100און אין דערויף גופא, לויט די שטארקייט און די שלימות, די גאנצקייט מיט וועלכע ער טוט דאס גיט מען אים דערנאך דעם פרייז, כדי אויף אויסצייכענען אים, און דאס זאל מעורר זיין די קנאת סופרים בא די אנדערע, אז אזוי זאל ווערן נאכמער די חכמה וואס זיי האבן געלערנט אין תורה,
¶101וואס זי איז חכמתו של הקב"ה זאל ווערן תרבה חכמה, נאכמער חכמה, ער לערנט נאכמערער און פארשטייט נאכמערער, דערפאר וואס וויבאלד אז ס'איז געווען יגעת איז ”יגעת ולא מצאת אל תעמין” ס'איז א זיכערע זאך אז ס'וועט זיין יגעת וועט זיין ומצאת וואס
¶102דאס האט אויך א פארבינדונג מיט די חשון, און ווי געזאגט, אז יעדער חודש האט דאך זיך זיינע ספעציעלע שליחותן, און אויך די ספעציעלע ברכות וואס דער אויבערשטער האט צו אים געגעבן און האט וועגן זיי דערציילט אין תורה,
¶103וואס זי ווערט אנגערופן ”תורה אור” די תורה וואס מאכט ליכטיק דעם לעבן פון יעדן אידן, ווי אזוי דערציילט אויך תורה ”אין ספר מלכים”, אז דער ערשטער בית המקדש האט מען אים געבויט א ליינגערע צייט, זיבן יאר, ווען האט אים שלמה המלך פארענדיקט?
¶104האט ער אים פארענדיקט אין חודש חשון, אט דעמאלט איז ער געווען אינגאנצן פארענדיקט און אינגאנצן אויפגעשטעלט, כאטש אפילו דער אויבערשטער האט געהייסן אז מ'זאל דארט אנהויבן מקריב זיין קרבנות א סך שפעטער, מצד די עבודה פון אידן, אנהויבנדיק פון שלמה המלך,
¶105איז חודש חשוו אט דער גליקלעכער און הצלחה'דיקער חודש, וואס דעמאלט האט ער פארענדיקט א זאך וואס האט גענומען אים זיבן יאר צו בויען, און זיכער אזוי אז אין אונזער דור,
¶106וואס תורה דערציילט אות דערפון כדי דאס זאל ווערן אן אנווייזונג ווי אזוי יעדער טאג פון חשון איז טייער, און וואס מ'קען דעמאלט אויפטאן, און מ'דארף דאך ניט האבן קיין זיבן יאר חס ושלום אויף גרייטן זיך דערפאר וואס די תורה איז צוה לנו משה מורשה האט מען שוין אינגאנצן,
¶107און אין דער תורה איז אנגעוויזן, אז אויב נאר יגעת איז א זיכערע זאך ומצאת קען מען יעדער טאג, בפרט אין חודש חשון,
¶108אויפטאן אין זיין חלק, וואס יעדער איד האט זיך דאך אין בית המקדש וואס וועט זיין, פונקט ווי יעדער איד האט געהאט א חלק אין דעם בית המקדש וואס שלמה,
¶109און פאר אים דוד המלך האבן געבויט און צוגעגרייט און געבויט האט מען דאך גענומען איינטייל אין דעם און גענומען געלט דערפון און השתדלות בזה פון יעדער אידן, פונקט אזוי ווי ס'איז געווען א משכן וואס משה רבינו האט אויפגעבויט, נאך איידער מ'איז אריין אין ארץ ישראל האט זיך יעדער איד אין דערויף באטייליקט.
¶110דורך וואס קען מען זיך באטייליקן אין דעם בית המקדש השלישי, וואס יעדערער פון אונז און יעדערער פון אייך?
¶111איז דאס דורך דערויף וואס מ'מאכט און מ'ברענגט צו נאכמערער קדושה אין אייגענעם לעבן און ארום זיך, וואס דאס איז דאך די כוונה פון בית-המקדש ווי דער נאמען זיינער איז,
¶112אז מ'זאל מאכן א הויז וואס זי וועט זיין הייליק, און זי וועט פארשפרייטן הייליקייט אין דער גאנצער וועלט, וואס דערפון איז פארשטאנדיק אז די צוגרייטונג דערצו,
¶113און דער טאן אין דעם וואס יעדערער פון אייך קען טאן און וועט זיכער טאן ער וועט נאכמער צוגעבן אין לערנען תורתנו הקדושה, אין לערנען אונזער הייליקע תורה,
¶114ער וועט צוגעבן נאכמער הידור אין מקיים זיין די מצוות פון דער תורה, וואס דאס וועט נאכמער צוהיילן, ובפרט אז מ'טוט אין דעם אין חודש חשון,
¶115וואס האט א ספעציעלע סגולה אין צוזאמענהאנג מיטן בית המקדש וועט דאס נאכמער צוהיילן אז מ'וועט גיין אין דעם בית המקדש השלישי, וואס דאס וועט זיין דער אייביקער בית המקדש,
¶116קומענדיק פאר דערויף אן אין 'ארץ הקודש', און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, וואס דאס איז אויך פארבונדן דערמיט וואס יעדערער פון אייך געהערט צו ”גוי קדוש”,
¶117ובפרט נאך ווען ער לערנט תורה הקדושה און מקיים אירע מצוות, און מ'וועט געפינען דארטן די גאנצקייט פונקט ווי איר זיינט גאנץ אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות,
¶118און וועט זיין נאכמער גאנצער, פון איצט אן און ווייטער בפרט נאך אז מ'האט נאך אין דערויף די קנאת סופרים וועט מען האבן די שלימות התורה די גאנצקייט פון תורה ומצוות, וואס דאס ברענגט צו שלימות צו גאנצקייט פון יעדער אידן, אז ער איז געזונט בגוף ובנשמה,
¶119וואס דורך דערויף ווערט די שלימות העם די גאנצקייט פון דעם גאנצן אידישן פאלק, און דאס פארשטארקט נאכמערער די גאנצקייט פון 'ארץ הקודש', וואוהין מ'גייט בקרוב ממש מיט משיח'ן,
¶120און אנגעפירט פון משיח'ן, און דארטן גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא אין דעם ”בית המקדש השלישי, שיבנה במהרה בימינו” ממש, ובפרט נאך אז איר וועט מוסיף זיין אין זייענדיקן ”גוי קדוש” דורך 'לימוד התורה' וקיום מצוותי'.
¶121אין חודש חשון גופא איז דא נאך ספעציעלע טעג וואס זיי זיינען ספעציעל מסוגל צו די אלע ענינים, וואס כאטש אפילו ווי דערמאנט פריער,
¶122און מערערע מאל אז דער וואס געהערט צו ”צבאות השם” איז ער יעדער טאג אין ”צבאות השם”, און יעדער טאג דארף ער זיך אויפפירן ווי ס'פאסט פאר איינעם אדער פאר איינעם וואס געהערט צו ”צבאות השם” איז אין דערויף גופא איז דא ספעציעלע טעג, וואס אזוי איז אויך אין חודש חשר.
¶123און כאטש אפילו איך בין ניט עלידזשעבל צו נעמען איינטייל אין דעם קאנטעסט ווארום איך בין שוין נאך בר-מצוה, איז וויבאלד אבער אז איך וועל ניט פארלאנגען אז מ'זאל מיר אויך ארייננעמען אין דעם קאנטעסט צו באקומען א פרייז וויל איך מקיים זיין וואס דוד המלך האט געזאגט,
¶124און האט אנגעזאגט דאס יעדער אידן, אז ”חבר אני לכל אשר יוראוך ולשומרי פיקודך"”, אז בשעת מ'טרעפט זיך מיט אידן,
¶125אז מ'טרעפט זיך מיט אידישע קינדער, וואס זיי האבן אין זיך יראת השם, זיי נען אשר יראוך און זיי זיינען מקיימי מצוה, שומרו פיקודך וויל איך אויך זיין א חבר און איינטייל נעמען אויך אין דעם ענין פארבונדן מיט אחדות השם,
¶126לויט די מעגלעכקייטן וואס איך האב, על דרך זה ווי יעדערער פון אייך דארף דאך טאן זיי זיינע ספעציעלע מעגלעכקייטן, אבער אין דער זאך וואס איז פארבונדן מיט די אויסגעטיילטקייט פון די טעג אין חשון זיינען מיר אלע גלייך מיט יעדערן וואס געהערט צום אויבערשטנ'ס פאלק, וואס דאס איז דער אידישער פאלק.
¶127און דאס איז דער ספעציעלער טאג פון ז' חשון, דער זיבעטער טאג אין חשון, וואס דעמאלט ווערט דערציילט אין גמרא, און ביז אז דערפון קומט אראפ אויך אין די מפרשי הגמרא באריכות, אז בשעת מ'האט מקיים געווען די מצוה פון עלי' לרגל,
¶128אויף גיין אין ירושלים פראווען דארטן די ימים טובים, איינגעשלאסן אויך דעם יו' טוב פון סוכות און שמיני עצרת.
¶129וואס דעמאלט איז דאך געווען ”ביום השמיני, שילח את העם”, אז דעמאלט, נאך שמיני עצרת, איז יעדערער געגאנגען צו זיך א היים און צו זיך אין שטאט,
¶130איז ווען איז געווען פארענדיקט דער קומען יעדערער צו זיך א היים פארענדיקט בשלימות, דאס הייסט מיטנעמענדיק מיט זיך די הייליקייט פון דעם בית-המקדש און די קרבנות וואס ער איז דארטן מקריב געווען,
¶131און די שמחה וואס ער האט מיטגענומען, און ”שמחתם לפני הוי' אלקיכם” זייענדיק יום-טוב אין בית המקדש, האט זיך דאס פארענדיקט, און ס'איז געווען אין דערויף דער שלימות, דער זיבעטער טאג אין חשון.
¶132וואס דערפאר אז ס'קומט אין חשון דער זיבעטער טאג, דערמאנט דאס יעדערן פון אונז און אלעמען, אז איצטער דארף מען פאנאנדערפאקן און אנהויבן נוצן די שמחה און די אלע אנווייזונגען, אנהויבנדיק פון תמליכוני עליכם וואס מ'האט באקומען אין אנהויבס פון חודש תשרי,
¶133און ז' חשון ווייס מען, אז דער גאנצער אידישער פאלק זיצט שוין לבטח, יעדערער אין זיין הויז, און אין זמן הגלות זיצט ער לבטח אין זיין רוחניות'דיקן לעבן,
¶134וואס דאס איז אידישקייט איז אט דעמאלט איז דער טאג וואס מ'דארף נאכמערער זיך אנשטרענגען אין דער צוגרייטונג פון דעם בית המקדש השלישי, ווי דערמאנט פריער.
¶135וואס דאס איז פארבונדן, ווי געזאגט, מיט שלימות העם, מיט אחדות ישראל, אז יעדערער זאל ביז דעמאלט, און אין יענעם טאג נאכמערער, טאן א זאך לויט זיינע מעגלעכקייטן וואס איז פארבונדן מיט אחדות ישראל.
¶136על דרך זה איז אויך דא א צווייטער טאג אין חודש חשוי, וואס דאס איז דער פונפצנטער טאג, ”קיימא סיהרא באשלמותא”.
¶137און ווי מ'זאגט אנהויבנדיק פון דעם זיבעטן טאג פון חודש, ווען מ'איז מחדש די לבנה, זאגט מען ”שהם עתידים להתחדש כמותם” אז אף על פי וואס די לבנה איז איצטער ווען מ'איז מחדש די לבנה, ניט אין דער פולסטער ליכטיקייט,
¶138ווארום זי איז מחדש בזריזות שוין אין דעם זיבעטן טאג, זי איז דאך אבער באנייט געווארן וואס דאס דערמאנט א אידן און גיט אים נאכמער שטארקייט און האפענונג אז גאר אינגיכן וועט זיין דער ”להתחדש כמותה” אז אידן וועלן פון דאסניי ווערן אן 'אור עולם'
¶139די וואס וועלן אנפירן מיט אלע פעלקער פון דער גאנצער וועלט, ניט זייענדיק אין גלות, דורך דעם וואס ווען מ'איז נאך אין גלות פירט מען זיך אויף ווי אן ”עם אחד, מפוזר ומפורד בין העמים” ער האט דאך זיין אייגענע תורה,
¶140און זיינע מצוות, דתיהם שונות און זיין קאמאנדירין שיף, וואס געפינט זיך צוזאמען מיט אים און היט אים אפ ער זאל דעמאלט קענען אויספירן אלע מצוות,
¶141בפרט נאך די מצוה פון 'כלל גדול בתורה', אהבת ישראל און אחדות ישראל, און אז ס'קומט דער פופצנטער טאג אין חודש, וואס דעמאלט שטייט די לבנה אין דער פולסטער שיין, איז זי לייכט אין ארבען מיט אלע אירע טיילן דערמאנט דאס אויך א אידן,
¶142אז גאר אינגיכן וועט קומען די צייט ביי אים וועט זיין ”להתחדש כמותה” אז ער וועט באנייט ווערן, ער וועט קומען צוריק אין א באנייטן אופן,
¶143אין 'ארץ הקודש', אין ירושלים עיר הקודש, און אין בית המקדש השלישי, מיט נייע כוחות און מיט א באנייטן רצון אויף מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון אין תורה ומצוות, און טאן די אלע זאכן 'בשמחה ובטוב' לבב.
¶144וואס כאמור, אין חודש חשון אין אלגעמיין איז ספעציעל פארבונדן און גיט כחות בנוגע צו אחדות ישראל, דארף מען טאן אין דעם יעדער טאג נאך מערער ווי מ'טוט דאס אין די טעג פון א גאנץ יאר, און ספעציעל אין דעם טאג פון ז' חשון און חמשה עשר בחשון,
¶145וואס דאס איז ספעציעל פארבונדן מיט ”להתחדש כימותה” נאך מערער מוסיף זיין און דערנאך מודיע זיין וועגן דעם ווי ס'איז אנגעשריבן אין דעם שיט, אין דעם פאפיר,
¶146און דעמאלט וועט דאס נאך מוסיף זיין אין דער מרבה חכמה נאכמערער, און מ'וועט בקרוב ממש זען ווי אזוי ס'ווערט מקויים אונזער תפילה, ”שיבנה בית המקדש במהרה בימינו” ממש.
¶147און ווי דערמאנט מערערע מאל, איז דאך אויך אין אנהויבס פון חשון קומענדיק פון תשרי, קען דאך דאס זיין אין פארשידענע טעג פון דער וואך, אויך אין פארשידענע סדרים פון דער תורה, וואס בשעת מ'באשטימט דאס אויף א באשטימטן טאג, אין א פרשה פון דער תורה,
¶148איז דאס גופא גיט אן אפלערנונג און כח וואס מ'דארף ארויסלערנען און ארויסנעמען פון דעם טאג און פון דער סדרה און פון דער פרשה,
¶149וואס דער כינוס איז דאך באשטימט און קומט פאר אין דעם דריטן טאג פון פרשה נח, וואס מ'קען דאך זייער א סך אפלערנען פון פרשה נח א לאנגע סדרה מיט א סך פסוקים מיט א סך ענינים, וועט מען זיך אפשטעלן אויף איין נקודה,
¶150וואס דאס איז דער נאמען פון דער גאנצער סדרה, וואס זי ווערט אנגערופן אין דעם נאמען מיטן נאמען נח, וואס נח ווערט דאך דערציילט אין חומש וואס איז געווען זיין לעבן זיין סדר החיים,
¶151וואס אין אלגעמיין, אין צוזאמענהאנג מיט דעם עיקר וואס מ'דארף מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים איז נוח געווען אן איין און איינציקער בדורותיו וואס איז געווען א ”נוח איש צדיק”,
¶152וואס דער דור איז געווען נאך צדיקים, אבער זיי האבן זיך געפעלט ווי מסושלח, נאך איידער דער מביל האט זיך אנגעהויבן וואס ביז דעמאלט האט מען נאך געווארט, אפשר וועט מען טאן תשובה, און נוח האט זיך ניט גערעכנט וואס ס'איז געווען בדורתא,
¶153אז ס'איז געווען אזא מין וועלט ארום אים, און האט זיך געפירט ווי דער אויבערשטער האט געוואלט, מיט מעשים טובים, ובלשון הכתוב אז ”נוח איש צדיק תמים הי' בדורתא”.
¶154וואס אט דא גיט מען גלייך אן ענטפער מיט וואס מ'קען אינגאנצן מנצח זיין די אלע טענות פון דעם יצר, אפילו ווען ער קומט צו א קליין קינד, זאגט אים דער קליין קינד, דער אינגעלע אדער דער מיידעלע, אז ער האט ערשט א געלערנט אין תורת משה,
¶155וואס ער אדער זי האט דאס באקומען בירושה, אז ס'איז שוין געווען אמאל א צייט וואס די וועלט איז געווען מיט א סך אומות און מיט א סך מענטשן,
¶156און אז דער יצר זאגט אים, ווי נעמט ער דאס אויף זיך אלס א קליין איינציק קינד אויף צו לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און זאגן און פארבינדן דאס מיט ”בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ” ווי איר האט ערשט א געזאגט?
¶157בשעת ער דארף זיך שטעלן ער איז א איין און איינציק קליין קינד, און ס'איז דא גאר א גרויסע וועלט מיט א סך פעלקער און מיט א סך מענטשן וואס פירן זיך אויף אנדערש.
¶158און בפרט נאך, אז ווי דערמאנט פריער אין דער וועלט איז א קאלטקייט ווי א ווינטער קאלטקייט אין זאכן פארבונדן מיט אידישקייט און מיט גוטסקייט, און אויך ניט קיין ליכטיקייט אין זאכן וואס איז פארבונדן מיט ”תורה אור”.
¶159ענטפערט אים דער קליין קינד, אז ער ווייס ניט וואס ס'שטייט אין תורה בכלל און אין פרשה נח בפרט, אז בשעת א איד שטעלט זיך אוועק,
¶160אז ער וויל זיין א צדיק, אויספירן ווי דער אויבערשטער האט אים אנגעזאגט זאל ער זיך אזוי פירן איז אט דעמאלט, אפילו ווען ער האט די גאנצע וועלט וואס פירט זיך ניט אויף אזוי,
¶161איז ניט נאר אז דאס שטערט אים ניט, און ער פירט זיך אויף ווי דער אויבערשטער וויל אט דעמאלט איז ער מנצח און פירט זיין לעבן ווי דער אויבערשטער וויל,
¶162און נאכמערער דורך דערויף איז ער מציל די גאנצע וועלט אז זיי קען אויפגעבויט ווערן פון דאס ניי אן ”עולם חדש”, ניט קוקנדיק וואס ס'איז געווען א מבול מיט די אלע סיפורים ווי דערציילט אין דער סדרה, און דער קינד איז מסיים,
¶163אזוי דאס האט געקענט דורכפירן אן איין און איינציקער נח בדורותה, ווען דער גאנצער דור איז געווען אנטקעגן אים, איז בשעת ער האט זוכה געווען און איז א מיטגליד און א טייל פון ”צבאות השם”, וואס נעמט אין זיך אריין הונדערטער און טויזנטער און צענדליקער טויזנטער פון נאך אידישע קינדער,
¶164אינגעלעך און מיידעלעך, וואס זיי זיינען א טייל פון דעם גאנצן אידישן פאלק, וואס זיי זיינען א טייל פון אלע דורות פון אידן, זינט מתן תורה ביז איצטער איז דאך א זיכערע זאך,
¶165אז אויב נוח האט געקענט מנצח זיין און איינטשעלן א נייע וועלט איז א זיכערע זאך, אז יעדערער וואס געהערט צו ”צבאות השם” האט מיט זיך צוזאמען די אלע איבעריקע וואס געפינען זיך אין ”צבאות השם” אין אלע לענדער,
¶166ווארום זיי אלע ווערן פאראיינציקט האבנדיק דעם זעלבן קאמאנדירין טשיף, וואס דאס איז דער זעלבער אויבערשטער, האבן דעם זעלבן ארדערף זידוע וואס דאס איז די תורה,
¶167און האבן די זעלבע אנווייזונגן ווי אזוי זיך אויפצופירן און וואס צו טאן אויף אינגאנצן מבטל זיין דעם יצר די זעלבע מצוות וואס זיי זיינען ”חיינו ואורך ימינו” אויף טאן און לעבן לויט די מצוות און מקיים זיין די מצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.
¶168און אין דערויף קומט נאך צו אז דאס איז ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, אז מ'באגנוגנט זיך ניט דעם טוב וואס מ'האט פאר זיך, נאר מ'ציט אריין אויך א צווייטן קינד, א אינגעלע און א מיידעלע א מיידעלע, אין דעם אופן אז ס'ווערט א הוכפל בו א צווייענדיקער כי טוב,
¶169וואס דאס היילט נאך צו נאכמערער, אז ס'זאל גאר אינגיכן מקויים ווערן די גאולה האמיתית והשלימה, וואס אויף דערויף זאגט דער אויבערשטער,
¶170אז פונקט אזוי ווי ער איז געשווארן צו נוח'ן אז ס'וועט מערניט זיין קיינמאל קיין מבול אזוי שווערט ער צום אידישן פאלק, און צו יעדער אידן, צו גאר קליינע קינדער אויך, אז ס'וועט מערניט זיין קיין רוגז פון דעם אויבערשטן חס ושלום,
¶171און ס'וועט זיין דער ”ישמח הוי' במעשיו” אין דער פולסטער מאס, וואס דאס וועט ברענגען די פולסטע גאולה, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,
¶172און אין אן אופן פון וואס דאס איז כאמור די אפלערנונג פון דעם ספעציעלן דאטום פון ספעציעלן טאג און ספעציעלן טייל אין תורה,
¶173וואס איז פארגעקומען אט דער כינוס, און וואס זיכער וועט מען פון אים מיטנעמען נאכמער כוחות און נאכמער לעבעדיקייט און נאכמער פריילעכקייט אין יצמח ישראל בעשיו, אנהויבנדיק פון 'לימוד התורה' וקיום מצוותי גלייך נאך דערויף און צוזאמען דערמיט אויך אחדות ישראל,
¶174אויף אריינברענגען וואס מערער קינדער אין דער זעלבער אויפפירונג.
¶175און דערפאר וועט מען אויך מסיים זיין, ווי בא די פריערדיקע כינוסים, אין צוגאב דערמיט וואס מ'האט געהאט מ'האט געדאוונט צוזאמען דער ענין התפילה, געדאוונט צוזאמען מנחה, איז צוזאמען וואס איר האט געזאגט די י' בית פסוקים אין מאמרי חז.
¶176פון תורה, אויך דעם ענין פון צדקה, אויף געבן יעדערן פון אייך צו דריי מטבעות אויף אפגעבן איינער פון זיי אויף צדקה, איינער פון זיי אויף אן ענין וואס איז פארבונדן מיט אהבת ישראל אדער אחדות ישראל, און ענלעכעס, און דער דריטער מטבע אויף טאן דערמיט ווי ביי אייך קומט אויס
¶177כטוב בעיני ביי א אידן לויט זיינע איינזען.
¶178און כדי ס'דארף דאך זיין, ווי דערמאנט פריער ”ישמח ישראל בעושיו” יעדער זאך מיט א שמחה.
¶179דערפאר וועט מען אויך, ווי כרגיל, זינגען צום אלעם ערשטן אז אינגאנצן דער פולסטער נצחון אויפן יצר, ווארום עוצו ”עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל”.
¶180וואס דאס וועט גלייך ברענגען צו ”אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך” וואס וואו וועט ער זיין דער ישבו?
¶181”אין ארצנו הקדושה” און אין ירושלים עיר הקודש, ווארום גלייך קומט דער ענין פון דער גאולה האמיתית והשלימה,
¶182און דארטן גופא אין דעם ”בית המקדש וואס יבנה במהרה בימינו”, און די אלע זאכן אין אן אופן פון מלכתחילה אריבער, ווי דערמאנט פריער, וואס דערפאר כאמור וועט מען זינגען דעם עוצו עצה ונח צדיקים ושיבנה בית המקדש מלכתחילה אריבער,
¶183און דאס אלץ זאל נאכמער צוגעבן אין דעם ”קנאת סופרים וואס תרבה חכמה” אין דעם קאנטעסט און נאכמערער אין 'לימוד התורה' וקיום מצוותי וואס דאס אלץ וועט נאכמער צוהיילן דעם משיח נאו, און דערמיט וועט מען פארענדיקן במהרה בימינו ממש.
¶184אין ”צבאות השם”!
¶185האב סוטה גרייט פא וער אין העבן, בקוז דער רבונו של עולם סטענזט נעקסט וואס צו זייט וואס ווי ער דוינג, און ווי עס דער רבי עספענינט בפאר, אז ווי עס עפענינט בפאר, אז ווי עס עפענינט ווי ער ט,
¶186און ווי ער טו בי ער to make this place א בעטער ווארל to בי אין, התוועדות ”חמשה עשר בשבט ה'” תשלחה בשבט ה' תשלחה בשבט ה' תשלחה בשבט ה' תשלחה בשבט ה' תשלחה בשבט ה' תשלחה בשב� און קאנטינוס די בענטשעס, אז אל די ברכות שוין וויפולפילד ספירלי,
¶187ממש, און ווי רי ווי רי ווי רי סום, און ווי לא קינג אראונד, דער רבי זאל געזונט זיין שבי מקבל פני משיח צדקנו, and take us אל אראפ גלות, בנערינו ובזקנינו ושביזוכה תסי,
¶188with דער רבי לידינגעס, לארצנו הקדושה, ריחושלים מיל הקודש, אני בנין בית המקדש השלישי בקרוב ממש!
¶189וצו עקזם. און
¶190דערנאך איז א סתם פארשטאנגעווען קיין סתם פארשטאנגעווען קיין סתם פארשטאנגעווען קומט ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תשמוע ה' תריפל.
¶191תענקיו ברי מוטש. At this point, פליז רי וויינד די טייפ און סייד-וואן, to דער בעגינענג, און סטארט ליסענען עויבער ענין תענקיו.