Paragraph
Paragraph rh-114bxfcb
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-rdbnevng
- order
- O
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- און מ'וועט זיך טרעפן אלע צוזאמען, מיט אלע אידישע קינדער און מיט אלע אידישע עלטערן פון דער גאנצער וועלט, אין דעם איין און איינציקן לאנד, וואס דאס איז ארץ ישראל, און אין די איין און איינציקע לאנד מיט איר הויפטשטאט, איין און איינציקע הויפטשטאט, וואס דאס איז ירושלים עיר הקודש, און דארטן גופא מיטן איין און איינציקן בית המקדש, וואס דאס איז טאקע געווען דריי מאל, אבער אלץ דער זעלבער מצוה פון ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, און אין בית-המקדש עצמו, ביז דארטן ארט וואו ס'געפינען זיך די לוחות, און דארט צוזאמען וועט מען פראווען אזוי ווי מ'פראוועט שמחת-תורה, צוזאמען מיט א ספר-תורה, ווארום דא האט מען דאך ניט די לוחות, משא'כן אז ס'וועט זיין די גאולה האמיתית והשלימה, ואדרבא סיי די לוחות ראשונות און סיי די לוחות אחרונות, צוזאמען מיט א ספר-תורה, און מ'וועט פראווען אלע צוזאמען דעם גרעסטן טאנץ, ובפרט נאך אז ס'וועט זיין א טאנץ ארוואקסענע מיט קינדער צוזאמען וועט דאס זיין גאר לעבעדיק און גאר
- proofread
- 0