פסקה
פסקה rh-0yxfv7ed
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-m3nmn79m
- order
- w7
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- תיכף ומיד ממש, לארצנו הקדושה ובירושלים עיר הקודש ובהר הקודש ובעזרה. און בפרט נאך אז מ'איז דאך מסיים כרגיל וכגן זה דורך געבן יעדערן מאכן יעדערן פאר א שליח נתינת הצדקה, וואס ענין הצדקה איז דאך המזררת את הגאולה ומקדימו את הגאולה און נאך מערער אז זי ברענגט דאס תיכף ומיד ממש, ווי דער דין איז אין צדקה, אז מ'טאר דאס ניט אפלייגן אפילו אויף איין רגע, ווי דער פסק דין אין שולחן ערוך, הלכות צדקה, און מ'ברענגט אויף דערויף א ראי'אזוי איז דאך דא כמה עיניים וואס מ'פרעגט זיך פאנאנדער צי דער דין בלייבט אזוי אדער דער דין בלייבט ווי אן אנדער דיעה במקום אחר, בשעת אבער מ'ברענגט א הלכה און מ'ברענגט אויך המעשה רב איז דאך וו א פסק-דין ברור להלכה במעשה, און ס'ווערט אזוי נתקיים בפועל. וואס דערפאר איז אויך ווערט די צדקה געגעבן על מנת אז מ'זאל דאס פאנאנדערטיילן אויף צדקה בהוספה מדילי במילא ווערט דאס אויך בהוספה מדילי אז יעדער איד איז מוסיף מדילי ווערט גלייך בטל אין דעם זעלבן ענין אדער אין דעם זעלבן טאג ווערט גלייך בטל די סיבת הגלות
- proofread
- 0