English
ספרייה

transcript · אידיש

טקסט

52 סעיפים

טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.

1האמור לעיל בהנוגע צו ”הרועי מקום שנעשה לו נס”, מחוייב ”לברך, שאסעה לו נס במקום הזה” און דערנאך ווי ער ברענגט אראפ ווייטער און אין פוסקים אויך יוצאי יריכו וואס

2על דרך זה איז דאך אויך בהנוגע צו דעם נס פון י'ט'כסלו, ווי דער אלטער רבי שרייבט אליין במכתבו פון הגדיל ”והפלא הוי'” לעשות ”בקרב הארץ” וואס דאס איז דאך שולל לגמרי אט די וואס ווילן זאגן אז א נס דארף זיין דוקא ווי קריעת ים סוף וכיוצא בזה,

3וואס די ראיה די ערשטע ראיה אויף דערויף איז פון נס פון פורים, וואס מ'זאגט אויף דערויף די ברכה פון שעשה ניסים ובשם ומלכות, וואס איז געווען אינגאנצן מלובש בדרך הטבע,

4כמבואר בספרים דער חילוק פון נס חנוכה און נס פורים און די ניסים וואס זיינען געווען פון קריאת ים זו וכו אז דער נס פורים איז געווען א נס וואס ער איז מלובש בדרך הטבע, ביז וואנענט אז דאס איז איינע פון די טעמים וואס אין דער מגילה ווערט ניט דערמאנט 'שם הוי'' בגלוי,

5מערניט ווי בסופי תיבות ובראשי תיבות, כמבואר בכמה ספרים ובארוכה.

6און ס'איז דאך, אז ניט נאר א 'מנהג ישראל' נאר א דין אז מ'דארף מאכן ברכות, און צווישן די ברכות אויך דער ענין ”שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה”.

7ועל דרך זה איז דאך ידוע דער סיפור פון יט.

8כסלו, פון דעם אלטן רבי'ן, וואס ער האט געזאגט, אז ס'האט אן ארט בנוגע צו מריסים נאר ס'איז חקוק בלב ישראל סבא מיט די צוויי נוסחאות מיט די פירושים שבדבר, ווי שוין אפגעדרוקט בארוכה אין לקוטי דיבורים פון נשיא דורנו, פון דעם רבי'ן דעם שווער.

9און דער ”עיקר, המעשה הוא העיקר” ידוע דער מנהג פון כמה גדולי ישראל, בנוגע לעצמם און בנוגע ליצא חלציהם וואס זיינען געווען כמה וכמה דורות לאחרי שפסקה נבואה מישראל,

10און כמה וכמה דורות אין גלות, אין זמן הגלות, און ניט נאר אין ארץ ישראל נאר אויך אין ארץ העמים, און וואס ס'איז געווען בא זיי אויך דער ענין פון נס און ברכת הנס וכו' וכו.'

11און איינער פון די הוכחות אויף דערויף איז פשוט וואס דער דין ווערט אראפגעבראכט אין שולחן ערוך פון בית יוסף און אין רמ און אין אחרונים, אף על פי וואס רובם ככולם זיינען זיך עוסק מיט די דינים וואס זיי זיינען שייך דוקא בימינו אלו,

12ובפרט נאך ווי דער סולת און דער פסק-דין להלכה למעשה, ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ במעשה בפועל.

13על דרך זה איז אויך דא בהנוגע צו דער שאלה, וואס מ'מאכט דאך ניט פארשטייענדיק וואס איז דער קשר הענינים, אז ס'איז דא שני רופאים, איין רופא א מומחה, דער צווייטער רופא איז שיינע מומחה, און דער רופא מומחה טענה"ט ”כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה” דאס וואס ער איז מרפא חלק,

14און בשעת מ'האט א ברירה צו גיין צי צו דעם צי צו דעם, צו וועמען דארף מען גיין ווי דער פסק דין איז בזה, אז מ'דארף גיין צום מרופא מומחא אף על פי וואס דאס וועט ער ברענגען און זאגט אז וויבאלד אז ”כחי ועוצם ידו עשה לי את החיל הזה” איז דער ראיה אויף דערויף איז אז א פרומע איד גייט צו אים

15ניט צום צווייטן, כאטש יענער איז א יראת שמים, נאר יענער האט ניט דעם ”כחי ועוצם ידי” איז דער דין על פי שולחן-ערוך ברור לחול, אז מ'דארף גיין צום רופא מומחא און דאס איז אן ענין פון פיקוח נפשות מיט די גאנצע אחריות וואס ס'איז דא אין פיקוח נפשות.

16וואס אין דערויף איז אנגעקומען די טעג א בריוו פון 'ארץ הקודש', פון ירושלים עיר הקודש, פון א רב וואס ער איז א רעה ואמורה אין רעה בפועל פון צענדליקער יארן, און איז א פוסק וואס מ'פארלאזט זיך אויף זיינע פסקים.

17איך וויל ניט דערמאנען זיין נאמען, טאמער וועט מען אים שרייבן בריוולאך, אז מ'וועט שפאלטן, ברעכן די שפיגלען ביי אים אין הויז, איז וואס דארף ער האבן די עגמת-נפש, ולפעל איז דאס ניט נוגע, איך דערמאנט דאס נאר די פרטים, אז ער איז א פוסק און א 'מורה הוראה' בפועל,

18במילא איז ער מדייק בלשני ווען ער ברענגט אראפ אן ענין וואס דאס איז נוגע לפסק דין להלכה בפועל, און זאגט, אז ר' וועלבולא בריסקער איז מיט אים אמאל געקומען און געזאגט, אז ס'איז דא צוויי רופאים וואס ביידע זיינען מומחים,

19נאר ס'קען זיין אזוי אבער איינער פון זיי איז א גרעסער יראת-שמים, האט ער זיך נזב בו, האט זיך אויף זיי אנגעבייזערט, און האט געזאגט, אז מ'זאל ניט דערמאנען דעם ענין בהנוגע צו זיינע יראת-שמים, ובלשונו פון דעם רב וואס שרייבט מיר, ווי דער לשון פון ר' זעלא לבריתקער דאס איז לא מעלה ולא מוסיף,

20עד כאן איז דער לשון המכתב.

21וואס בשעת איך האב דאס געלייענט פון מיר געווארן באמת א פלא, וואס דא איז דאך דער חידוש, אז אף על פי וואס ביידע זיינען גלייכע מומחים, איז דאך לכאורה פארוואס זאל דאס ניט מכריע זיין?

22איז ניט נאר דאס האט ביי אים ניט מכריע געווען ער האט שולל געווען, אז מ'זאל דערמאנען, בשעת ס'רעדט זיך וועגן רפואה, דעם ענין וואס ער איז ירא-שמים, און האט מוסיף געווען בזה לא מעלה ולא מוסיף.

23בשעת איז דאך אבער מתבונן געווען, און וויסנדיק אויף וויפל ר' רבא לבריתקא האט מען ניט געקענט פערזען דאך, און די אלעמען צו ליינגערע יאר, אבער כפי השמועה איז ער געווען מדייק בלשונו, על אחת כמה וואס ס'איז נוגע להוראה בפועל, על אחת כמה וכמה אן ענין פון רפואה, וואס דאס קען דאך זיין ארויסקומען דערפון אן ענין פון פיקוח נפש ממש,

24ביז וואנענט איך האב זיי געכאפט, אז דאס איז אויך א דין מפורש בתורה.

25און דאס איז, אז מ'זאגט בהנוגע צו פיקוח נפשות און בא פיקוח נפשות איז גלייך דער גדר, אז ס'קען זיין פיקוח נפשות ודאי אדער א ספק אדער כמה וכמה ספיקות איז דער זעלבער דין אז ס'דארף זיין אין דער הנהגה ווי בא פיקוח נפשות ודאי,

26און די הנהגה דארף זיין אז ”מצוה בגדולי” און די הנהגה דארף זיין אז מ'טאר ניט פרעגן, און די הנהגה דארף זיין אז דער וואס ווייס דעם דין און ער לעבט אין אן ארט, אדער אין א שכונה, אדער אין א זמן, וואס ס'קען זיין ביי איינעם א ספק דארף ער דאס מפרסם זיין.

27פרעגט מען אויף דערויף, פארוואס עפעס ”מצוה בגדולי” איז וואס הארט דאס אז ער וועט שיקן אן עם הארץ, וואס הארט ועד דרך זה זאגט מען, אז מ'טאר גאר ניט באווארענען אז ס'זאל זיין חילול שבת במקצת, אדער צוויי מקצתת אדער דריי מקצתת"ע וכו מ'דארף גלייך גיין און טאן מיט דעם גאנצן שטורעם, וויבאלד אז דאס רעדט זיך וועגן פיקוח נפשות.

28און זאגט מען אויף דערויף דעם טעם בפשטות, אז אויב מ'וועט איין מאל באווייזן א חלישות, אז א גדול שיקט א צווייטן, און אז ער הויבט זיך אן ארומקוקן טאקע מחלל שבת זיין, אבער ממעש זיין אין דערויף, מצמצם זיין בדערויף וכו איז אפילו אויב אין דעם פאל איז קיין נפקא מינה ניט,

29במילא איז דאך לכאורה כולי ריווח וועט ער באווארענען א קצת פון חילול שבת, ס'איז דאך מערניט ווי אין איין מלאכה, ניט אין כמה מלאכות, באווארנט מען אבער ווי וועט זיין לפעם הבא!

30אויב דעם מאל וועט ער זען אן עם הארץ אדער נשים וואס קלייבן זיך ניט פאנאנדער אדער צו זיי וועט ניט דערגיין די טעמים, און מ'וועט זען אז מ'הויבט זיך אן אויסרעכענען וואס יא און וואס ניט,

31און וועמען צו שיקן וכו קען דאס מחליש זיין אויף א צווייטן מאל גייט דאס אריין אין ספק פון פיקוח נפשות איז דערפאר איז גלייך בא דעם ערשטן מאל איז מצוה בגדולים און מיטן גאנצן שטורעם, און דוקא בזריזות, ווי דער דין איז בפשטות.

32און א פלא בדבר, מ'געפינט די זעלבע זאך בנוגע צו קידוש החודש.

33קידוש החודש איז ניט קיין פיקוך נפשון.

34ס'שטייט דארטן, אז מ'האט געמאכט גאנצע ענינים וואס ס'איז געווען הפרו תורתך פאר די עדות וואס זיינען געקומען מעיד זיין צי ווען ראו הלבנה ווי אזוי ראו הלבנה,

35און אפילו אז די ערשטע עדות האבן שוין געווען עדות נאמנים און ס'איז געווען גענוג, במילא האט מען שוין געטאן דעם קידוש החודש על פי דין האט מען געמאכט די זעלבע ענינים פון היתר, פון נפרו תורתך פאר די אלע כתות עדות שבה אחריהם.

36און ס'שטייט דער טעם, כדי אז לשנה חודש הבא לפעם הבא זאל ניט זיין חלישות אין געקומען פון די עדות להעיד על הירח להעיד על החודש האט מען דאס באווארנט שוין איצטער, אף על פי וואס דאס איז פארבונדן מיט תורתך ווי די גמרא אין ראש-הנה רעכנט אויס כמה דוגמאות בדבר, על אחת כמה וכמה בנוגע צו פיקוח נפש.

37וואס אט דאס איז מסביר וואס ער האט שולט געווען מלכתחילה, לכאורה איז דאך דא א נפקא מינה אין נאמנות ס'איז דא אין ענינים וואס זיי זיינען נאמן מערער און נאמן וואס מ'דארף האבן נאמנות און אט דעמאלט איז נוגע צי ער א ירא שמים צי ניט א ירא שמים.

38וויבאלד אבער אז דאס רעדט זיך וועגן א רופא, און ביידע זיינען מומחים, האט ער שולל געווען נעזב בו אז מ'זאל ניט דערמאנען וועגן דעם ענין פון יראת שמים, אף על פי וואס בנוגע צו אים אליין וכיוצא בזה קען דאס האבן א שייכות, אויב מ'וועט דאס אבער דערמאנען בא וועמען ס'זאל ניט זיין, אפילו בא א גדול בישראל,

39בא א פוסק קען דאך דערפון דערוויסן א צווייטער און א דריטער קען דערפון ארויס א תקלה, על כל פנים מיט די ספק ליצא האט ער לכתחילה מכריז געווען אז מ'זאל וויסן זיין אז לא מעלה ולא מוסיף.

40פארוואס זאג איך מכריז זיין? דערפאר וואס ס'איז שוין דורכגעגאנגען נאך כמה וכמה שנים, זינט ער איז שוין ניטא, און אף על פי כן איז איצטער דער נשמרם די ”שמועה עד היום הזה” איז א סימן, אז דעמאלט איז דאס אויך געווען אין אן אופן של פומבי, אין אן אופן של הכרזה.

41און דאס איז אויך קיין פלא ניט, וויבאלד אז דאס איז נוגע צו פיקוח נפש, וואס דער וואס שווייגט, און ער האט געזען, אז אפילו זיינע תלמידים, וואס זיי זיינען משמשים שלו,

42מישן אריין דעם ענין פון יראת-שמים ווען ס'רעדט זיך וועגן רפואה איז אפילו אז זיי זיינען געווען ביידע מומחים, האט ער ניט דערלאזט מ'זאל דערמאנען דעם ענין פון יראת שמים ווארום הרי זה מגונה.

43בזמן אז ער זעט אז זיין תלמיד און זיין משמש בקודש קלייבט זיך ניט פאנאנדער אויף א ספק פון פיקוח נפש דארף מען פארבינדן זיך מיט דעם מרופא מצד דערויף וואס ער איז א מומחה, און ניט מחליש זיין באיזה אופן שיהי אט די הנחה מיט דעם פסק דין, אז דא איז נוגע די מומחיות אלס אן ענין פון רפואה,

44פון חכמת הרפואה, און דאס וואס ער טענה"ט ”כחי ועוצם ידו וכו” צי יראת-שמים צי דער היפך לזה טאר מען ניט דערמאנען בקשר לזה, אף על פי וואס דאס קען זיין נוגע בנוגע צו נאמנות, אבער ניט בדרך הרגיל, ווען נאמנות איז דעמאלט ניט שייך, ווארום מ'איז אומן לא מראה אומנתו מיט די חזקות של רופא וכו' וכו.'

45וואס דאס דערמאנט אויך דא איצטער, וויבאלד אז צו מיר איז דערגאנגען די שמועה מיט ערפעכע טעג צוריק, טאר איך דאס אויך ניט מעלים זיין, אז ניט נאר אז דאס איז אן ענין וואס מ'דארף זיך ענדלען מיט א גרעסערן מומחה,

46און ניט צו דעם וואס ער איז איינע מומחה נאר לויט אט דעם פסק דין קומט צו צוויי נקודות, אפילו אז ביידע זיינען מומחים, איז ניט נאר אז מ'דארף זיך ווערן צו דעם וואס ער איז מומחה יותר וכיוצא בזה,

47נאר מ'טאר גאר ניט דערמאנען אין דער שקלא וטריא בנוגע צו יראת שמים שלהם, צי ער איז יראת שמים ניט יראת שמים וכו,' און מ'איז אים מובן די אחריות וואס נעמען אויף זיך וויבאלד אז פוסק בישראל ורבא לבריתקער האט דאס מפרסם געווען בנוגע צו יראת-שמים אז נעזר בו און לא מעלה ולא מוסיף,

48וואס די איינציקער ביאור אויף דערויף איז, דערפאר וואס דאס איז א ספק ספיקו של פיקוח נפשות איז דערפון פארשטאנדיק די אחריות וואס טוען היפך הוראה זו.

49און ויהי רצון, אז אלע אידן זאלן זיין געזונט בגשמיות, און אלע אידן זאלן זיין געזונט ברוחניות, און מ'זאל זיין אין בריאות גופא איז דאך אויך דא דער ”ילכו מחיל אל חיל” געזונט און נאכגעזינטער און נאכגעזינטער,

50ביז בריא עולם ביז ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין בנוגע צו עולם און קוממיות, אז ס'איז דא דער עולם וואס ס'איז געווען א זיידע הויך און דערנאך איז דא שתי כומות וכו זאל בקרוב ממש זיין נאך דערויף ווי ס'איז שוין דא בא יעדער אידן דער פתח לי כחודש אל מחד.

51איז דאך זיכער דער אויבערשטער מקיים ”ואני אפתח להם” כפתחי שלולם ו”ישראל ”עושין תשובה ומיד הן נגאלין””, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

52וואס ילמד ”תורת אמת” את כל העם כולו, ביז אז ”לא ילמדו עוד את” איש ”את רעהו כי כולם יודיע אותי מקטנם ועד גדולם”, ו”מלאה הארץ דעה את הוי' כמים לים מכסים”, ובקרוב ממש.

דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים