עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0wxb9haw

kind
paragraph
order
sF
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
טוט אויף, און ער ווערט א קהל גדול אחד, צוזאמען אנשים נשים וטף, מכל הסוגים ביחד. און אט דעמאלט איז דאך א זיכערע זאך אז ס'איז גובר די קדושה שבדבר און גובר כל הענינים המספים הזה, און דאס נעמט-דורך יעדערן און אלעמען, ביז וואנענט אנשים נשים וטף ווערן א קהל גדול וואס ווי מ'זאגט בנוגע צו הקהל שטייען זיי אין א מעמד ומצב אפילו דער טף, על אחת כמה וכמה אנשים ונשים, אז למען ישמעו און למען ילמדו לשמור את כל דברי התורה הזאת, און דאס זאל זיין אין אן אופן נצחי, ווי דער פסוק טייטשט דאס אפ בפירוש, אין פשוטו של מקרא, על אחת כמה וכמה אז מ'האט זיך מוסיף געווען בכמה החלטות טובות אין דעם שבת דמיני אז לינען, און וועט זיכער אויך מוסיף זיין נאך מערער, כמדובר לעיל, בענינים האמורים, ובכללות הענינים פון תורה ומצוותי', אין אן אופן אז דאס וועט צוהיילן דעם מספר העשירי, וואס דאס איז דאך אויך דער ענין פון דעם גאנצן ספר במדבר, וואס ס'ווערט דאך אנגערופן ספר הפקודים על עיקר ועל שם פארבונדן די פקודים וואס אין תחילת ספר במדבר, און אויך די פקודים וואס זיי זיינען אין פרשה פינחס, וואס היינט איז די התחלה שבו, און גלייך אין דער התחלה רעדט זיך שוין וועגן אט די ענינים, און דערנאך קומט אויך דער מנין בפועל, און דאס זאל קומען בפועל ממש, אז משיח צדקנו והקב'ה איז מונג במספר צבאים,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions