עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

36 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1י'ט'כסלו תשל"ו.

2דאך י'ט'כסלו ”מידי שנה בשנה”, איז דאך די סיבה און דער טעם אויף דערויף די זעלבע על דרך ווי אנדערע ענינים שהזמן גרמא, וואס זיי נעמען זיך פון פריערדיקע יארן און דורות, איז דאך לכאורה די זעלבע סיבה אויף יעדער יאר,

3דארף דאך זיין די תוצאות לכאורה אויך די זעלבע מדות שנה בשנה.

4פונדעסטוועגן, וויבאלד אז מ'האט דעם ציווי פון ”מעלין בקודש” וואס א ציווי פון תורה איז דאך איידער מ'גיט דעם ציווי, איז וויבאלד אז איידער מבקש אלא לפי כוחר גיט דער אויבערשטער פריער די יכולת מיט די כוחות מ'זאל ממלא זיין דעם ציווי, אזוי אויך בנוגע דעם ציווי פון ”מעלין בקודש”.

5און אט דעמאלט קומט נאך צו א זירוז מיוחד בנוגע צו דעם ממלא זיין א ציווי, אז נוסף אויף דערויף וואס ס'איז דא דער ציווי אויף מקיים זיין דעם ענין, צי דאס רעדט זיך וועגן אן ענין פון דא אורייתא אדער דער רבנן אדער א ”מנהג ישראל”,

6וואס 'מנהג ישראל' הוא איז דאך דאס אויך א תורה פון דעם אויבערשטן, דארף מען דאך דאס ממלא זיין וויבאלד אז דאס איז רצונו ”של מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא”,

7לויט אבער לויט דער הסברה פון חכמינו זאל, אז ”אינו מבקש אלא לפי” כוחו וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז דער אויבערשטער האט געגעבן כח אויף ממלא זיין דעם ציווי מסויים,

8קומט נאך צו א זירוז כללי, א שוה שוה צו די אלע ענינים, אז אויב חס ושלום ער האט דעם ציווי ניט ממלא, איז נוסף אויף דערויף וואס ער האט ניט ממלא געווען דעם ציווי מסויים,

9איז כביכול די כוחות וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן ווערן ניט אויסגענוצט, היפך פון רצונו של בורא העולם,

10בלשון הגמרא, לא ”ברא הקב"ה דבר” אחד בעולמו לבטלה אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט אז קיין זאך זאל ניט זיין לבטלה, אחוץ אט די ענינים וואס מ'האט אפגעגעבן לבחירתו צו א אידן אויף זיין בחירה חפשית, איז דאך דעמאלט ”הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים”,

11”צדיק ורשע לא קמר” ווי דער אלטער רבי ברענגט דאס אראפ אין אנהויבס פון ספר התניא שלו, איז אט דא האט דער אויבערשטער געגעבן די מעגלעכקייט א אידן, אז אף על פי וואס מצד הבורא, ”לא ברא הקב"ה דבר אחד לבטלה” זאל א איד קען זיין שותף לקב"ה במעשה בראשית,

12ער זאל טאן זיין חלק וואס הענגט אפ אין יראת שמים, וואס דאס איז ניט בידי שמים נאר בידו, זאל ביי אים אויך זיין בדרך ווי א שוטה פירט זיך ווי דער צווייטער שוטה אז דאס איז ניט לבטלה,

13וויבאלד אבער אז דער אויבערשטער וויל אז דאס זאל זיין מצד בחירתו חפשית האט ער אויך רשות והיכולת נתונה אז ער זאל קענען תחס ושלום להיפך.

14על דרך זה בהנוגע לעניננו אויך אין דעם ציווי פון ”מעלין בקודש” וואס אף על פי אז ער שטייט אויף דעם מעמד ומצב ווי ער איז געשטאנען פריער, אדער בהנוגע צו א התוועדות וואס איז פארבונדן מיט אן ענין שהזמן גרמא, מיט די זעלבע השגים, מיטן זעלבער

15חביבות און התלהבות און חיות ווי ער האט דאס געהאט פאראיארן, איז דאס אבער אז פאראיארן האט דאס מספיק געווען וויבאלד אז ”כל ישראל בחזקת כשרות” האט ער זיכער געטאן אלץ וואס מ'דארף, וויבאלד אבער אז דאס איז צוגעקומען א נייעם מאל,

16אף על פי וואס דאס איז אין דעם זעלבן ענין דארף דאך זיין ”מעלין בקודש” איז דאס ניט נאר אז אים וועט פעלן א מעלה, נאר אים וועט פעלן אויך אין דעם קיום הציווי פון ”מעלין בקודש”, וואס דאס איז פארבונדן אויך מיטן בלבול כביכול אין מעשה העולם, אין די ענינים וואס וועלט טאר ניט זיין קיין דבר לבטלה.

17וויבאלד אבער אז דאס איז פארבונדן מיטן זעלבן ענין ושורש והתחלה, איז דערפון פארשטאנדיק, אז אין דערויף איז דא כמה ענינים וואס זיי זיינען בשוה ווי ס'איז געווען פאראיארן און פאר צוויי יארן און ביז ווי ס'איז געווען דעם ערשטן מאל, ס'מוז אבער זיין כמה ענינים בהוספה,

18ביז ווי דער לשון פון דעם אלטן רבי'ן, פון בעל השמחה והגאולה פון יו ת' כסלו, בהנוגע צו ראש השנה, אז בכל ”ראש השנה, בכל שנה ושנה”,

19ווערט נמשך אן אור עליון וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא מין אור, און ער שרייבט דאך דאס אויך בהנוגע צו ימי הגלות, אפילו אין ימי הגלות פון דורות אחרונים פון דעם אלטן רבי'ן בדורו, וואס דאס איז בדרגא פון דורות אחרונים לגבי דורות שלפניו,

20על אחת כמה וכמה ער שרייבט דאך דאס אן אגרת וואס ער האט דאס געשיקט, און דערנאך האבן דאס בני המחבר אפגעדרוקט כדי דאס זאל ווערן א לימוד און א הוראה און א נתינת כח אויף כל הדורות שלאחרי זה.

21ווייס מען, אז בראש השנה של כל שנה ווערט נמשך אן אור עליון וואס ס'איז גאר קיינמאל אזא מין אור ניט געווען, און דאס איז דאך על מנת ווי ער איז מסיים אין דער אגרת הקודש אז דערנאך איז דאס ”תלוי אין מעשה התחתונים” אז דאס זאל אראפקומען אין פועל.

22אזוי ווי דאס איז אין ראש השנה, איז דערפון פארשטאנדיק אז דאס איז אין כל אברי השנה, אין כל חלקי השנה, אין די אלע ענינים וואס ס'איז דא ”מידי שנה בשנה”.

23וואס אט אזוי איז אויך בהנוגע צו עניני י' טז כסלו, איז אף על פי וואס לכאורה איז דא א צד החשבה אין אלע התוועדות און תוצאות וואס ס'דארף זיין פון י' טז כסלו,

24וואס בכללותם איז דאך דאס דער אלטער רבי אליין מגלה דערמיט וואס ער פארבינדט די גאולה זיינע מיט ”פדה בשלום נפשי” ווי ער שרייבט קודם שהתחלתי פסוק שלאחרי זה, וואס דערפון איז פארשטאנדיק,

25אז דא איז ארויס די גאולה בגלוי, און תורה שבעל פה איז דאך מבאר און מאכט קלאר די פסוקים פון תורה שבכתב, איז דאך מבאר די גמרא,

26אז דער פסוק מיינט ”העסק בתורה ובגמילות חסדים” ומתפלל אים הציבור וואס דאס איז ווי די גמרא טייטשט אפ גלייך אין תחילת הש", אין ברכות,

27אז ”כל העסק בתורה ובגמילות חסדים ומתפלל אים הציבור, מעלה עליו הכתוב כאילו פדעני לי ולבני מבין אומות העולם”, אן ענין פון גאולה, און מ'פארבינדט דאס, די גמרא ברענגט אויף דערויף אראפ דעם פסוק ”פדה בשלום נפשי מקרב לי כברבים היו עמדים”.

28וואס דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז לכל לראש, אפילו אז ס'מוז צוקומען אן ענין פון עלי' אין די אלע דריי זאכן, איז דאך דאס אין די דריי ענינים איז לכל לראש וואס ס'דארף זיין די החלטה, און מיט אן אופן פון התלהבות און מיט א חיות,

29ווי דער אלטער רבי האט געמאנט, אז ער האט מדגיש געווען די מאנונג וואס תורה מאנט, פון ”עבדו את ה' בשמחה”, און ניט אין אן אופן פון ”מצות אנשים מלומדה”, נאר מיט א חיות און מיט א התעוררות, אין די אלע ג' קוין ג' ענינים, ווי די משא ורשבה טייטשן דאס אפ, פון 'תורה עבודה' וגמילות חסדים,

30וואס זיי זיינען דאך כולל ”כל התורה כולה, כל” המצוות כולם, איז דאך דאס נכלל אין די דריי קוין, און בשעת ס'קומט א התוועדות און א התעוררות פון כמה וכמה בני ישראל ביחד,

31וואס ”איש את רעהו יעזורו” ויחזקו ויעדדו אט דעמאלט איז אינדאמר דער וואס טוט פאר זיך און מתעסק אים הציבור,

32וואס דעמאלט איז דאך דער כח הציבור, מסייעתו וואס דאס איז דאך אויך מרומז אין פסוק דער ”ברבים היו עמדי” אז כאטש אפילו ער איז עמדי גייט ער צוזאמען מיטן כח און מיט די חיות וואס ער באקומט דעם פונג וואס ער איז בתוך הציבור, בתוך הרבים.

33און אט דעמאלט פועל"ט ער אין זיינע ענינים, בא זיך בפנים און בא זיך מעניניו שמחוץ הימנו, אז סיי אין תורה און סיי אין גמילות חסדים, און סיי אין קו העבודה והתפילה,

34זאל ביי אים זיין אין אן אופן פון פדעני ארויסגענומען פון אלע מדידות והגבלות, על אחת כמה וכמה ארויסגענומען פון די שטערונגען וואס קענען זיין מצד דעם חושך הגלות,

35און דאס ווערט ביי אים אין אן אופן פון ”פדה בשלום” אים קומט דאס אן אן מלחמות, אף על פי וואס ס'האט געקענט זיין מקרב לי און פון דער גאולה פרטית, ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש קומט מען דערנאך צו די ”פדעני לי ולבני מבין אומות העולם”, בקרוב ממש,

36בגאולה האמיתית והשלימה, על ידי וואס יפוצו די מעיינות פון תורה פון דעם אלטן רבי'ן, ביז די תורה פון בעל שם טוב, וואס היינו הך ביז דאס וועט דערגרייכן צו חוצה, ו", ”קאתי מר דא מלכא משיחא"”, ובקרוב ממש.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions