English
ספרייה
kind
paragraph
order
WL
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
אדער אין די קהילות וואס מ'דוכנט על כל פנים בשבתות, וואס אט דעמאלט איז אויך דא דער ענין פון נטילת כידי הכהנים על ידי שבט לוי איז ניכר אז ער געהערט און אויסגעטיילט פון כל העם כולו, משא'כן בא רוב מנין ורוב בנין פון אידן, בפרט פון די וואס געפינען זיך אין חוץ-לארץ, וואס דאס איז דאך אויך דער ארט וואו ס'געפינט זיך נשיא דורנו דער רבי דער שווער, וכמדובר כמה פעמים, און אויך וואו ס'געפינט זיך אויך דער בית החיים און דער ארט פון דעם פאטער זיינער, וואו זי געפינט זיך אויך די בית החיים פון די זיידע זיינע, וכמדובר כמה פעמים. וואס דאס איז אויך וואס מ'לערנט אפ ווי יעדער ענין דארף מען דאך ארויסנעמען אן ענין של פועל, מען ארויס פון דעם חלק הסדרה, ובפרט לויט דעם ענין פון רביעי ביז חמישי, אז מ'דארף וויסן, אז די ענינים פון שבט לוי, און ווי דערציילט און גערעדט וועגן זיי אין כמה פסוקים אין דעם חלק הסדרה עצמה, אז זייער ענין איז, אז זיי דארפן משמש-זיין די ענינים אין בית-המקדש, און דארפן משמש-זיין אויך
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים