English
ספרייה
kind
paragraph
order
On
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ס'איז דאך טבע העולם, אז יעדער ענין, בשעת מ'מאכט דארביי א חגיגה מיוחדה, קומט-צו אין דעם חג שבדבר. על דרך זה אויך בנוגע לענין זה, וואס דערפאר איז דאך אויך לכל לראש, כמדובר, אנהויבנדיק פון חמשה עשר, קיימא סיהרא באשלמותא, און א זיכערע זאך אויף ממשיך זיין מיט די טעג בינתיים, ווי ס'וועט זיין דער טאג פון חי אלו וואס דעמאלט איז דאך אויך געווען א תוספות אין דעם תומכי תמימין, אפילו בימים ההם, על אחת כמה וכמה לאחרי די ריבוי שיחות וועגן חיי אלול פון נשיא דורנו פון רבי'ן דעם שווער, אנהויבנדיק פון דעם אפטייטש, אז חיי אלול טראגט אריין חיות אין כל הענינים פון אלול, וואס דאס איז דאך כולל די שלשה קוין און דער ענין התשובה, און דער ענין הגאולה, איז דאך א זיכערע זאך, אז דאס דארף מען ממשיך זיין אין דער חגיגה נמשכת, אף על פי וואס מ'וועט מאכן א הפסק אויף אכילה און שתי'און תפילות, און כל יומא ויומא עביד עבידתי וואס ס'האט דער טאג שבינתיים אויך די ענינים אין פנימיות התורה, פארבונדן מיטן טאג שבינתיים, ווי דער שיעור אין תניא וכיוצא בזה.
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים