עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0qnhbw0f

kind
paragraph
order
bd
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ביתר שאת וביתר עוז, ובפרט נאך אז דאס איז שבת תשובה, וואס האט דאך א שייכות מיוחדה צו סליחות, וואס דאס איז דאך דער ענין פון שובה ישראל אל הוי'אלקיך וכמדובר כמה פעמים, וואס דאס איז אויך די שייכות מיוחדה דער יום השלישי האמור לעיל, וואס דאס איז יום השלישי אין סליחות, האט דאס א שייכות מיוחדה צו שבת תשובה על דרך ווי דאס איז סליחות, ובפרט נאך אז דאס איז די שבת תשובה בכל שנה בשנה, האט דאך דעם נתינת-כח במיוחד, און ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש, אז יעדער ראש השנה קומט אראפ אין וועלט פון אן אור עליון וואס לא הי'כמוה מעיני עולם, קיינמאל ניט געווען אזא מין אור ווי ס'קומט אראפ א יור חדש ווי ס'קומט ארויס בגלוי, און ס'קומט דערנאך אראפ ביז אין עולם הזה התחתון, שאין תחתון למטה הימנו, ואדרבא דוקא אין עולם התחתון, וואס דארט איז דאך דער קידוש און די קביעות פון ראש השנה, זאגט דאך דער אויבערשטער צו יעדער אידן און צו אלע אידן, אז קומען ביידע צוזאמען, על דרך ווי מ'זאגט אויך אין נצבון, ושב הוי'אלקיך את שבותך
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions