עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

145 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1דעם אויבערשטייט, וואס דער אויבערשטער איז דאך אויך פארשטאנדיק, אז לכאורה איז דאס כרגיל בא יעדער נאך א התוועדות נאך א יום טוב אדער א יומא די פגרי וואס מ'פארט זיך צוזאמען,

2איז איידער מ'געזעגנט זיך און מ'פארט זיך פאנאנדער טרעפט מען זיך, און אזוי איז דאך דא שוין עטלעכע יאר, אף על פי כן איז דאך פארשטאנדיק, אז ס'דארף זיין בא יעדער מאל א באנייאונג, ובפרט נאך אז אויך בפשטות, ס'איז דאך ניט די זעלבע מענטשן, על כל פנים א חלק פון זיי,

3וואס זיינען געווען ביי די התוועדות בדומה לזו פאריקן יאר, במילא דארפן זיי אויך ווירקן אויף די אנדערע, ובפרט נאך אז ס'איז דאך א נייער יאר, און ווי דער אלטער רבי זאגט אין אגרת הקודש, אז יעדער יאר גיט דער אויבערשטער א נייע ליכטיקייט אין דעם יאר,

4וואס איז נאך קיינמאל ניט געווען אזא ליכטיקייט איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס דארף באלייכטן די אלע זאכן פון דעם נייעם יאר, אפילו אז ס'ווייזט זיך אויס אז דאס איז פונקט די זעלבע פארשירונג, דער זעלבער טאג און די זעלבע וואך ווי ס'איז געווען פאראיארן אדער פאר צוויי יארן וכיוצא בזה.

5ובפרט נאך בא דעם צוזאמענטרעפן זיך איז דאך דאס אן אויסנאם ”לגבי כמה וכמה” התוועדות פון דער פרודי פון פאנאנדערפארן זיך, און אין א בולט'ן און אין אן אפענעם אופן.

6וואס נוסף צו דעם וואס מ'קלייבט זיך צוזאמען איז דאס ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב א צוויי' ענדיקער כי טוב וואס ”תורת אמת” זאגט עדות אז דאס איז א צוויי' ענדיקער,

7צוויי מאל אפילו אזויפיל ווי דעם טוב וואס שטייט ביום ראשון פון מעשה בראשית מיט די גאנצע פעלות פון ”ויהי ערב בוקר יום אחד”,

8אחד ניט ראשון, זאגט מען, אז ס'קומט דערנאך דער דינסטיק זאגט ”תורת אמת”, אז דאס איז נאך צוויי מאל אזויפיל, און דאס חזר"ט זיך דאך איבער יעדער וואך אין דינסטיק פון יעדער וואך, כמדובר כמה פעמים,

9על אחת כמה וכמה אז ס'קומט נאך צו אויך אז אין צוגאב וואס דאס איז דינסטיק איז דאס א טאג פון ערב חנוכה, וואס ערב איז דאך די זאך פון דערויף אז דאס גרייט-צו דעם ענין צו וועלכן דאס איז דער ערב,

10על דרך ווי ערב שבת גרייט-צו צו מיוחל בשבת אזוי אויך ערב ראש השנה, און ערב חנוכה גרייט-צו צו די זאכן פון חנוכה א צוגרייטונג דארף מען זיך צוגרייטן מעין ענלעך צו דעם ענין צו וועלכן מ'גרייט זיך, וואס די זאך פון חנוכה איז דאך, ווי יעדער זעט, אפילו קליינע קינדער,

11אז מ'הויבט אן חנוכה גלייך דער אנהויבס מ'וועט מאכן ליכטיק ארום זיך, און מאכן ליכטיק אין צוגאב צו רוחניות'דיקע ליכטיקייט, פון ”תורת אמת”, וואס זי איז אויך תורת חיים,

12מאכט מען אויך ליכטיק, ביז אין א גשמיות'דיקן אופן, אז מ'זעט 'בעיני בשר' אז מ'צינדט-אן א ליכט וואס מאכט ליכטיק, וואס דאס ווערט געזען דורך איינפאכן קוקן,

13ביז אויף אזויפיל, אז אפילו ניט-אידן זעען אויך אז א איד האט אויפגעטאן בא דעם אנצונגן פון דעם 'נר חנוכה' האט ער אויפגעטאן א ליכטיקייט, אז אויך בא דעם ניט-אידן איז אויך צוגעקומען ליכטיקייט.

14אפילו אין די ניט-אידישע זאכן זיינע, על אחת כמה וכמה אין דער עיקר זאך זיינער, פון דעם קיום ”מצות שבע בני נח”, וואס דאס געהערט דאך אויך צו דעם אידן וואס זיי דארפן זיך ווירקן און איינווירקן און משפיע זיין אויף די פעלקער ארום זיך,

15אז זיי זאלן זיך פירן ווי זיי דארפן זיך פירן לויט זייערע מצוות, און דאס העלפט די גאנצע וועלט, און אויך אידן בכללם, אז זיי זאלן נאכמערער קענען אויפטאן אין זייערע ראיני ם,

16אין זאכן פון אידישקייט, אע"פ וואס דער עיקר אויפטו איז דאס דורך דעם חלק אלוקה 'ממעל ממש', דורך דער אידישער נשמה וואס איז דא בא יעדער אידן און וואס איז דא בא אים גלייך פון דעם ערשטע רגע וואס ער ווערט געבוירן, עאכו"כ בא קינדער וואס זיינען שוין עטלעכע יאר אלט,

17אע' פי וואס זיי זיינען נאך פאר בר-מצוה, און אפילו נאך פאר בן שש, שהגיע לחינוך גאר קליינע קינדער האבן זיי שוין דעם חלק אלוקה 'ממעל ממש' אין זיך אינעווייניק, ביז וואנענט אז דער אויבערשטער זאגט, אז דורך דערויף איז אויך משכנתי בתוכם אז דאס איז חלק אלוקה 'ממעל ממש',

18און דאס אלץ קומט פאר אין אן אופן ווי מ'גרייט זיך דערצו, אז דאס ווערט געזען 'בעיני בשר' ממש, בדוגמא פון דעם ענין פון נרות חנוכה, אין צוגאב און א עיקר'דיקע זאך אויף כל המצוות כולם.

19חנוכה איז דאך איינע פון די מצוות וואס דער אויבערשטער האט געגעבן אידן, וואס יעדער מצוה, צי מצוות מן התורה אדער ”מצוות מדברי סופרים” ווי חנוכה און ער שבת,

20ווערט דאך אנגערופן ”נר מצוה ותורה אור” אז דאס מאכט ליכטיק, אבער דער ריבוי, די מערהייט, פון די מצוות איז דאס וואס זיי מאכן ליכטיק אין וועלט איז דאס א זיכערע זאך, און מ'זעט אויך די ווירקונג דערפון,

21אבער די ליכטיקייט אליין זעט זיך ניט מיט פליישיגע אויגן.

22ס'קומט אבער צו אין נרות חנוכה, ער דרך ווי בא נרות שבת ויום-טוב, נאך כיוצא בזה, אז דאס איז א ליכטיקייט וואס אויך עיני בשר זעען דאס אויך,

23ביז וואנענט אז דאס זעען אפילו עיני בשר פון ניט-אידן, וואס דאס העלפט נאך מערער אז א איד האט ניט קיין בלבולים פון א ניט-אידן וואס קומט צו אים צוגיין און טענה"ט וואס קאכסטו דאך אזוי אין מצוות,

24און דו זעצסט דאך אז דו ביסט גאר אין גלות מיט אלע טענות פארבונדן דערמיט, אז ס'קומט אבער צו בשעת מ'צינדט אן 'נר חנוכה' און מ'איז גרייט זיך דערצו אט דעמאלט זעט א ניט-איד פונקט ווי א איד, אז ס'איז צוגעקומען א ליכטיקייט אין אונזער וועלט און אין צייט פון גלות און אין חוץ-לארץ,

25ביז אין אן אופן אז דאס זעען אפילו קטני קטנים אז ס'איז געווארן ליכטיקייט אין וועלט, דורך דערויף וואס א איד האט געמאכט נאכמער ליכטיקייט בא זיך אין הויז,

26דורך דער 'נר חנוכה', נר מצוה, און ס'הויבט זיך שוין אן אין די הכנות דערצו וואס דאס איז ערב פון דעם טאג, בערב חנוכה, ובפרט נאך ווי אין די הכנה דארף מען דאך צוגרייטן דעם שמן מיט דער פתילה, די אלע זאכן,

27וואס דערנאך וועט מען דערמיט מקיים זיין 'נר חנוכה', דערביי קומט נאך צו א הפלעדיקער ענין אין ער חנוכה, אז די ערשטע ליכטל אין א בית הכנסת וואו אידן קלייבן זיך צוזאמען אין אן אופן פון אן עדה קדושה,

28אז דעמאלט איז ונקדשתי בתוכם אז דער אויבערשטער זאגט, אז זיין הייליקייט כביכול איז פארבונדן וואס צען אידן קלייבן זיך צוזאמען ובפרט אין א בית הכנסת, איז דער דין אין תורה, און אין ”מנהג ישראל” מיטן גאנצן שטורעם,

29אז נרות חנוכה צינדט מען אן בבית הכנסת מיט תפילות שעות, איידער די טעג און די נעכט פון חנוכה הויבן זיך אן גלייך נאך תפילת מנחה, אבער דאס איז א סך צייט פאר תפילת מעריב.

30וואס די אלע דערמאנטע זאכן, כאטש אפילו דאס איז דאך לכאורה דינים אין שולחן-ערוך און דינים אין מקיים-זיין מצוות, און מקיים-זיין מצוות ווי מ'זעט דאך אויך בא ”נר חנוכה בבית הכנסת” ווערט דאס אנגעצונדן דורכן דעם שמש, דורך דעם חזן,

31וכיוצא בזה דורך איין אידן, אבער די פעולה זיינע און ניט נאר די ווירקונג פון דעם נר, נאר אויך אז מ'ענטפערט אויף דערויף אמן איז אט די אלע וואס געפינען זיך דערביי, סיי אנשים און סיי נשים און סיי טף,

32ענטפערן אלע אמן, און מ'ענטפערט אמן וויסנדיק אדער מ'גיט זיי צו וויסן, אז דער אפטייטש פון אמן איז, אז דאס באשטעטיקט אז דאס איז אן אמת"ע זאך, און נאכמערער אז דאס איז א זיכערע זאך אז ס'וועט אזוי אויך נמשך ווערן, ווי גערעדט בארוכה בא די פריערדיקע צוזאמענקומען זיך,

33וואס די גמרא זאגט, אז ”גדול היינו עמו יותר מן המברר”, אז דער וואס מאכט די ברכה און צימט אן די ערשטע ליכטול אין בית הכנסת,

34איז דאך לכאורה ער דער עיקר און ער דער אנצינדער און ער איז דער וואס מאכט ליכטיק זאגט די גמרא אין תורה וואס דאס איז א חלק פון ”תורת אמת”, אז דער אמת איז, אז ס'איז נאך גדול נאך גרעסער פון אים, איז אט די אלע וואס שטייען דערביי און ענטפערן נאמען,

35איז זיכער וועט דאך אויך אזוי זיין דעם ערב חנוכה אין מארגן נאך מנחה וכיו"ב, וואס איצטער הויבט זיך אן דער טאג פון ערב חנוכה ווייס מען שוין דערפון, און זיי גרייטן זיך שוין דערצו,

36אז זיי וועלן ענטפערן אמן, און אט דער אמן וועט באשטעטיקן ניט נאר זייער איינטייל נעמען אין די הדלקות ”נר חנוכה בבית הכנסת” בעשרה מישראל, נאר נאכמער פון באשטעטיקונג זיי זיינען אט די וואס זיי זיינען נאך דער גדול.

37ס'איז דאך פארשטאנדיק, אז וויבאלד אז מ'קלייבט זיך צוזאמען, וואס צוויי מענטשן קלייבן זיך צוזאמען זאגט דער פסוק, אז בשעת ס'וועט טרעפן שנים יחדה איז א זיכערע זאך בלתי אים נידו אז זיכער האבן זיי זיך צווישן זיך צוזאמענגערעדט אז מ'זאל זיך טרעפן, ווארום אז ניט ווי קומען צוויי באזונדערע מענטשן צוזאמען,

38על אחת כמה וכמה אז ס'רעדט זיך ניט וועגן צוויי מענטשן, נאר וועגן אנשים ונשים וטף.

39און וואס נאך מערער, אז מ'איז דערביי זיכער, אז ”שכינה שרוי' ביניהם” ווארום מ'געפינט זיך אין א בית הכנסת און מ'געפינט זיך קומענדיק פון י'ט' כסלו, וואס דאס איז דער ראש השנה לתורת החסידות וללימוד החסידות און למעשה החסידים,

40אין אן אופן פון ראש השנה אז דאס ווירט אויף די אלע טעג פון דעם גאנצן יאר, ביז דעם י'ט' כסלו וואס וועט אנקומען.

41איז א זיכערע זאך, אז דאס איז אזוי בשעת דאס קומט עטלעכע טעג נאך דער התחלה און בהמשך צו דעם ראש השנה, אז דאס איז ניינצן טעג אין כסלו,

42און דערנאך קומט גלייך עטלעכע טעג נאך דערויף, ביז כ ד טאג אין כסלו, איז אינגאנצן דורכגעגאנגען פינף טעג, נאך ווייניקער ווי א וואך, איז דאך פארשטאנדיק די ווירקונג פון ראש השנה לחסידות ודרכיה ולתורתו אויף דעם טאג פון כס ד כסלו.

43אין צוגאב וואס דאס איז א טאג, ווי דערמאנט פריער, ערב חנוכה האט אין זיך די ווירקונג און די השפעה פון דעם טאג וואס ס'וועט קומען נאך אים האט דאס אין זיך שוין מזומען די השפעה פון די טעג וואס ס'איז געווען פאר דעם,

44וואס בתוכם איז דאך, ווי דערמאנט פריער, דער טאג פון י ט' כסלו און ”שבת פרשה ויושב וכו'” וכו ווי גערעדט באריכות אין די פריערדיקע טבע.

45דערצו קומט נאך צו ווי אויך אונטערשטראכן מערערע מאל, אז מ'געפינט זיך אין א יאר וואס דאס איז שנת הקרל, וואס הקרל איז אויך אונטערשטרייכט אז אידן קומען זיך צוזאמען אויך אנשים ונשים וטף,

46און מ'קומט זיך צוזאמען צוליב א צוועק וואס דער צוועק איז ענליך צו דעם צוועק פון א בית הכנסת ובית המדרש, וואס א בית הכנסת ובית המדרש זייער ענין איז דאך אויף מאכן אז אידן זאלן שטיין אין צוגאב צו אהבת ישראל,

47בא אחדות ישראל, און דאס ברענגט אויך ”ליראה את הוי'” ווי דער תכלית פון גאנץ שנת הקהל.

48און ס'קומט נאך צו אין דעם שנת הקהל, ווי אונטערשטראכן מערערע מאל, אז דאס איז שנת תשמ"ח, וואס יעדער זאך פארבונדן מיט אותיות פון דעם אידישן אלף בית, איז דאך דאס אותיות פון לשון הקודש,

49און ווי דערמאנט און אנגערופן אז דאס איז די אותיות מיט וועלכע דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט מלכתחילה אין די ערשטע שבעה את ימי בראשית, און באשאפט מיט אט די אותיות די וועלט פון דאס ניי,

50יעדער טאג, ווי דער אלטער רבי, דער בעל הגאולה פון י'ט' כסלו, איז מאריך אין ספר תניא קדישא, אין די תורה פון בעל שם טוב וואס ער האט דאס באקומען במיוחד דורך דעם תלמיד הממוצער און מחבר, דורך דעם מעזעריטשער מגיד, אז דאס איז ווערט א באשאפן יעדער טאג פון דאס ניי, פון עין ואפס ממש,

51און מיט וואס ווערט דאס באשאפן?

52דורך דעם דבר הוי', דערויף ווי דער אויבערשטער גיט ארויס זיינע זאכן דורך דיבור כביכול, וואס שטעלט זיך צוזאמען פון די אותיות פון דעם אלף בית,

53און דעמאלט באווייזט אויך די אותיות פון דעם מנין פון דעם יאר כאמו תשמ"ח, ווי גערעדט מערערע מאל,

54אז מ'האט אין זיך דעם אפטייטש, מ'שרייבט דאך דאס אן נקודות, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז בשעת מ'זאגט דאס מוז מען דאך דאס זאגן מיט נקודות, און אלע זאכן, וויבאלד אז דאס איז ”מנהג ישראל”, איז דאך דאס פארבונדן מיט ”תורת אמת”, ”מנהג ישראל תורה” היא,

55האט דאס די נקודות אין ביידע אופנים, אז דער אפטייטש פון תשמ ח' איז תסמך אז דו און יעדערער פון אונז וועט זיך פרייען דעם יאר, אנהויבנדיק פון ראש השנה, ו”מראשית השנה ועד אחרית שנה”, ביז דעם לעצטן יאר פון דעם יאר,

56און אויך מיט מקודות און מיט דעם אפטייטש פון תשמח, אז דו וועסט אויך פרייען זיך אויף אזויפיל, ביז וואנענט אז דו וועסט מאכן נאך פריילעכער די אלע אידן וואס געפינען זיך צווישן לעבן דיר, און נאכמערער וויבאלד אז מצד אהבת ישראל און אחדות ישראל איז א איד פארבונדן מיט יעדער איד און מיט אלע אידן,

57מיט אנשים נשים וטף, אפילו וואס זיי געפינען זיך בקצווי תבל און וואס ער האט זיי קיינמאל ניט געזען, און אפילו ניט געהערט פון זיי, זיי געהערן דאך אבער צו די זעלבען אבות און צו די זעלבע עמהות,

58במא ”אברהם יצחק ויעקב, ובני שרה רבקה רחל ולאה” מאכט ער דעם תשמח מיט יעדער אידן און מיט אלע אידן ”עד סוף כל העולם” כולו,

59ביז וואנענט ווי שמחה איז דאך פורץ גדר, איז מאכט דאס אויס די גדרים וואס געפינט זיך איינער אין דעם מקום א צווייטער אין אן אנדער מקום,

60און צווישן זיי איז דא א ריחוק און כמה גדרים וחלוקות, איז שמחה איז פורץ גדר פונקט ווי זיי וואלטן געווען אלע צוזאמען אין דעם זעלבן מקום און דעם זעלבן זמן, און פארנעמען זיך מיטן זעלבן ענין,

61וואס די נקודה פון די אלע ענינים, ווי אויך פון אונזער צוזאמענטרעפן, איז דאך כדי אז ס'זאל צוקומען נאכמערער אין ”לירא את הוי” און צוקומען אין אן אופן אז דאס זאל פועל זיין אויף כל הימים, און מ'נעמט אויף דערויף כח במיוחד,

62אז מ'טרעפט זיך כאמור אין א מעמד ומצב פון ”הוכפל בו כי טוב” צוויי מאל אפילו צוויי מאל לגבי דעם יום אחד פון מעשה בראשית, ווי דערמאנט פריער,

63און מ'געפינט זיך אין א מעמד ומצב פון גרייטן זיך צו מאכן ליכטיק די וועלט דורך נרות חנוכה, און מאכן ליכטיק אין אן אופן אז בשעת מ'צימט אן די ערשטע ליכטל זיי שוין יעדער איד און ניט נאר דוקא אזא מין וואס ער איז שוין שייך צו וויסן הלכות,

64נאר ווי ס'פירט זיך ביי ”מנהג ישראל”, אז מ'צינדט אן א נר חנוכ איז דא צינדט מען דאס אן אין א מנורה, זעט ער גלייך, ווען ער צינדט אן די ערשטע ליכטו, אז ס'איז דא נאך זיבן כלים, נרות,

65און בשעת ער גיט א קוק אויף זיי פארשטייט ער שוין גלייך, אז דער אנצינדן דעם ערשטע ליכטל איז דאס מערניט ווי א התחלה, און ער וועט זיך ניט באגנוגענען אפילו מיט א הוספה פון כפליים לתושי,' וואס דעמאלט וועט דאך געווען גענוג ווען די מנורה האט צוויי נרות,

66נאר ער זעט גלייך 'בעיני בשר' אפילו די קטני-קטני וואס זעען די מנורה, זעען זיי גלייך אז ס'איז דא דארט אכט נרות,

67אויף אנצינדן מורות חנוכה, און דערזעט דאס גלייך בפעם הראשונה ביים אנצינדן די ערשטע ליכטל, און וואס ווי דערמאנט פריער טינגט מען דאך אן די ערשטע ליכטל אין אן ארט וואו אלע אידן קלייבן זיך צוזאמען אין בית הכנסת עטלעכע שעות,

68איידער ס'הויבט זיך אן חנוכה אין זיין בית פרטי וואס דעמאלט דארטן צינדט ער זיך שפעטער, ובפרט נאך אייד מצד אזו ספיבה שתהי צי דערפאר וואס ער איז געווען אויפן ציון פון נשיא הדור, במילא קומט אים אויס צו צינדן ביני ראשון לאחרי מערב,

69אעפ' כן ווייס ער שוין און האט נאך איידער מ'פארט אויפן ציון ווייס ער שוין אז ס'איז דא א מנורה פון אכט נרות, און ווייס אויך אז די אלע וואס מאיזו סיבה שתהי' פארן זיי ניט אויפן אויל, ציינדען זיי אן נאך פאר א סך שעות לפני זה,

70און מ'הויבט דאס גלייך אן אין אן ארט פון ”ונקדשתי בתוך בני ישראל” פון א בית הכנסת, פון אן ארט און ס'ווערט אנגערופן בית הכנסת לאו דוקא אין צייט פון תפילה, ווי דער פשטות,

71אז דעם ארט רופט מען אן בית הכנסת ווערט ער אזוי אנגערופן אלע פיר און צוואנציק שעה פון מית-לעת און די אלע טעג פון דעם גאנצן יאר, און ניט דוקא ווען מ'דאווענט דארטן וכיוצא בזה, און ווי פארשטאנדיק אויך בפשטות צו קטני קטנים.

72וואס דא איז אויך דער זמן אויף דערמאנען נאכאמאל אין צוזאמענהאנג מיט ימי חנוכה, וואס איצטער איז ערב חנוכה, אז מ'זאל זיך צוגרייטן, און אויך צוגרייטן די קטני קטנים,

73אז אף על פי וואס בכלל איז דאך ”מנהג ישראל” אויף געבן ”מאות חנוכה, חנוכה” געלט, אבער ס'איז א מנהג, א פשוט איז, אז מ'גיט דאס איין מאל ימי חנוכה, אדער כפליים לתושי' צוויי מאל בימי חנוכה,

74ווי גערעדט בארוכה אין דער פריערדיקן צוזאמענקומען זיך איז היינטיקן יאר, וויבאלד אז דאס איז א שנת תסמך און א שנת הקהל, ”האנשים והנשים והטף” דארף מען זיך משתדל זיין, אז די טף וועמען מ'גיט דמי חנוכה,

75אדער די משפחות וואס גיבן דמי חנוכה אפילו צו ערוואקסענע קינדער וכיוצא בזה, זאל מען דעם יאר געבן דמי חנוכה אין יעדן טאג פון די שמונת ימי חנוכה?

76זעלבסטפארשטענדלעך, אז אין צוזאמענהאנג מיט יום השבת, איז פונקט אזוי ווי ווי דער צינדן פון דעם חנוכה פון שבת, אדער נרות חנוכה פון שבת, צינדט מען זיך זיי אן פרייטיק פאר דעם, און אויך בהמשך לזה איז מוצאי שבת, וואס איז שוין פארבונדן מיט מוצאי שבת פון זונטיק, פון דעם טאג לאחרי שבת,

77עד"ז אויך בהנוגע צו די דמי חנוכה פארבונדן מיט שבת זאלן זיי געבן, נוסף אויף די געלט דמי חנוכה וואס מ'האט געגעבן מצד פרייטיג 'מצד עצמו', א באזונדער דמי חנוכה, און מצד דערויף וואס דאס איז ערב שבת,

78ועד"ז אויך, ובמכל שכן וקל וחומר, בהנוגע צו די געלט פון מוצאי שבת, וואס דא דארף מען האבן א ספעציעלן אנזאג, וויבאלד אז ס'איז דא אזוינע

79וואס זיי זיינען נזהר מצד דערויף ווי ס'שטייט בכמה מקומות אז מוצאי שבת זאל מען ניט אויסגעבן קיין געלט איז דאך דאס אין דעם ענין איז דאך דאס א ענין פון א ”דבר מצוה”, ווי דערמאנט פריער אז דאס איז א ענין של חינוך הכי טוב און הכי פעיל, א ווירקזאמער חינוך.

80ובפרט נאך אז מ'וועט זיי אפרעדן מיט דעם מקבל פון די דמי חנוכה, אז ער וועט אויסגעבן די געלט בפועל לאחרי עמוד השחר, אדער לאחרי נס החמה, פון דעם זונטיקדיקן אינדערפרי, וכמבואר בעיל.

81און אויך אין צוזאמענהיינג דערמיט אויך די צווייטע הוראה, אז מצד דערויף וואס דאס איז א שנת הדחיל האנשים ואנשים והטף איז א דבר הכי טוב והכי מתאים, בפרט נאך אז מ'דארף זיך צוגעבן נאכמער ליכטיקייט אין וועלט מצד די ענינים בלתי-רצויים וואס קענען צוקומען אדער זיינען צוגעקומען חס ושלום.

82זאל מען זיך אויך משתדל זיין, אז אין צוגאב דערמיט, וואס אין יעדער אידישע הוי' צינדט מען זיך אן אז מנורת חנוכה איז חנוכה ליכלאך, זאלן אויך אין יעדער אידישע הויז וואס ס'איז דא קינדער,

83סיי בנים סיי בנות, במילא האבן זיי אויך א חדר וואס איז פארבונדן מיט זיי, זאלן אויך ווי מ'זאל זיך ניט פירן דעם גאנצן יאר, זאלן אין צוזאמענהאנגען מיט פרסומי נסעה פון נרות חנוכה זאל מען אויך אנצינדן אין חדר הילדים אויך א מנורת חנוכה.

84וואס אין דערויף איז געווען שאלות, צי ס'דארף אנצינדן יעדער קינד און ווי טוט מען מיט מיידעלעך, און צי מ'דארף אנצינדן אז ס'איז דא עטלעכע חדרות פארבונדן מיט ילדים, איז דאך ווי דערמאנט פריער די כוונה אין דערויף איז ”פרסומי ניסא” און בנוגע צו חדר הילדים דער ענין פון חינוך.

85איינט דאס אפ אן דערויף אין דער הויז וועגן וועלכע ס'רעדט זיך, ווי איז בעסער פאר דעם חינוך פון די וואס געפינען זיך אין הויז, וואס דאס איז דאך ניט נאר די קינדער מ'זעט בפשטות,

86אז דער צוגאב האמור וועט צוגעבן ניט נאר אין חינוך פון די ילדים וילדות נאר אויך אין דעם חינוך און אין די געפילן פון זייערע עלטערן און פון די אלע וואס גייען אריין אין דער הויז און גיבן א קוק, אז אין צוגאב צו דער משפחה מנורה,

87אדער צו די מנורה פון כלל הבית, איז אויך דא א מנורה פארבונדן מיט חדר הילדים, איז דאס אויך צו אין זייער חינוך, דארף מען אפשאצן אט די הויז ווי אזוי איז בעסער פאר דעם צוגאב אין דעם חינוך פון ילדים אדער פון די מבוגרים, פון די ערוואקסענע,

88צי דאס וועט אנגעצונדען ווערן אויב ס'איז דא צוויי חדרי ילדים אין יעדן חדר באזונדער, אדער פארקערט, כדי מאכן די זאך נאכמער בהדגשה, איז בעסער אז ס'זאל זיין אנגעצום מערניט ווי אין איין חדר, במילא איז דאס מער בהדגשה, מער טייערע,

89ועל דרך זה אויך בנוגע צו שאר השאלות וואס מ'האט געפרעגט אין דעם איז אויך דער בירור בזה, אויך א קלארער, אז דאס הענגט אפ, די זאך איז דאך צוליב א פעולה, ווי יעדער מצוה האט דאך אין זיך א תוצאה, ביז אין מעשה בפועל,

90ובלשון הידוע ”לא ניתנה המצוות אלא לצרף בהם את הבריות” יעדער מצוה מאכט יעדער אידן, און אפילו בריות ווי זיי ווערן אנגערופן, איז דעם מעמד ומצב ווי ער זאגט אין תניא מאכט מען זיי נאך ליכטיקער און נאכמער לייטערער,

91וואס דאס איז דאך דער אפטייטש פון לצרף און ס'האט דאך א באזונדער שייכות צו ימות המשיח, וואס באחרית הימין זאגט דאך ”תורת אמת” אז דעמאלט איז צתרפו והתלבנו און ס'וועט זיין דער ענין פון זירוז פון די אלע וואס געפינען זיך אין אחרית הימין,

92וועט דאס אויך צוגעבן נאכמערער, ביז אין א ליכטיקן אופן ווי אין אורות חנוכה, דורך דערויף וואס מ'וועט אויך צוגעבן דעם צירוף פון דער מצוה אין חנוכה, און אין דער מצוה גופא דעם צירוף פון דער מצוה ווי זי ווערט אויך נתקיים אין חדר הילדים, כמוזכר לעיל,

93וועט דאס זיין נאך א בעסערער צירוף און נאך א בעסערער יתלבנו און נאך א בעסערער ויצרפו וילוקטו כמדובר וגם פשוט.

94און וואס אין די אלע ענינים קומט נאך צו, ווי דערמאנט פריער, אז מ'געפינט זיך אין בית הכנסת און א בית המדרש פון נשיא דורנו, פון דעם נשיא פון דעם דור, פון דעם רבי'ן דעם שווער,

95וואס אויף אים זאגט מען דאך ליעזוב ”את צאן מראיתו” און ער געפינט זיך מיט אט די אלע וואס זיי זיינען אין צאן מראיתו וואס דאס גייט דאך אויף די אלע וואס האבן אליין געלערנט תורתו, על כל פנים אט די קינדער פון די וואס האבן געלערנט תורתו, על כל פנים אט די וואס וועלן לערנען תורתו,

96דער זייערע עלטערן וועגן לערנען תורתו, וואס ”המלמוד את בן חבירו תורה, מעלה עליו הכתוב כאילו” ילדו ווערט מיט זיינע קינדער,

97איז דאך פארשטאנדיק אז ערגיסא בירושה די אלע גוטע זאכן מיט די אלע ברכות אין צוגאב צו ליעזוב ”את צאן מראיתו” עאכו"כ די אלע ברכות וואס ער האט געבענטשט, אנהויבנדיק פון דער ברכה פארבונדן מיט ימי הגאולה שלו,

98אז ”לא יוסיף” בלבד גאול הקב"ה נאר יעדער איד און אלע אידן, אויב נאר ”בשם ישראל יכונה” זיינען זיי נגאל געווארן י בית תמוז תרפ"ז,

99און דעמאלט איז גלייך אין א יאר ארום ארויס דער בריוו הידוע מיטן פרסום שלו, אז דאס איז א פעולה נמשכת אויף די אלע יארן לאחרי זה,

100”עד סוף כל הדורות”, עאכו"כ אז מ'רעדט וועגן דעם בבית הכנסת שלו ו”בבית המדרש שלו”, ובבית וואס דארטן גיט מען צדקה בכלל און צדקה לויט די תקנות פון דעם בעל הגאולה, נשיא דורנו, ווי גערעדט שוין מערערע מאל.

101פארבינדן דאס עכ"פ אין איין נקודה מיט די שיעורי תורה וואס מ'לערנט די טעג, כולל ובמיוחד דער שיעור אין תורה אין פרשת השבוע,

102וואס נשיא דורנו האט זיך איבערגעגעבן פון דעם אלטן רבי'ן אז מ'דארף לעבן מיט דעם ענין זעט מען גלייך אין דעם שיעור פון יום השלישי פון פרשה מקוז, די פרשה פון דער וואך,

103אז ס'הויבט זיך גלייך אן, אז אף על פי וואס יוסף איז געווען אין 'גלות מצרים', און מ'האט אים ערשט ארויסגענומען פון בית האסורים איז דער מושל די כיפה,

104און במיוחד אויך דער מושל פון ארץ מצרים, פרעה, האט אים גלייך געזאגט, אז אין חכם ונבון כמוך", אף על פי וואס פרעה האט געהאט ”חרטומי מצרים” און חכמי מצרים און חכמת מצרים מאכט מען וועגן דערויף א גאנצן שטורעם אין ”תורת אמת” וועגן איר גרויסקייט,

105האט ער ארויסנעמען דיק אן עבד מבית האסורים, אויסהערנדיק זיינע ערשטע ווערטער, זעענדיק זיין ערשטע פעולה און די בתרון האט ער אים גלייך געזאגט, אז דו זעסט די אלע וואס געפינען זיך דא און וואס געפינען זיך בכל ארץ מצרים זאלסטו וויסן זיין, אז ער, דער מושל פון גאנץ ארץ מצרים,

106איז מעיד אז אין חכם ונבון כמוך און ניט נאר ער זאגט אן עדות און איז דאס ניט נוגע למעשה, נאר דערפאר מאכט ער אים פאר א משנה למלך אויף גאנץ ארץ מצרים, זאגט מערניט ”רק הכסא אגדם אמך” אבער אחוץ דערויף וואס מ'געפינט זיך נאך דערוויילע אין גלות,

107במילא איז נאך ניטא מלכות בית דוד בגלוי, ווארום דער כסא אגדל ממך דאס איז נאך צו גרויס, אז דער כסא פון מלכות בית דוד זאל שוין נתגלה ווערן ”למטה מעשרה טפחים”,

108במילא איז דאס איז נאך אגדל ממך אבער ”בלעדיך לא ירים איש את ידיו ואת רגלו” במילא זאלסט זיך ניט שרעקן און טראכטן, אז וויבאלד דור געפינט זיך אין גלות, במילא דארפסט זיך אויסרעכענען מיט א ענין פארבונדן מיט אידישקייט, פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און פארשפרייטן תורה ומצוות, און פארשפרייטן מעיינות חוצה,

109ווארום דו זאלסט וויסן זיין, אז דו ביסט דער אמת'ער מושל ושולד אויף גאנץ מצרים, און ווי ס'איז דעמאלט געווען בפשטות אויף דער גאנצער וועלט.

110און דאס ווערט א הוראה אין תורה, וואס ”התורה היא נצחית”, ובמיוחד ווערט דאס א הוראה גלייך אין דעם אנהויבס פון דעם שיעור פון היינטיקן טאג,

111יום שלישי שוכפה בו כי טוב און ערב חנוכה אויך אלס דער טאג, און א עיקר'דיקע זאך אין אים, וואס דאס איז דער יום שלישי און דער שיעור פון שלישי ביז רביעי אין תרשת השבוע,

112אין פרשה מקץ, ביז וואנענט אז מ'זאגט גלייך בא דעם סיום פון דעם שיעור, אז יעדער מענטש, על אחת כמה וכמה בא אידן, איז דאך פארשטאנדיק

113אז די עיקר האפענונג און דער עיקר נחת ליגט ביי אים אין די קינדער און קינדס-קינדער וואס ער האדעוועט אויף און שטעלט אויף בנים ובנות עוסקים בתורה ומצוותי דארף ער וויסן זיין, ווי דער סיום פון דעם שיעור, אז דער סיום איז ”הפרני אלקים בארץ עני” אז אף על פי וואס מ'געפינט זיך בארץ עני אין גלות,

114שטייט מען דארט אין אן אופן פון הפרני, אז מ'מערט זיך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און מ'ווערט אלץ שטארקער, ווארום דאס איז סיי בכמות סיי באיכות,

115און דאס ווערט אזויפיל אונטערשטראכן, ביז וואנענט אז דאס ווערט ”שמו אשר יקראו לו” אין ארץ מצרים, על אחת כמה וכמה אין דער וועלט, צווישן אידן ווערט ער אנגערופן בשם אפרים,

116און בשעת ער טענה"ט, היתכן גלות איז דאך אים מבלבל, והא ראי' ער האט ניט מקריב געווען קיין קרבן, אדער מקריב געווען די בדרים אין תפילת ערבית פון היינטיקער נאכט, און מ'האט געדארפט יוצא זיין מיט ”תפילות במקום קרבנות תקנום” זאגט מען אים, אז אלס א הקדמה צו ”אפרני אלקים בארץ” אני,

117איז מצד די עלטערן, מצד יוסף'ן, איז געווען דער זעלבער ”אב אחד לכולנו” איז פריער געווען אז שנין ”אלקים את כל עמלי” אז דער אויבערשטער מאכט פארגעסן,

118די אלע שוועריקייטן וואס זיינען פארבונדן מיט גלות, איז דאך פארשטאנדיק אז דער פארגעסן ווערט בשלימותו, במילא איז דאך פארשטאנדיק אז דער המשך דערצו,

119איז ”פרני אלקים בארץ” אני איז דאס מיטן גאנצן שטורעם און מיט דער גאנצער פעולה, זייענדיק נאך אין ארץ אני אין זמן הגלות, און דאס היילט נאכמערער צו די גאולה האמיתית והשלימה.

120ובפרט נאך אז אפרני שטעלט זיך אויף בארצני, שטעלט זיך אויף בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובמנותינו,

121ביז וואנענט אז דאס שטעלט אויף א ”קהל גדול”, אפרני אלקים בארצני, און דאס היילט נאכמערער צו אז ס'זאל דורך דערויף נאכמער שנעלער קומען די גאולה וואס דער ”קהל גדול ישוב והנה” ”אין ארצנו הקדושה”, וואס זי געפינט זיך דאך אויך אין זמן הגלות און אין מצב פון גלות ווי ס'איז שייך גלות אין ארץ-ישראל,

122איז ווערט דארטן אויך כפרני אלקים בארצני און היילט נאך מערער צו די גאולה האמיתית והשלימה, ווי דערמאנט פריער, פון בנינו ובבנותינו ובנערינו ובזקנינו ווי דערמאנט פריער, ביז אין אן אופן פון ”קהל גדול ישובו הנה” אין ארץ ישראל, ווי ס'שטייט אין א מעמד ומצב פון ארץ ישראל בשלימותה,

123אלע נחלות מיט אלע ענינים מיט אלע שטחים פארבונדן מיט ארץ ישראל פון די שבעה הומות, ובדרכי נועם ובדרכי שלום, און

124אין אן אופן פון ”חכם ונבון כמוך” אין חכם ונבון כמוך וואס דאס איז דאך פארבונדן ”היא חכמתכם ובינתכם” מיט די זאך פון לערנען תורה און מקיים זיין מצוות און פירן זיך ווי די חכמת וביננת התורה הייסט,

125און דאס פועל גלייך און ברענגט גלייך, אז אין צוגאב צו ארץ שבעה אומות קומט אויך דער ירחיב הוי' הצבולך ארץ פון עשר אומות.

126וואס דערפאר איז אויך כרגיל, בהתוועדות כאלו, וועט מען יעדערן פון אייך געבן אן ענין של שליחות לצדקה, וואס צדקה איז דאך מקרבת את הגאולה און מזרזת את הגאולה, און אויך מאכט לייכטער דער ענין פון תשובה,

127וואס דעמאלט איז דאך יאב פרוטו לעני והאט דער מצלו איז דערנאך טוט ער תשובה קומט דאך דאס ארויס נאך שנעלער און נאכמער בשלימות, שנעלער נאך אפילו אין 'שעתא חדא' ורגעא חדא וכו כמדובר בארוכה, ובלשון לשון ההלכה דער פסק דין הרמב"ם,

128אז ס'איז א זיכערע זאך יבטיחה תורה אז ישראל איז עושין תשובה און ס'גייט אויך דער הבטיחה תורה אויפן המשך שבזה, ”ומיד הן נגאלין” און עס ווערט אפגעטאן 'בפועל ממש',

129”למטה מעשרה טפחים”, און אין אן אופן אין א 'נראה ונגלה', ווי גערעדט פריער בהנוגע צו דער דוגמא פון נרות חנוכה, ביז וואנענט אז ס'קומט ארויס בפועל דער הגליקו נרות בחצות קדשך ווי מ'זאגט אין דעם מל הנסאים פון חנוכה, אז מ'איז מקיים דאס, דער חצות קדשך כפשוטה,

130אין בית השלישי, ”מקדש אדון כוננו ידיך” אז יעדער איד און אלע אידן איז דאך ”משה ואהרן עמהם” שטייט אהרן און ער איז מעלה את הנרות והעלותך את הנרות מנורה זהב כולה בפשטות,

131עאכו' כו' ברוחניות אז ער צימט אן און מאכט ליכטיק די נשמה פון יעדער אידן, ביז וואנענט אז שלהבת אלה מעילי.''

132און דאס ווערט אנגעזען ניט נאר אין היכל וואו מ'האט אנגעצונדט די מנורה דאס פרענגט אויך איז ליקון אורות וחצות קדשך ומשם האורה ”יוצא בכל העולם כולו”, ווי די גמרא זאגט אויף דער מנורה,

133ביז אז דער עיקר איז דאך ”המעשה הוא העיקר” אז דער אויבערשטער קיט נאך, און ואדרבא ער וויל נאך מערער פון אידן, אז ס'זאל זיין דער ”מיד הן נגאלין” בפשטות ו”למטה מעשרה טפחים”, גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

134און ווי דערמאנט פריער אין אן אופן פון ”קהל גדול” אז מ'שטייט אין אהבת ישראל, ביז אין אן אופן פון אחדות ישראל, וואס דערפאר איז דאך ”קהל גדול” 'לשון יחיד', אף על פי וואס דערנאך זאגט מען יבוהו 'לשון רבים', אז רבים קערט זיך אום בנערינו ובזקנינו ובבנינו ובבנותינו,

135ווארום אט דער רבים, ביז הרבים אין אן אופן פון הפרני אלקים שטייט אין א מעמד ומצב פון קהל 'לשון יחיד', ניט קהילות נאר קהל, במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז דאס ברענגט ארויס דעם גדול וואס אין יעדערן פון זיי, ובפרט נאך אין אלעמען צוזאמען בגלוי ובפשטות,

136פון דעם רעדן אין אלע ענינים ווערט דער ענין בפשטות, ”למטה מעשרה טפחים”, ווי דערמאנט פריער אז ”מיד הן נגאלין” אז 'קהל גדול יבואו הנה' תיכף ומיד הנה אין 'ארץ הקודש', און דארט גופא אין ירושלים עיר הקודש, און דארט גופא אין הר הקודש, און אין בית המקדש,

137דורכגייענדיק די חצות טשך ווי דערמאנט פריער, און דאס ווערט אלע ענינים אויפגעטאן און אפגעטאן ”למטה מעשרה טפחים”, כאולה האמיתית והשלימה, ובפשטות ממש למטה מעשרה טפחים.

138ס'איז אבער ניטא דער וואס איז פאטל זיין, איז דאך פארשטן, און ס'איז פארשטאנדיק אז ס'איז פארשטאנדיק, אז ס'איז פארשטאנדיק אז ס'איז פארשטאנדיק אז ס'איז פארשטאנדיק,

139אז ס'איז פארשטאנדיק אז ס'איז פארשטאנדיק, אז ס'איז פארשטאנדיק, אז ס'איז פארשטאנדיק, אז

140ס'איז פארשטאנדיק אז ס'איז פארשטאנדיק, אז ס'איז פארשטאנדיק,

141אז ס'איז די בביאלד, איז דאך דאס

142וואס מבאר א ענינים, תמיד, און דערנאך פארשטאנדיק, תמיד, וואס איז דא נאמען נאך פארשטאנדיק, תמיד, און דערנאך פארשטאנדיק,

143תמיד, און דערנאך פארשטאנדיק, תמיד, און דערנאך פארשטאנדיק, תמיד, און דערנאך פארשטאנדיק, תמיד, און דערנאך פארשטאנדיק,

144תמיד, און דערנאך בפועל אזוי מ'וועט זיין געזינט און דן געזאגן, און דן מטה וואס זיינען כתובות כאן כתובות ”כאן כתובות בטובות” בטובות בטובות בטובות בטובות בטובות בטובות בטובות בטובות בטובות בטובות בטובות

145עמים וכו'.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions