עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

96 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1אין דעם סיום פון דער אגרת פון הוכח תחיח וואס דאס איז מען מסיים צו יט' כסלו, און דערנאך הויבט מען אן נאכאמאל פון שנה הבאה מתחילת פון תניא רעדט ער דארטן בכללות וועגן דריי ענינים,

2וועגן דעם ענין התפילה, וואס אויף דערויף איז דאך די התחלת האגרת פון הוכח תחיח און דערנאך וועגן ענין התורה, וואס אויף דערויף רעדט ער דארטן דעם ענין פון חלוקת השעת און די אופנים שבזה,

3און דערנאך זאגט ער, אז אזוי ווי בדורותינו איז קען מען ניט ממלא-זיין דעם מספר התעניות, איז דערפאר איז דער עציף דעם ענין פון שבת, און איז פון לימוד פון הלכות שבת, וואס דעמאלט איז ”מוכלין לו על כל עוונותיו”,

4און איז דערנאך מבאר דעם ענין פון שבת אין שמירה פון שבת און אין זכור פון שבת, און זאגט פריער, אז דאס איז דער ענין פון שמירת שבת בכל הפרטים, און דערנאך איז דא די פנימיות שבזה,

5וואס דאס איז די כוונת התפילה און תלמוד תורה, וואס דאס איז דער שבת להוי,"' וואס דורך דערויף ווערט דער ”לאתדבקה רוחה ברוחה”, וואס דאס איז ענין זכור בפנימיות, און דערנאך זאגט ער, אז בחיצוניות איז דאס די זאך אז מ'זאל זיין נזהר פון דיבור,

6און זאגט פריער, ווען ער זאגט דעם ענין בחיצוניות, פון שמירה, זאגט ער אז מ'זאל זיין נזהר פון מלאכות, על דרך ווי ס'איז געווען די שוויטה פון שמים וארץ גשמיים,

7און דערנאך רעדט ער וועגן די זהירות אין חיצ וועגן די שמירה בחיצוניות און דערנאך בפנימיות, אז דאס איז דער ענין פון שמירה פון דיבור, על דרך ווי ס'איז געווען די שמיתה פון דעם דיבור, וואס על ידי הדיבור איז ”נבראו את שמים וארץ גשמיים”.

8איז דאך לכאורה ניט פארשטאנדיק וואס קומט ער, וואס איז ער דא באווארנט ער מיטן צושטעלן, און צוויי מאל, דעם ענין גשמי, אז ס'וואלט געשטאנען סתם וואלט מען דאך געוואוסט, אז דער ענין פון שביתא פון מלאכה איז דאס דערפאר וואס איז דער ענין אזוי ווי ”ששת ימים אתה הוי'” אתה שמים ואתה ארץ און דערנאך וינפש,

9איז דערפאר דארף זיין אויך די שביתא פון מלאכה גשמית, און פון מלאכות, און אזוי איז אויך שביצה פון דיבור, ווארום על ידי הדיבור איז נבראו שמים וארץ און דא באווארן דער אלטער רבי צוויי מאל בא ביידע מאל דעם ווארט גשמי.

10און נאך אן ענין איז ניט פארשטאנדיק בכללות, וויבאלד אז דער ציווי פון שבת איז, אז ”ששת ימים אתה הוי' את השמים ואת הארץ וויום השביעי שבת וינפש” איז דערפאר דארף ביי א אידן אויך אזוי זיין, איז דאך ווי ער איז מסיים אין דעם אגרת הקודש,

11אז אזוי ווי דורך וואס איז מען נעשו שמים וארץ דורך דיבור האט געדארפט זיין דער איצור מיט דער אורייתא, ובפרטיות אויך אויף דיבור.

12און דאס וואס די גמרא לערנט דאס אפ לערנט מען דאס אפ פון דברי קבלה, ממציך אתצך ו”דבר דלאר שלא יהא דיבורך של חול, כדיבורך של” שבת כדיבורך של חול,

13און אין דערויף איז דא כמה הגבלות און כמה גדרים, ביז וואנענט אז מ'זאגט, אז דער וואס איז דאך נתענא פון דעם דיבור און ס'איז דאך ”וקראת לשבת עונג” איז ער גאר מותר בדיבור, און אין דערויף באשטייט זיין עונג שבת,

14משא"כ אויף מלאכה בפועל, העלפט זיך ניט אפילו אויב ער איז זיך מתענג פון דער מלאכה איז ער זיך אויך עסור בה, איז דאך לכאורה ניט פארשטאנדיק, ס'האט דאך געדארפט זיין דער עיקר היסור בדיבור, על דרך וואס בדיבור איז נעשו שמים וארץ און דערנאך זאל אויך קומען דער איצור המלאכה.

15און דערפאר איז זעט מען דאך, אז פון דעם זעלבן פסוק וואס דער אלטער רבי ברענגט פון שבת להוי אין דעם אגרת הקודש, זאגט ער אויף דערויף אין ירושלמי, אז שבת להוי אזוי ווי דער אויבערשטער האט שבט געווען ממאמר אט אזוי איז אף אתה שוות אויך מדיבור.

16איז אויף דערויף איז דא א הסברה אין מיר געפינען אזא ענין אויך אין אן אנדער ארט אין תורה, און דאס איז אין דעם ענין פון לאו שאין במעשים איז אזוי איז א כלל, אז אויף וואס פארא לאו איז מען מחוייב מלכות און קרבן איז דאס דוקא אויף א לאו שיש במעשים.

17בשעת ס'איז דא מערניט ווי דיבור אליין, איז אט דעמאלט איז דאך אין בו מעשה איז ער אויף דערויף פטור"ט.

18איז אמר ר' יוחנן, אז אויב ס'איז א דיבור וואס הקימת שפתיו בזה איז דעמאלט איז ”הקימת שפתיו הוי מעשה” און דעמאלט איז ער אויף דערויף מחוייב,

19ווארום הקימת שפתיו רעכנט זיך אויך נחשב כמעשה איז אבער אזוי האט ער געדארפט זיין חייב ביי אלע לאוין פון דיבור, אן אונטערשייד, זאגט מען אויף דערויף אבער כמה וכמה גדרים, און איינער פון די גדרים איז-אז מ'דארף זען, אז פון דעם דיבור זאל ארויסקומען א מעשה,

20איז וויבאלד אז ס'איז דא דער אקימא ספקא וואס הוי מעשה על כל פנים מעשה זוטה ווי דער רשב א שרייבט בא דעם אדם העונם, און על ידי דיבורו טוט זיך א מעשה, וואס על-דרך פון דעם לאו דחתימה מיט א שמח,

21וואס על ידי דיבורו איז דאך די בהמה הלכה ודשה און פוסקת מלאכל איז דאס דעמאלט איז ווערט דאס אויך פאררעכנט ווי א לאו שיש במעשה, אבער דיבור בעלמא ניט.

22זאגט מען אויף דערויף נאך אן ענין, אז ס'איז דא נאך א הוספה בזה, אז אויב ס'איז דא אן אופן וואס מ'קען אויב דאס איז א לאו וואס שיש בו מעשה,

23איז דעמאלט, אויב אפילו פון דיבורו איז געווען באופן כזה, אז ס'איז ניט געווען מעשה, איז אט דעמאלט ווערט דאס נגרר אחרי האופן שיש בו מעשה און ער איז לוקח אויך אויפן אופן וואס איז אין דערויף ניט געווען קיין מעשה.

24דאס אויס בדרך דוגמא, אז ס'איז דאך דא דער לאו פון ”לא תעבד בו עבודת” פרך אדער לא שמחרנו ממקרת עבוד וואס דער אופן פון מחירת עבד איז דאך על-ידי מעשה, אז מ'פלעגט אים נעמען און ברענגען און אוועקשטעלן אויפן אבן הטוב און פארקויפן, איז אויב אפילו ער האט דאס געטאן אין אן אופן שאין בו מעשה,

25אז ער האט אים פארקויפט ממקרת עבד, וואס דען?

26אן א מעשה בדבר, וויבאלד אבער אז דאס קען געטאן ווערן מיט אן אופן שיש בו מעשה איז אפילו במקרה שלו, וואס ער האט אין דערויף קיין מעשה ניט געטאן, איז ער אויך מחוייב מלכא.

27וואס אויף דערויף איז די הסברה, אז וויבאלד אז בא דעם אויבערשטן איז דאס געווען אזא דיבור, שיש בו מעשה, ווארום ”בדבר הוי' שמים נעשו” איז דערפאר איז אין דערויף דא די הגדרה, אז דאס איז אזא דיבור, און אזא מין לאו,

28וואס דיבורו של הקב"ה איז דאך ”מי מיעקב בידו”, און וויבאלד אז הוא אמר איז גלייך געווען ויהי אז ”יהי אור ויהי אור” און אזוי די אנדערע עשרה מאמרות, איז אזא דיבור ווערט גערעכנט בשם מעשה.

29וואס דערפאר איז אויך איז דיבורו של הקב"ה אפילו אט דעמאלט, וואס ס'איז דאך ”צדיק גוזר והקב"ה מקיים” קען ער דאך דערנאך, ווי ס'האט זיך גערעדט אין מאמר כתפילתו של חוני המעגל אז ער קען די מעשה זאל דערנאך ניט קומען,

30איז אעפ' כן, וויבאלד אז על דרך הרגיל איז דיבורו ”של הקב"ה חשוב” מעשה איז למעלה ניטא קיין חילוק פאר וואס פאר א דיבור ס'זאל ניט זיין,

31דערפון איז אויך פארשטאנדיק, אז למטה, וויבאלד אז פון דעם דיבור קומט ניט ארויס קיין מעשה איז דאס על דרך ווי אין א לאו וואס ס'איז דא מערניט ווי דיבור, און אן מעשה בדבר, איז דערפאר איז דאס למטה דער דיבור אן מעשה שבזה, איז דערפאר איז אויף דערויף ניטא דער ענין פון שויתי ווי ס'איז דא למעלה.

32דערביי איז אבער ניט פארשטאנדיק, אויב אזוי האט ער דיבורו של האדם געדארפט זיין לגמרי מותר, וויבאלד אז דאס איז וואס הקב".הקב".השבט איז דאס פון א דיבור וואס שיש במעשה איז דאך אט דער דיבור שאין במעשה לגמרי דערצו קיין שייכות ניט.

33אויף דערויף קומט אבער צוגיין דער ענין פון דברי קבלה, וואס ”ערבין עלי דברי סופרים יותר מדיינו של תורה”, וכמבואר בארוכה, אז דורך דברי קבלה איז זיי האבן מוסיף געווען בא חביבותם של ישראל הקדוש ברוך הוא, און זיי פארבינדן די אידן נאך מערער און נאך טיפער מיט דעם אויבערשטן,

34וואס דערפאר איז דאך ”חומר בדברי סופרים מדברי תורה” און ערבים ”דברי סופרים יותר מדברי תורה” בשעת מ'פארבינדט זיך טיפער מיט דעם אויבערשטן איז אדער דעמאלט איז דאך עבד מלך מלך

35איז ווערט אין זיין דיבור אויך אין אן אופן וואס דבריהם של צדיקים זיינען דאך פועל פעולתם זיי ברענגען זיך 'לידי מעשה', וואס דערפאר איז אויך, א איד ווען ער שטייט בגלוי אין דער תרגא פון ”ועמך כולם צדיקים” אז דאס איז ניט נאר מצד זיין נשמה,

36נאר דאס איז מצד זיין 'מחשבה דיבור' ומעשה איז דעמאלט איז דאך ”צדיקים דומין לבוראן” אז א ”צדיק גוזר והקב"ה מקיים” איז דאך דאס א דיבור ”שמביא לידי מעשה”.

37דורך וואס קומט ער צו דער דרגא?

38דורך די עבודה אין חומר דברי סופרים און ”ערבים עלי דברי סופרים”, איז דערפאר איז אין דברי סופרים איז דאס דער זעלבער דיבור ווי דיבורו של הקב"ה, איז דערפאר איז דארט דא אן איסור אויף דעם דיבור

39וואס דאס איז אויך אין דין הנגלה, איז אויך בא וועמען זאגט מען, אז דיבור איז לא כחשיב מעשה איז דאס מערניט ווי ביי אנשים פשוטים, ווארום בא זיי איז זיך ענינם ווי אזוי זיינען זיי פועל פעולתם איז דיבור ”לא כעביד מדה” ער דארף דאס טאן במעשים.

40אז יוצא מן הכלל, מי ”שנתמנה פרנס על הציבור” איז ער דאך חסר במלאכה, ווי אזוי טוט זיך אויף זיין מלאכה על ידי אמירתו?

41טוט זיך דאס אפ על ידי אחרים, ובפרט נאך דער תכלית העילוי אין פרנסה אל הציבור, וואס דאס איז די דרגת מלך איז ביי אים איז דאך פארקערט, דער גאנצער ענין פון מלך איז דאך חסר במלאכה,

42נאר ”דבר מלך שלטון אמר” מלכא עקר טורא איז דערפאר איז ביי אים איז ביי א ”מאן מלכי רבנן” זייער דיבור איז כחשיב מעשה און די וואס שטייען אין דער דרגא פון ”מאן מלכי רבנן” וואס דאס איז די 'כללות ענין' פון תורה שבעל פה פון דברי סופרים און דברי קבלה,

43איז זייער דיבור איז על דרך פון דיבורו של הקב"ה וואס כחשיב מעשה איז אין דערויף גופא איז דא נאך א הגדרה נוספת, מ'פרעגט א קשיא, וויבאלד אז מ'וועט זאגן אז דאס וואס לאש ”אין בי מעשה אין ליכין עליו” איז בשעת ס'איז ניט געקומען 'לידי מעשה' בפועל,

44אויב אבער ס'קומט 'לידי מעשה' בפועל על ידע איז ניט נוגע זיין מעשה, אויב אזוי האט געדארפט זיין דער דין, אז דער וואס איז מה שהחמים איז ער דאך קיין מעשה אין דערויף ניט געטאן, אבער על ידיו איז דאך געווארן איז דער חמץ ניט פארברענט געווארן, דאס הייסט א היפך הענין פון מעשה,

45און על דרך זה איז ידוע אט דער וואס לאזט זיך זאל ער מגלח זיין זאל פסק'נט דער רמב"ם, אז אויב ער איז מסייע, איז דער הניקה אויך חייב, אויב ער איז ניט מסייע, ער זיצט אזוי סתם, איז ער דעמאלט אין מלוקה, דערפאר וואס אין בו מעשה.

46פרעגט מען אויף דערויף די קשיא פון זיין אפילו בהדר הסיוע, אבער אט דאס וואס ער שטערט ניט איז דאך על ידי ”זה נעשה מעשה” אויב אזוי האט ער דאך געדארפט זיין חייב, אפילו ווען ער איז ניט מסייע אויך, וויבאלד אז על ידי זה איז העדר המניעה שלו איז דאך נעשה מעשה וואס ער ווערט א ניכון.

47שטייט אויף דערויף די הסברה, אז במה דברים אמורים אז די מעשה, עוד מעשה שבא על ידיו, איז ער אויף דערויף חי ר, אויב אפילו ס'איז ניט געווען מעשה מצידו, ווען על כל פנים ממנו איז געווען א מעשה זוטה לכל הפחות דיבור.

48על דרך ווי בחתימה וואס צי מ'איז דאך צימן הקליים בקול איז ער זאגט א דיבור, און על ידי דיבורו איז דא נאך א מעכת, אבער מצידו איז דא אויך אן ענין של דיבור לכל הפחות,

49בשעת אבער מציד איז אפילו קיין דיבור אויך ניט געווען, מערניט ווי מחשבה אליין איז דאס איז אים ניט מקשר מיט די מעשה של הזולף, דערפאר איז ער אויף דערויף קטן.

50דערפון איז אויך פארשטאנדיק בהנוגע לצדיקים, וואס דומים לבוראן א מחשבה פון צדיקים, איז אין וואס איז דאס שייך אין ענינים פון עבודת הבורא, עבודת התפילה און אין עבודת התורה, וואס אף על פי וואס אין דערויף דארף דאך זיין די הגדרה לחיים הם ”למוציאיהם למוציאיהם בפה”,

51אבער בכל זה, אפילו אז ער איז מהרהר במחשבה, איז אויך דא דער ענין פון תלמוד תורה, כאטש אפילו אז דאס איז ניט מן המובחר, נאר בדיבור איז דאס ניטא.

52וואס דערמיט איז אויך פארשטאנדיק, פארוואס עפעס לכאורה, וויבאלד אז מ'זאגט אז מ'איז מדמה להקב"ה איז ווייט מען דאך, אז מדיבורו של הקב"ה זיינען נבראו עלמא דית גליא דישמים וארץ, וממחשבתו של הקב"ה,

53איז ווי דער רבי זאגט, זיינען נברא געווארן ”עלמון סתימין” דלאית גליון וואס דאס איז אויך די גאנצע עלמות אין מספר נאך מערער ווי די ”עלמון דיתגליון”.

54וויבאלד אז מ'זאגט אז הקב"ה שלח, פון דער מעשה הבריאה האט דאך לכאורה געדארפט זיין, איז דאך געווען די שויצה אויך פון די בריאות 'עלמאן סתימין', האט דאך געדארפט זיין אזוי אויך למטה די שויצה פון די מחשבה אויך די בריאה פון שמים וארץ רוחני.

55אט דאס אבער באווארנט דער דין אין נגלה, אז במה דברים אמורים המעשה איז פארבונדן מיט אים ווען ביי אים איז דא א דבר הקרוב אל המעשה, וואס דאס איז דער ענין אל הדיבור, ווען מ'זאל מקשר זיין זיין מחשבה מיט די מעשה של הזולת איז דאס א ריחוק הערך אפילו ביי אים פון זיין מחשבה מיט זיין מעשה,

56על אחת כמה וכמה ווען ס'קומט נאך צו א הפטיק וואס דאס איז די מעשה של הזולת מיט זיין מחשבה.

57משא' כן בהקב"ה, וואס דארט איז דאך אין דבר מפרד הימנו, איז דערפאר איז צווישן זיין מחשבה מיט עלמוד סתימון דלאות גליא ניטא אט דער הערטער.

58במילא קומען מיר ארויס צו דעם ענין, אז אזוי ווי אין דין הנגלה איז, אז מצד די ענינים פשוטים שבתורה, פאר אנשים וואס האלטן נאך אין תחילת העבודה,

59במילא איז ביי זיי נאך ניטא דער אופן פון ”צדיק גוזר והקב"ה מקיים” זיי האלטן נאך ניט בא דער דרגא פון עבד מלך מלך וואס א מלך איז דאך ”אמר מלכא עקר טורא” ווארום ער שטייט נאך ניט אין א ביטול ”כעבדא קמי' מרי” במילא איז פון זיין דיבור קומט ניט ארויס קיין מעשה,

60איז דאס ניט בדוגמא לדיבורו של הקב"ה, וואס דארט איז אפילו באדם על דרך זה איז חתימה ווערט אנגערופן בשם מעשה דערפאר וואס ס'קומט ארויס א מעשה אין דעם 'נפש הבהמית', אין דער בהמה, בשעת אבער ביי אים איז דאס ניטא איז דאס דעמאלט ניט בדוגמא צו די שויתי של הקב"ה.

61בשעת ער האט א שייכות צו דברי סופרים און דברי קבלת, דאס הייסט ווי מ'האט גערעדט, אז ער האט אויף זיך די גדרים וסייגים די שמירה פון תורה שבעל פה, וואס

62דאס שטעלט אים אוועק אין דעם אופן הביטול פון עבדא קמי מרי פון 'עבד מלך' ווערט ביי אים אויך דער קרב להידנע ועדהן דער עבד מלך מלך אז דיבורו איז כעביד מעשה איז דערפאר איז אויף אים חל די שוויצע פון דיבור,

63קומט אזוי ווי ס'איז ווי ער זאגט אין ירושלמי אז שבת להוי' מה הוא איז אתה שבת מאמירה איז אף אתה שבית מאמירה.

64בשעת אבער ס'קומט צו מחשבה, און אט די מחשבה דארף מען פארבינדן מיטן מעשה הזולת איז אט דא איז דאס לגמרי ניט גלייך ווי דאס איז געווען בא דעם אויבערשטן, ווארום ביי אים איז דאס ניט קיין דבר נפרד, במילא איז זיין מחשבה פארבונדן מיט דעם עלמא סתימין דלאות גליון,

65אז מחשבה של האדם מיט א פעולה של הזולת, איז אויב ער איז ניט מסייע איז דאס אן ענין שאין במעשה שלו כלל.

66און דערפאר קומט דערפון ארויס, אז א מחשבה איז אמת טאקע, איז די גמרא זאגט, אז א חסיד דארף אפילו מזהר זיין פון הרהור אויך, אבער דאס איז אן ענין הזהו חסיד, ווי ער זאגט אין תיקוני זהר און דער רבי ברענגט דאס אראפ אין תניא,

67אז מתחסדים כאן די לו אז ער איז אינגאנצן ניט קיין מציאות פאר זיך, ס'איז מערניט וואס ער איז פון ”בני עלי'” וואס ער וויל מאכן כעבדו וואס ער איז בפשטק בגינזא דמלכא, און וויל מאכן א קען שבריכו דא למטה, פאר זיך איז ער קיין מציאות ניט,

68וויבאלד אז ער איז פאר זיך קיין מציאות ניט איז ניט שייכות זאגן, אז ס'איז דא א דבר הנפרד ממנו, ווארום ס'איז ניטא פון וואס צו זיין קיין נפרד ס'איז זיין גאנצע מציאות איז דאס די מציאות האדון.

69בשעת ער איז אין א דרגא פון ”מעשה בחסיד אחד”, וואס יצא לאיים בשדהו, וואס איזהו חסיד אז מ'איז חסד אים כאן דערלי אז לגרמי איז ער לגמרי קיין מציאות ניט,

70במילא איז דאך ביי אים ניטא קיין נפרד, איז ביי אים די זעלבע זאך ווי ביי הקב"ה, וואס יהרהור האט בורא געווען עולמו און דערפון איז אויך געווען שביתא לאחר ששת ימי בראשית וויום ”השביעי שבת וינפש” אט אזוי איז ביי אים איז אויך דער יהרהור איז דוקא יהרהור אויך ניט זיין, און ווי די גמרא איז מסיים דאך דעם גאנצן סיפור המעתה שבזה.

71און אט דאס איז וואס דער אלטער רבי זאגט, אז תורה איז דאך על הרוב תדבר, איז דערפאר איז דער פתח-דין אין תורה איז, אז מלאכה איז אסורה לרוב בני אדם, ”משא' כן דיבור” איז דאס מערניט ווי מ”דברי סופרים ומדברי” קבלה, איז דערפאר באווארנט דער אלטער רבי, אז די שויתא איז דא פון דעם ענין פון שמים וארץ גשמיים,

72דערפאר וואס צו 'עלמין סתימין' דלאות גליען איז דאס איז אן ענין פאר ראיתי ”בני עלי'” והם הוא עטים ווי ער זאגט אין תניא, אז דארט איז אן עבודה פון הזה' חסיד אז מתחסדים כאן די לו איז דאס איז אבער והם הוא עטים און 'התורה על הרוך תדבר', איז דערפאר איז די באווארעניש פון שמים וארץ גשמיים.

73און אין דערויף איז אויך דא די שני חילוקים, אז בחיצוני איז אט די וואס זיי זיינען שייך צו עבודה חיתוניות, ער האט דער 'לימוד התורה' בחיתוניות, און ער האט דער 'קיום המצוות' בפועל בחיתוניות,

74במילא איז אויף אים איז דא מערניט ווי דער ענין פון מעשה אליין, ווארום צו עבודה פנימית איז ער נאך ניט צוגעקומען, איז ביי אים איז נאך ניטא דער ענין פון עבד ”מלך מלך אמר מלכא” עביד טורה בשעת ער קומט צו דער עבודה פנימית וואס דעמאלט שטייט ער אין אן אופן פון וכל הפחות ווי אן 'עבד מלך', במילא איז אויף אים אויך חל דער ענין פון אמר מלכא,

75עקב טורא איז אט דעמאלט דארף ער אויך שבט זיין פון דעם דיבור וועלכן ס'ווערט דער ארץ ושמים גשמיים, על דרך ווי ס'איז געווען אין דעם שבת להוי וואס מה הוא שבת מאמירו,

76וואס בעבודה רוב בני אדם איז דאס די בריאה פון שמים וארץ גשמיים אזוי איז ביי אים אויך דער ביסור אין דעם דיבור וואס איז פארבונדן מיט ”שמים וארץ גשמי” אויף דערויף פרעגט מען א קשיא,

77ווארום ס'איז דא א חילוק אין דערויף, אין דער ענין פון שבועה בא שבועה איז דאך אן ענין פון דיבור, און אף על פי כן איז בא שבועה שקר איז ער חייר מלכות,

78במה דברים אמורים?

79אויב דאס איז א שבועה שקר, וואס אין דערויף איז געווען דערנאך א מעשה.

80אויב אבער ס'איז כמעשה ניט געווען איז דער קטל.

81דאס הייסט, אז ”שבועה שלא אכל ואיכל” איז לוקא כאטש אפילו ווי פריער איז געווען מערניט ווי דער ענין פון דיבור אליין ”שבועה שאוכל ולא אכל” איז אינו לוקא איז דערפאר וואס אין דערויף איז כמעשה לגמרי ניט געווען.

82וויבאלד אז מ'זאגט, אז אויב ס'איז אין אזא ענין וואס א דיבור איז פארבונדן מיט מעשה איז אויב ס'איז געווען אפילו אין אן אופן שאין במעשה איז ער אויך חייב, וויבאלד אז ס'קען זיין אין דערויף א מעשה אויך, איז דאך לכאורה האט ער געדארפט זיין איינס פון די ביידע, אדער ער האט געדארפט זיין אלעמאל פטור אדער אלעמאל חייב,

83ווארום ס'איז דא אין דערויף די שני שיטות, צי אויב ס'קען זיין על-ידי מעשה און בלי-מעשה איז אויף ביידע אופנים פטור אדער אויף ביידע אופנים חי און בא שבועה איז מען מחלק, און מ'זאגט, אז אף על פי וואס נצידה איז געווען מערניט ווי דיבור אליין, איז אויב דערנאך איז ארויסגעקומען א מעשה ביי אים איז ער חייב, און אויב ס'איז ניט ארויסגעקומען קיין מעשה איז ער פטור.

84ס'שרייבט אויף דערויף דער חינוך, אז שבועת שקר איז אנדערש און שבועת ביטוי, דערפאר וואס משום החומר שבדבר.

85אזוי ווי א שבועין זאגט דאך די גמרא אין שבועות, אז נתדעזה כל העולם איז מצד החומר שבדבר, איז אף על פי שאם במעשה איז ער אויך חיים.

86וואס איז דער חומר פון שבועין וואס דערפאר איז נתדעזה כל העולם?

87איז דער צמח צדק מבאר אויף דעם ענין פון ”משביעין אותו תה' צדיק ועל תה' רשע” אז דער ענין פון משביעין משביעין כפשוטו איז דאך אז מ'גיט אים א שבועה, אבער אין דערויף איז אויך דא דער ענין פון לשון שבע וואס כפשוטו, וואס טוט-אויף וואס מ'איז נשבע, נשבטי והקיומה,

88”נשבע לקיים את המצוה” וואס בשעת ער פארבינדט זיך מיט א שבועה האט ער אין זיך א תוספת-כח פון כחות נעלמים אויף ביישטיין דעם ענין וואס ער האט אויף זיך גענומען בשבועה, ווארום דאס איז ממשיך פון כוחות פנימיים יוצר.

89פארוואס איז דאס ממשיך פון כוחות פנימיים יוצר איז ווי דער צמח צדק איז מבאר דערפאר וואס דאס דערגרייכט שביעה בשביעה דאס פארבינדט דיין פנימיות הנפש מיט די פנימיות שלמעלה.

90וואס אט דערפאר איז בא שבועה איז דא דער לאו שאין במעשה און אף על פי כן לא תין עליו וויבאלד אז לכל הפחות לאחרי זה איז סוף כל סוף איז דאס אראפבאקומען אין א 'בפועל ממש' ”שבוע שלא יאכל לא יאכל”.

91נאר דאס איז אויך דער וואס דאס גיט א כח, אז מ'זאל קענען משביע זיין די 'נפש האלקית' קודם שירדה ”ונתלבשה בנפש הבהמית”, ווארום דאס וואס די גמרא זאגט משביעו ניט איז דאך דאס כשעבלד בימי עיניו און מ'איז אים משביע על העשים וואס לכאורה האט דאך דאס קיין ארט ניט, מצד החומר שבדבר,

92וואס דאס איז ממשיך פון זיין פנימיות הנפש, וואס זיין פנימיות הנפש איז פארבונדן מיט די פנימיות שלמעלה, וואס דארט איז למעלה מכל הגדרות, איז דאך דאס אויך למעלה מן הזמן, איז דארט איז דאך דער היו הוה ויהי יקיע אחד איז דאס ניט אן ענין וואס מ'איז משביע על העתיד און מ'איז משביע על ההובר, ווארום דער הובר מיטן עתיד מיטן עבר שטייען אין דער זעלבער נקודה.

93און דערפאר איז קען מעל זיין העלפט אט די שבועה על כל הימים הבאים לאחרי זה, אז דאס גיט אים כח ער זאל בייקומען די מלחמת היצר,

94און ביז וואנענט, אז אויב ער איז עובד ”עבודתו בשמחה ובטוב לבב” איז אט דעמאלט איז דא דער ”פדה בשלום נפשו” אז ער איז מנצח פון מקרב לידי מלחמה אין אן אופן פון א ”פדיה בשלום”, דורך דערויף וואס ברבים היו עמדי דעם נפש אלקית צוזאמען מיטן 'נפש הבהמית' ווערט דאס עמדי און דאס ברענגט אראפ, ווי ער זאגט אין גמרא,

95אז ”פדני אני ולבנון מבין אומות העולם” אין דער גאולה האמיתית והשלימה ”על ידי דוד מלכא” משיחא.

96לחיים וחיים.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions