transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1מ'האט דאך גערעדט פריער כמה פעמים, אז די אלע ענינים וואס מ'האט געוואלט און וואס מ'וויל און וואס מ'האפט איז דאס מכל אחד ואחת בישראל, אז שלא כדעת הטועים ואומרים, אז דאס איז אן ענין וואס ס'איז דא א חילוק וואס דאס איז מעלה און דאס איז נידעריקער דערפון, און דערפאר האט מען מלחמה כאילו אז מ'דארף חס ו”שלום משנה זיין אין תורה” כדי אויסצוגלייכן,
¶2דער ענין פון נשע, אז זי זאל שטיין העכער ווי זי שטייט על-פי שולחן-ערוך, נאר אדרבא, פונקט אזוי ווי בא מתן תורה איז דאך געווען די התחלה פון כת ”אומר לבית יעקב אלו הנשים ותגיד לבני ישראל אלו האנשים” און ווי דער מדרש איז מבאר בארוכה,
¶3אז דאס איז געווען דער ציווי במיוחד פון דעם נותן התורה פון דעם אויבערשטן צו משה רבינו, אז ער זאל געבן די תורה זאל דאס זיין בהכנה פון התחלת הדיבור אים הנשים תחילה ועם האנשים לאחרי זה.
¶4אט אזוי איז אויך בשעת תורה איז אוועקגעגאנגען מיט אידן פון מתן תורה אן, ועד ימינו זה, און ווי דער רמב"ם שרייבט, אז ”התורה זו לא תהי' מוחלפת” עד סוף כל הזמנים, ווארום די תורה איז דאך א נצחית איז דאס אויך אין דעם סדר, אל בית יעקב און דערנחל בני ישראל.
¶5וואס אזוי איז דאך אויך כפשוטו, אז מ'זעט בשעת מ'דארף אויפשטעלן און אויפהאלטן א בית בישראל, הויבט זיך דאס אן פון עקרת הבית, וואס דער טיטול איז דאך ניט אויפן מאן, נאר אויף דער פרוי,
¶6און אט אזוי איז אויך אין דעם ”פדה בשלום נפשי כי ברבים היו עמדי”, און ”מקרב לי כי ברבים היו עמדי” וואס ס'דארף זיין דער ”העסק בתורה וגמילות חסדים”, ומתפלל אים הציבור, זאגט מען דאך אויף דעם, אז ווי אזוי קען זיין 'העסק בתורה' זאל זיין מתוך במנוחה ובטהרה איז דאס זיין דער ישא אשה און זי זאל זיין אן עזר,
¶7וואס דעמאלט וועט זיין דער עוסק התורה כדבעי במנוחה ובטהרה.
¶8בהנוגע צו בעסק 'בגמילות חסדים' זאגט דאך די גמרא אין תענית, אז דער צדקה וואס דערמאנט פועל"ט דאס ניט אזוי שנעל ווי די גמילות חסדים וואס ווערט געגעבן על ידי הישה.
¶9ועל דרך זה בנוגע למתפלל אים הציבור, איז דאך דער ענין התפילה איז דאך אין דערויף דא וואס מ'דארף צוזאמענקלייבן אין אן אופן אז ס'זאל זיין דער ענין דוקא מתוך מנוחת הנפש, וואס דאס דארף דאך תפילה האבן נאך מערער ווי 'לימוד התורה',
¶10זאגט דאך דאך אויף דערויף די גמרא אין עירובין, אז רב אשי האט געזאגט, אז ליומא דאמר לי אים קריבו קוד חאיר האט דאס אים מבלבל געווען צו עבודת התפילה ג' ימים, ווארום מ'דארף האבן א רואיקע קאפ, איז ווי אזוי איז דאס?
¶11בשעת ס'איז ניטא קיין בלבולים מהעולם שמחוצו מנה, און מ'איז אים ניט מבלבל מיט דרישות ובקשות ותנאים, וואס אט דעמאלט קען זיין דער ומתפלל אים הציבור כדבעי, מתוך אין אן אופן מתוך מנוחת הנפש, מיט אשימת לב ביז מיט א ”ד' לפני מי אתה עומד”.
¶12וואס דערפאר איז דאך דא אין דעם ענין התפילה זאגט דאך פריער די גמרא, אז תפילה איז דער ענין פון רחמי, דער ”קא סלקא דעתך”, אז נשים זיינען אויך אין דערויף מחוייב, אף על פי וואס דאס איז א מצוה שהזמן גרמא, אדער א מצוה די רבנן שהזמן גרמא, און אפילו אז מ'זאגט אז אין פטורות איז דאך אויך דא אין דערויף די כמה פרטים,
¶13וידעות ווי אזוי ס'איז דא דער חיוב, נאר וואס דען?
¶14ניט אין דעם נוסח און ניט אין די זמנים און ניט מיט אזא מין דיוק.
¶15דער עיקר אבער על דרך ווי מ'זאגט ביים גאנצן ענין פון מצות השת 'הזמן גרמא', אז דאס קומט דורך דעם וואס זהיר ממלא די ענינים וואס ספירת המלכות דארף אויפטאן אט אזוי איז אויך בהנוגע לעבודת התפילה,
¶16וואס דאס איז דאך דא אין דערויף די אלע תנאים וואס דער רמב"ם רעכנט זיי אפ, די עשרה תנאים, וואס תפילה איז דוקא בסדר, וואס דעמאלט איז זי ממלא את תפקידה, כדי אט די תנאים זאלן נתקיים ווערן דארף מען האבן דעם קרום אדם חטים מביא,
¶17”חטים אוכל חטים כוסס” דארף מען האבן דעם עזר, אז זי זאל מאכן דערפון א מאכל אדם, אט אזוי איז אויך אין כללות הענינים איז דאך א נשמה פארבונדן מיטן גוף, וואס גוף איז פארבונדן מיט צרכי הגוף,
¶18און מ'דארף דאך זען אז די צרכי הגוף זאל יסלק מחשבתו פון בלבולי הגוף, און ער זאל מתפלל זיין במחשבה לפני מי אתה עומד צו אים למי שמתפלל אליו, כדי אראפצונעמען אט די מניעות ועיכובים, איז דאס טוט זיך אויף דורך דער עבודה פון אט די אויף וועלכע מ'האט געשטעלט דעם טיטול אז זי איז אן ”עזר כנגדו”.
¶19וואס דאס איז אויך בכללות וואס מ'זעט דאך אין שיחות רבותינו נשיאינו, און אויך אין די מאמרים, אז מ'האט מפליג געווען און מגדיל געווען אין דעם גודל האחריות וואס ס'ליגט אויף עקרת הבית,
¶20און אין גודל הענין וואס ס'ליגט אין חינוך ניט נאך פון די בנים, נאר אויך פון די בנים, און אין דער גודל הזכות, וואס באמת איז דאך דאס מיוסד אויף מאמר הגמרא, אז די נשים וואס זיי זיינען במה זכי ם, דורך דערויף באקרוי' ואתנוי"ו נטרי' בעליהו ווען זיי קומען מבי קנישתא איז דאך ידוע אין דערויף דער חילוק.
¶21אז אט דאס וואס דער בעל לערנט קען זיין אין דערויף אריינגעמישט א פני אן ענין פון לימוד שלא לשמה אדער עשיית מצוה שלא לשמה אט די וואס בא זיי איז דער ענין פון אקרוי והסנוי ונטרי לבעליהו איז דאך צו זיי דערגייט דאך ניט די פני וואס דער לומד האט אדער וואס דער מתפלל האט,
¶22בא זיי איז דאך מערניט דער ענין וואס זיי זיינען אקרוי והסנוי ונטרי לבעליהו בלייבט בא זיי דער שכר נאך מערער ווי דער וואס ס'האט, דער לומד און דער מתפלל, בשעת ס'מיסט זיך אריין א ענין צדדי, וואס דעמאלט איז דאס ניט תורה בשלימותה און ניט תפילה בשלימותה.
¶23וואס דערפאר איז דאך אויך ארויס דער פסק און די הוראה פון דעם רבי'ן נשמתו עדן דער אביו פון דעם רבי'ן דעם שווער, דעם נשיא, אז אפילו בלידת בה זאל מען אויך זאגן און מברך זיין און זאגן ”לגדלה לתורה ולחופה ולמעשים טובים” לתורה אויך,
¶24ואדרבא לתורה מלכתחילה, ווארום זיי האבן דעם ריכטיקן שכר אין דעם אקרוי ואסנוי ונתרא לבעלייהו וואס דאס איז דער ענין פון לימוד הגמרא.
¶25ואדרבא, כאמור לעיל, איז דערויף מאכט ניט קליא די פניי צדדות דער ענין פון שלא לשמה וואס קען זיך אין דערויף אריינמישן.
¶26וואס דאס איז אויך פארבונדן מיט דער גאולה, כידוע, אז ס'איז דאך דא דער סיפור וואס דער אלטער רבי איז געווען דער פדיון פון דער טאכטער זיינער, וואס זי האט געזאגט אז זי וועט אים מחליף זיין, און דערנאך, לאחרי שנים, איז דער כיתוק נאך אלץ אנגעהאלטן ביז וואנענט ס'איז געקומען דער מאסר, און דערנאך איז געווען די גאולה, וואס דאס האט דאך געקענט זיין לאחרי
¶27האט מחליט געווען און האט געטאן כל התלוי בו כדי ס'זאל בלייבן דער מקור אויף תורת החסידות און דערנאך זאל דאס אראפקומען בפועל.
¶28וואס דאס איז אויך א הוראה לכל הדורות שלאחרי זה, ככל פרטי המאסר והגאולה והענינים השייכים לזה, אז ס'זאל נמשך ווערן דוקא אין אן אופן פון טוב הנראה והנגלה, און אין אן אופן מתוך שמחה וטוב לבב, און אין אן אופן מתוך הרחבה,
¶29זאלן זיין די בנים בישראל און די בנים שבישראל, זאלן זיי אלע טאן יעדערע און יעדערע וואס ליגט אויף יעדערן פון זיי, און מיט דעם סדר ווי ער זאגט ”סאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל” הנשים און דערנאך והאנשים, און דאס וועט זיין פון מתן תורה,
¶30אויף דערנאך אוועקגיין לקבל פני משיח צדקנו בבנינו ובבנותינו בנערינו ובזקנינו בעגלא דידן.
¶31לחיים ולבבה.