עברית
Library

transcript · Yiddish

Text

35 sections

Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.

1י'ט'כסלו תשל"ה.

2ווי פאר זיך אליין, אדער פאר א חוג מצומצם פאר א באשטימטן קרייז פון אידן,

3נאר דוקא דערפאר וואס ער האט געוואלט אז ס'זאל זיין ”יפוצו מעינותיך חוצה” אז דאס זאל אנקומען דער ענין פון תורה ומצוות אין אידישקייט צו יעדער אידן,

4ביז אפילו צו אזא אידן וואס געפינט זיך על פי תורה ווערט דאס אנגערופן דער ארט, כמעלה ומדריגה, אין וועלכע ער געפינט זיך בשם חוצה כאטש אפילו תורה זאגט, אז מ'דארף מלמד זיין זכות אויף יעדער אידן,

5געפינט מען ניט אויף אים קיין ענין פאר וועלכן מ'זאל אים זאגן אויף אים אז ער געפינט זיך אין פנים, איז נוסף אויף דערויף וואס בכללות האט ער געוואלט אז אויך אהינצו זאל צוקומען תורה ומצוותי וואס דאס איז דאך כולל אלע ענינים פון אידישקייט,

6וואס אין אידישקייט איז דא טא מערניט ווי די ענינים פון תורה ומצוות, אויף וועלכע ס'שטייט ”לא תוסיפו ולא” תגרעו, האט ער נאך געוואלט אז וואס און אין וואס פאר אן אופן זאל אהינצו צוקומען אידישקייט און תורה ומצוות, ווי דאס ווערט אנגערופן בשם מעיין וואס מעיין איז דאך דער טייטש,

7דער קבל, פון וואנענט דאס ווערט גענומען?

8וואס דערפון איז פארשטאנדיק, אז ער האט זיך ניט באגנוגנט אז ס'זאל אנקומען אהינצו ביז אין חוצה די ענינים פון אידישקייט, ומעשה הוא העיקר וואס דאס איז דער עיקר, אבער ס'קען נאך זיין נאכמערער,

9און וויבאלד אז ס'קען זיין מוז זיין נאכמערער, ווארום ס'איז דאך לו ברא ”הקב"ה דבר אחד בעולמו” לבטלה וויבאלד אז דער אויבערשטער האט באשאפן א יכולת אז ס'קען זיין, איז דאס גופא א הוכחה אז ס'מוז זיין, ווארום אז ניט איז מען מבלבל די סדרים פון דעם אויבערשטן במעשה בראשית,

10האט ער געוואלט אז אהינצו ס'זאל קומען לכל לראש טאקע דער מעשה הוא העיקר דערצו דארף מען דאך האבן לימוד וואס ”מביא לידי מעשה” אבער סיי אין לימוד און סיי אין מעשה,

11קען דאך ניט אנזען אין דערויף דער מעיין, ביז אז ס'קען זיין אז ער ווייס גאר ניט פון דעם מעיין, האט ער געוואלט אז אויך דער מעיין זאל אהינצו אנקומען, און אין וואס פאר אן אופן?

12ער זאל אנקומען אין אן אופן פון יפוצו וואס דאס באווייזט דאך אז דאס גייט מיט א שטורעם וואס דערפאר ווערט דאס פארשפרייט אין אן אופן פון הפצה.

13וואס בפשטות איז דער ענין פון מעיין פונקט ווי דאס איז אין משל דער מקור פון וואנענט ס'נעמט זיך דער נהר, דער טייך, און דערנאך וואוהין די וואסער קומט אפ, לכל אחד ואחת בביתו, איז

14זאל אהינצו אנקומען ניט נאר די מעשה, און ניט נאר ווי די נשמה סתם, נאר אויך דער מקור פון דער נשמה, די נשמה לא נשמתה ווי דאס ווערט אנגערופן אין זהר,

15אדער אין לשון המדרש, אז ”חמשה שמות נקראו לה נפש רוח נשמה חיי יחידה” וואס וויבאלד אז תורה זאגט אז נשמה האט פינף נעמן איז א סימן אז זי האט פינף פארשידענע דרגות איז דערפון דאך אויך פארשטאנדיק, אז דער מעיין פון נשמה איז דאס די דרגא הכי עליונה,

16וואס דאס איז די דרגא וואס זי ווערט אנגערופן בשם יחידה אז זי איז יחידה בעולמה אין דעם עולם ”קטן זה האדם” בדוגמא ווי דער עולם איז א ”יחיד בעולם” כפשוטו,

17ווי די גמרא זאגט אין ברכות אז ”מה הנשמה ממלא את הגוף” איז אזוי ”הקב"ה ממלא את עולמו”, און אויך אין פארקערטן סדר ווי ס'שטייט אין מדרשים.

18האט ער אזוי געוואלט אויך אז די ענינים פון אידישקייט זאלן אנקומען ביז צו א אידן וואס ער געפינט זיך חוצה און אין וואס פאר אן אופן, אז דאס זאל אים דורכנעמען זיין ”מעשה דיבור ומחשבה”, אויך זיין נשמה,

19ביז צו יחידו שבנשמה ער זאל דאס טאן מיט דער טיפסטער איבערגעבנהייט און פילן, אז דאס איז ”חיינו ואורך ימינו” אף על פי וואס דערוויילע געפינט ער זיך חוצה און וויבאלד אז דאס שטייט אזוי אז מ'האט דאס פארלאנגט, איז דאס איז פארלאנגט געווארן פון א ”מנהיג ישראל”,

20וואס ער האט זיך אפגעגעבן אויף זיין א מנהיג צאן מאריתא אויף ענטפערן אידן אויף זייערע שאלות, און פירן זיי בדרך הישר, איז דאך דערפון פארשטאנדיק, אז ער וועט פריער זיך גוט מתבונן געווען אין תכונת הנפש ווי אזוי מ'דארף צוגיין צו יעדערן,

21און וואס יעדערער האט פארמאגט, און ווי אזוי מ'קען צו יעדערן דערגרייכן, ביז אין זיין מעיין שבנשמה איז דאס גופא א הוכחה, וויבאלד ער האט דאס דערנאך פארלאנגט, אז יעדער איד,

22אפילו וואס לעת עתה, מאיזה סיבה שתהי' געפינט ער זיך אין חוצה קען ער בשעתא חדא וברגעא חדא קען ביי אים אויפגעשטורעמט ווערן דער מעיין וואס ביי אים איז,

23דער באור מים חיים וואס איז דא בא יעדער אידן, און דאס זאל ביי אים ארויס ביז אין א מעשה בפועל אין א וואכעדיקן טאג, כאמור, בשעתא חדא וברגעא חדא און ווי דער משל פון דעם בעל שם טוב,

24אז אידן ווערן אנגערופן בשם 'ארץ חפץ' אז פונקט אזוי ווי אין ארץ כפשוטה, אין ערד, געפינט זיך דאך כל דבר טוב ויקר, נאר וואס דעס איז אן אונטערשייד צי דאס געפינט זיך על פני הארץ, פון אויבן אויף, אדער מ'דארף גראבן א ביסל, אדער מ'דארף גראבן טיף.

25ס'איז אבער א זיכערע זאך, אז אויב מ'וועט גראבן וויפל מ'דארף וועט מען צוקומען צו דעם באור מים חיים ביז צו דעם מעיין וואס דאס איז דאך על פי דין,

26דער ענין העיקר פון מים חיים איז ווען דאס איז פארבונדן מיט א מעיין, וואס אט דעמאלט קען מען דאס ארויסברענגען פון די טיפעניש וואס ס'איז ביי אים ניט געווען בגלוי אזויפיל צייט, אז בשעתא חדא וברגעא חדא זאל דאס ביי אים שטיין אין אן אופן פון הפצה.

27און ווי גערעדט כמה פעמים, בשעת מ'דערמאנט א זאך וואס האט געטראפן מיט ידן צוריק, על-אחת-כמה-וכמה מיט דורות צוריק, און מ'זאגט אז על-פי תורה איז מותר נעמען די צייט פון 'לימוד התורה' און אפגעבן דאס אויף זכרי ימי קדמס אויף

28דערמאנען זיך וואס ס'האט געטראפן אמאל איז דאס גופא א הוכחה, אז דאס גייט אריין אין כלל פון שימושו של תורה, וואס דורך דעם ביטול לפי שעה פון 'לימוד התורה' האט מען דורך דעם שימושו של תורה דערנאך כמה פעמים ככה

29עאכו"כ אן ענין וואס איז פארבונדן מיט א אידן וואס כפשוטו איז ער געווען כולי אור ווי אויך מרומז אין דעם נאמען זיינען,

30וואס דאס איז 'שני אור' און ווי די נשיאים שבדורו, ובדורות שלפניו, האבן דאס אויסגעטייטשט, אז תורה איז דאך אין אור אלא תורה איז אין תורה דא די נגלה דתורה 'ופנימיות התורה',

31און אט דאס איז געווען דער ”שמו אשר עיקרו לו” דער נאמען מיט וועלכן מ'האט אים גערופן, דערפאר וואס דאס איז געווען זיין עצם און זיין חיות, אויך בעלמא דין,

32וואס דא איז דאך געווען דער ארט וואו מ'האט אים אנגערופן מיט דעם נאמען איז דאך א זיכערע זאך, אז די כוונה בזה איז, אז פון דעם זכרון זאל אראפקומען אין 'לימוד התורה' און אין 'קיום המצוות',

33בא די וואס זיינען זיך משתתף פון זיי זאלן זיין אין אן אופן אז ס'זאל זיין 'נרות להאיר' פון זיי זאל צוקומען לכל הנמצאים בסביבתם, צו די אלע צו וועלכן זיי קענען דערגרייכן,

34אז אויך דארט זאל דאס זיין אין אן אופן פון א מעיין, ביז אז דאס זאל צוקומען צו חוצה וואס ס'איז ניטא שוין ווייטער דערפון, אויך דארטן זאל זיין דער מעיין, און אט דאס וועט אראפברענגען די גאולה הפרטית פון די אלע צו וועלכע דאס ווערט דערגרייכן, אז זיי זאלן נגאל ווערן פון די ענינים המבלבלים צו אידישקייט,

35ובפרט צו 'לימוד התורה' וצו 'קיום המצוות', און פון דער גאולה פרטית צו דער גאולה כללית פון אלע אידן אז בקרוב ממש זאל זיין דער 'קאתי מר דן מלכא משיחא' וואס יגאלנו ו”יוליכנו קוממיות לארצנו”, ובעגלא דידן.

Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions