עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-0bpaj7zj

kind
paragraph
order
4H
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
דורך זיין זאגן טוט אויף, אז ס'ווערט א התגדלות אין דעם אויבערשטן, און נאך מערער, ניט נאר אן ענין פון התגדל, וואס כפשוטו איז דאך דאס אן ענין של כמות, נאר אויך ווי התקדש, וואס דאס איז אן ענין רוחני, אן ענין של איכות, און דאס איז געבונדן מיטן אויבערשטן, ניט סתם ווי דער אויבערשטער איז בורא עולמות, וכיוצא בזה, וואס דאס איז דאך שוין אויך באין ערוך צו כל סדר השתלשלות, וואס ביאת העולמות איז דאך דוקא מצד דערויף וואס לא קדמו לו סיבה ואילה, חס ושלום, נאר מיט וואס פארבינדט ער דאס? אזוי ווי בא דעם אויבערשטן איז דא שמו, און אין שמו גופא איז דא כמה דרגות, ביז וואנענט אז ס'איז דא שמו רבא, איז אט דער שמו רבה וואס איז פארבונדן מיט עצמות ומהות, איז בשעת ס'קומט אין פארבינדונג מיט א מאורע פרטי פון אן איש פרטי און מיט א קליין קינד שהגיע לחינוך האט ער בכח, ווארום דאס האט ער געזאגט אזוי תורת אמת, וואס זי איז אויך תורת חיים, דוקא צו נשמות בגופים, בעולם הזה הגשמי החומרי, אז אט דער זאגן וועט אויפטאן, אז דער שמו רבה פון דעם אויבערשטן וועט אין אים צוקומען אין אן אופן פון יתגדל און אויך פון יתקדיש. און דאס ווערט ניט אן בפשטות בכל תפוצות ישראל, הי'לא תהי'פארבונדן מיט אזא מין ענין, ס'קען דאך אויב אויך זיין פארבונדן, ס'איז דאך דא דער ענין פון עמידת קדיש דרבנן, אז דוקא אז מ'איז מוסיף אין לימוד התורה, און מ'מאכט דאס ברוב פיום, אדער ברוב עם, על כל פנים עשרה מישראל, וואס דאס איז דאך פיקודי הוי'ישרים ישמחו לאו, בפרט נאך אז דאס איז פארבונדן מיט א פארבינדונג און א התאחדות פון עשרה מישראל, וואס דער ענין פון א מנין איז דאך ניט סתם אז ס'קלייבן זיך צוזאמען
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions