transcript · אידיש
טקסט
טקסט ממוחשב שטרם נבדק בידי אדם - אין לצטט אותו כדברי הרבי.
¶1וואס דאס קומט אויך בהמשך צו מבצע חנוכה בתוככי פון כל המבצעים, וואס ענינם איז דאך בפשטות, אז מ'זאל זען אז יעדער איד זאל מקיים זיין די אלע ענינים מיט די אלע ענינים וועגן וועלכע ס'רעדט זיך דער תוכן פון די מבצעים, אנהויבנדיק פון ענין שהזמן גרמא פון מבצע חנוכה,
¶2פון מדליק זיין נרות חנוכה מיט אלע ענינים וואס זיינען בכלל פארבונדן מיט חנוכה, 'הלל והודעה', הניסים מיט כל הענינים איז דאס אויך אין דערויף דער ענין אז ס'זאל זיין שמחה מה-דאך,
¶3אז אויף יעדער מצוה איז דער פסק דין גמור ומוחלט, אז ס'דארף זיין ”עבדו את הוי' בשמחה” ובפרט נאך ווי דערמאנט און מבואר בארוכה אין דעם פסק דין הרמב"ם ווי דערמאנט פריער אין סוף וחוסם פון הלכות לולב על אחת כמה וכמה אן ענין פון מבצעים, וואס דאס איז דאך מיוסד אויף דעם 'קיום המצוה',
¶4”ואהבת לרעך כמוך” איז פונקט אזוי ווי ער איז זיך משתדל בהנוגע לעצמו דארף דאס זיין כמוך אויך מיט רעך וויבאלד אז ”ואהבת לרעך כמוך”.
¶5וואס דערפאר גייט ער אויפן מבצע פון אהבת ישראל, און מבצע חינוך, ביז אלע מבצעים, ובענין שהזמן גרמא אין דעם מבצע חנוכה.
¶6אין דערויף גופא קען דאך אבער זיין דער ענין השמחה ביי אים ערגעץ וואו באהאלטן, ווארום ער גייט און שרייט צו זיך אליין ”המעשה הוא העיקר”.
¶7איז במילא דארף ער אויספירן אז דער צווייטער איד און א דריטער איד און אלע אידן ארום אים זאלן מקיים זיין כל מצוות חנוכה, אנהויבנדיק פון הדלקת נרות חנוכה.
¶8קען אים איינפאלן, אז אט דא איז דער וועג פון לעולם ירגיז ער וועט באווייזן אז פנים זהפות און באווייזן אז ער איז ניט צופרידן וואס ער דארף זיך מיט יענעם מטפל זיין, יענער האט געדארפט אליין וויסן דעם קומען צום שכל וכיוצא בזה,
¶9על אחת כמה וכמה אויב דאס קומט נאך אראפ נאך אין א שטיינגרן אופן וכו איז דאס היפך ההנהגה בכלל צווישן איין אידן מיט א צווייטן, ווארום ”ואהבת לרעך כמוך” איז אן ענין וואס ווערט אנגערופן 'כלל גדול בתורה',
¶10און ווי דער אלטער רבי בספרו תניא קדישא פרק לב, שרייבט ער אויף דערויף, אז דאס איז ”כל התורה כולה” ברענגט אויף דערויף די גמרא ”כל התורה כולה וידך פירושו זיל גמראו וכו” איז דאך דאך נאכמער פארשטאנדיק ”ביתר שאת וביתר עוז”, גאר אויף פשוט"ע אותיות, אפילו פאר א פשוט שבפשוטים.
¶11אבער דא איז דאך ניט די כוונה צו מכריב זיין א דיבור, דער עיקר בנוגע לפועל, אז זיכער וועט מען זיך מוסיף זיין אינעם מבצע חנוכה בתוכיחי כל המבצעים, ”ביתר שאת וביתר עוז”, דארף מען וויסן זיין, אז חנוכה איז טאקע ענינה אור,
¶12און ”המעשה הוא העיקר” אז מ'זאל זען אז אין יעדער אידישע הויז ס'זאל אנגעצונדן ווערן נרות חנוכה, מ'איז געזאגט געווארן 'הלל והודעה' מיט ”על הניסים כל” עניני חנוכה.
¶13ועל דרך זה בכל המבצעים דארף מען אבער וויסן זיין, אז ”עבדו את הוי' בשמחה” איז אן ענין כללי און אן ענין יסודי און אן ענין עיקרי.
¶14ובפרט נאך ווי מ'זעט בפשטות, אז מ'איז מצליח שלא בערך מערער ווען מ'טוט אין די אלע מבצעים מיט א תנועה של שמחה, איידער ווי מ'טוט דאס אין אותי תנועה שתהי' אפילו אז אויך די צווייטע תנועה איז אויסגעהאלטן על פי שולחן ערוך.
¶15און אויב דאס איז אזוי בהנוגע לכל בית ”ולכל אחד ואחת מישראל”, וויבאלד אז ”אף הן היו ביתו הנס” איז דאך דאס אחת, בפרט נאך לויט פירוש רשיד אז ס'איז גאר דער נס געווען על ידי יהודיות, על ידי אשה ובת בישראל, איז
¶16אז מ'טוט אין דערויף בשמחה, ובשמחה וואס זי באלייכט זיין פנים, און אזא שמחה וואס זי באלייכט זיין דעם צוגאנג צו דעם צווייטן אידן מיט וועלכן ער רעדט, און באלייכט אויך ניט נאר דעם אופן הדיבור שלו, נאר אויך דעם אופן העשי' שלו,
¶17אין דעם אופן ההכנה שלו וכו איז אט דעמאלט איז מען זיכער, אז דאס איז פורץ זיינע גדרים, און ס'איז פורץ אויך די גדרים והגבלות צו דעם מיט וועמען ער רעדט און טוט, ביז וואנענט אז דאס ווערט איין זאך, אן מחיסות החס ושלום המפסיקות.
¶18וואס יעדער ענין פון פאראייניקונג פון איין אידן מיט א צווייטן ווערט דערפון א שמחה גדולה למעלה, כמובן פון דער תורה פון דעם אלטן רבי'ן אין דער מעלה פון א התוועדות, אז ווען א פאטער זעט אז זיינע קינדער זיינען צווישן זיך באחוי' ורעות,
¶19ס'איז א שמחה דאס איז מעורר, ביז וואנענט אז דאס איז מבטל כל ענינים בלתי רצויים, ווי ער איז דארט מבאר בארוכה אין דעם ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, געדרוקט שוין אין דעם בריוו פון נשיא דורנו, פון רבי'ן דעם שווער.
¶20און אויב הדברים אמורים בהנוגע צו מבצע חנוכה מיט יעדערן פון צווישן אידן, איז גדול ועד קטן, על אחת כמה וכמה אט די וואס געפינען זיך אין א מעמד ומצב מיוחד, וואס זיי דארפן האבן א תוספת אין שמחה,
¶21דערפאר וואס מצד מעמדם ומצבם איז בא זיי בדרך הטבע, פונקט דער הויפך פון שמחה, ווארום ער געפינט זיך בבית האסורים אדער בבית הרופאים רחמנא ליצלן וכיוצא בזה, איז דאך דעמאלט פארשטאנדיק,
¶22אויף וויפל דער ענין השמחה דארף נאך זיין ”ביתר שאת וביתר עוז” כדי פועל זיין די שמחה למעלה ”ביתר שאת וביתר עוז”, וויבאלד אז מ'נעמט ארויס א אידן וואס בדרך הטבע וואס דאס איז דאך אויך 'בהשגחה פרטית',
¶23איז דאך אבער די דוגמא אויף דערויף איז דער חילוק ווי א איד גייט-צו דערצו, אדער ווי תורנוס רופות האט געפרעגט בא רבי עקיבן, וואס יענער האט געפרעגט, היתכן, דער אויבערשטער האט אים אוועקגעשטעלט אין אזא מעמד ומצב, שולחן ערוך האט גע'פסק'נט אז אים קומט אט דער און דער היפך השכר,
¶24און דו מישט זיך אריין מיט דיין שמחה און מיט דיין רחמים וכו איז דאך דער ענטפער אויף דערויף, אז דאס איז בדוגמא פון בנים לאביהם אז ווי דער פאטער זאל זיך ניט פירן בגלוי פארשאפט מען אים דעם גרעסטן עונג און סביעית רצון און מילוי רצונו,
¶25אז מ'קומט צוגיין און מ'איז ממלא די חסרון פון דעם בנו, ביז במילוי הראוי לשמו, וואס דאס איז דעמאלט ווען ס'איז למעלה ממדידה והגבלה, אז דער צווייטער שטייט אין א מעמד ומצב פון שמחה.
¶26און ס'איז דאך א זיכערע זאך, אז מ'קען געפינען די אותיות ווי דאס צו מסביר זיין יעדערן און יעדערן אין וואס פאר א מעמד ומצב מ'זאל זיך ניט געפינען, אנהויבנדיק פון דער הסברה פון דער איינפאכער פירוש המילות אין ברכות השחר,
¶27וואס מ'זאגט אכצן אדער ניינצן אדער צוואנציק ברכות וואס מ'בענטשט דעם אויבערשטן בכל יום ויום וואס בענטשן איז דאך שייך דוקא אויף א ענין של שמחה, ובפרט נאך אז מ'בענטשט בשם ומלכות, איז דאך ניטא קיין ספק און ”ספק ספיקא אין” דערויף, ווי ער זאגט אין אגרת התשובה, מבאר בארוכה.
¶28עד"ז אויך דער מבצע מיוחד, אט די וואס געפינען זיך אין א מעמד ומצב וואס לכאורה דארף ער זיין אנגעשטרענגט, ווארום ער שטייט על משמרתו אויף להגן על הארץ ולדרים עלי' ווארום ער געפינט זיך אין צבא אדער אין תראו וכיוצא בזה,
¶29איז אויב ער וועט זיך פארנעמען און שטיין אין א תנועה שמחה, איז דאך לכאורה נעמט דאס אראפ פון שימת לב, למלא תפקידו, וואס דאס איז א תפקיד חיוני אויף להגן, ”כאמור, לארץ ולדרים” עלי
¶30וויבאלד אבער אז ”תורת אמת”, וואס צוזאמען דערמיט איז תורת חיים, הוראה בחיים, זאגט אז אויך זיי דארפן מקיים-זיין די מצוות, און 'קיום המצוות' שטייט אויך אויף זיי, ואדרבא, מכל-שקן וקל-וחומר,
¶31”עבדו את הוי' בשמחה”, כולל אויך די מצות פון 'נר חנוכה', ואדרבא מצות 'נר חנוכה' על אחת כמה וכמה ווארום מ'צינדט איר זמן הדלקה איז דאס ”משתשקע החמה” אז די וועלט איז פינצטער, און א איד מאכט ליכטיק, על פתח ביתו און אויך מבחוץ.
¶32ביז וואנענט אז דאס דעס גרייכט בשוק, און ביז וואנענט איז ”קלי ריגלי דתרמודאי” ווי גערעדט פריער בארוכה.
¶33איז דאך אט די שמחה וואס זי איז פארבונדן מיט א מצוה, וואס א מצוה איז דאך רצונו של הקב"ה איז זיכער אז דאס וועט ניט נאר ניט ממעץ זיין אין דעם עילוי התפקיד וכו נאר אדרבא דאס וועט נאך מוסיף זיין אין דעם טיפול עליהם איז מסב אל תחד ”בגדול זרועך ידמו כאון” און
¶34ווי מ'ווייס דאך אויך פון סיפורים בפועל ווי אזוי ס'איז געווען אין שנה שעברה, אז בשעת מ'האט דערזען מצד השני אז ס'איז עפעס דא א באזונדערע באוועגונג, און צינדן זיך אן ליכטלאך,
¶35איז געווארן דארט א פחוד והלך ביז וואנענט אז מ'האט געשיקט 'מרגלי חרש' אויסגעפינען וואס איז דאס, צו וואס גרייט מען זיך, און וואו וועט מען אנפאלן, און ווי אזוי דארף מען מגין זיין אויף זיך דער צד שכנגד.
¶36און בשעת מ'האט אויסגעפונען, בדוגמא ווי דערמאנט פריער בא פריערדיקע התוועדות פון דעם מדרש, אז דאס איז, אז דשם עוז לעמו יתום אז דער אויבערשטער גיט איצטער תורה צו אידן, כולל אויך די שבע מצוות וואס זיי זיינען מדוברי סופרים ווי ער זאגט אין אגדת הקודש, אז זיי זיינען אסיפים הסתפות פון די ת' ג' מצוות,
¶37און ווי די גמרא איז דאס אויך מבאר, אז מ'זאגט אשר קדשנו במצוותיו וצונו היכן צונו מיט די ביידע אפטייטשן סיי א מצות עשה סיי א מצות לא-תעשה, ווי מ'איז מבאר דאס בארוכה אין שעס און די מפרשי השער איז
¶38אט דעמאלט, אט די שמחה איז נאך ממשיך ווי כסיום הכתוב, אז דו שם ”יברך את עמו בשלום” דאס ברענגט צו אן אמת'ן שלום, אז ס'איז גאר מלכתחילה קיין מלחמה ניטא,
¶39ווארום אידן גייען על פי התורה, און פירן זיך על פי התורה, און חנוכה צינדט מען, חנוכה ליכט לך ”משתשקע החמה” און מ'צינדט דאס אז דאס זאל זיך זען בחוץ,
¶40איז אט דעמאלט ”קליא ריגלא דתרמודאי” ס'ווערט אינגאנצן בטל אלע-ערליי תוצאות פון רגל, ווי א המשך פון השלחות, ווי מ'רופט דאס דארטן אן, וואס ס'קען זיין פון תרמודאי פון מרידאי רצון ה תרמוד אותיות מורדת כמדובר לעיל כמה פעמים.
¶41און אט דאס איז מאיר חשכת הלילה כפשוטה, ווארום מ'זעט דאס 'בעיני בשר', ביז אז דאס איז במכל-שכן וקל-וחומר מאיר חשכת הלילה ברוחניות, וואס דאס איז דאך ”נשתלשלו מהן” דער ענין הגלות,
¶42און דער ענין הגלות הפנימי ביים כל זר אשר בקרבך און ס'איז מאה דער אור הוי דער ”נר מצוה ותורה אור” אין פנימיות הנפש, אין
¶43פנימיות הנשמה, ביז אז דאס נעמט-דורך און דאס איז מאה און דאס באלייכט אויך די נגלה פון דער נשמה, די גייא שבנשמה, ביז אז דאס באלייכט חלקו בעולם, ביז אז דאס באלייכט די גאנצע וועלט, ביז אז דאס באלייכט אין אן אופן פון ונלבו גויים רבים בפועל, נאך אין די לעצטע טעג פון גלות.
¶44און דאס איז דער איינציקער וועג וואס ס'איז מלכתחילה ניטא קיין מלחמה, ווארום ס'איז ”בגדול זרועך ידמו כאון” און פון דעם אבן מאכט מען דערנאך דער ונלבו עליך א הכנה צו ”מלכים אומניך ושרותיהם” מניקותיך ביז דעם אבן ווי ער דערמאנט אין סיום אויף תורה,
¶45וואס דאס ברענגט דעם מעמד ומצב, אז לא ”בחיל כיום ברוחו” יאמר הוי' צבאות בקרוב ממש בביאת משיח צדקנו,
¶46וואס אויף דערויף איז דאך מרמז אויך דער נאמען זרו בבל וואס ס'שטייט אין צוזאמענהאנג דערמיט אין דער הפטורה, און ווי דער אלטער רבי איז דאס אויך מבאר אין דרושי בהעלותך וועגן דעם מנורה בבית המקדש אז ס'איז דא ”מנורת זהב כולה” ”עד ירחה עד פרחה” איז ”מקשה אחת זהב” הוא דערפאר וואס דאס איז בבל,
¶47דארט איז צוזאמענגעמישט ירחה און פרחה און אלץ איז דאס ”מקשה אחת זהב טהור” ביז ווי מ'וועט דאס זען בפועל אויך אין מנורה כפשוטה, בבית המקדש השלישי, במהרה בימינו בעגלא דידן.
¶48לחיים.