פסקה
פסקה rh-0a2arfjf
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-e2beya14
- order
- V
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אין דעם נמשל, וואס דעמאלט איז דאך פארשטאנדיק בפשטות, אז דער איד ווערט א בעל דעה אויף כל הענינים שבעולם, על דרך זה אויך אין די הלכות וואס ער ברענגט אראפ אין דעם רמב עם פון שיעור פון ערב ראש-השנה, און אויך לאחרי זה אין שיעור פון ראש-השנה, און אויך דעם שיעור שלפני ערב ראש-השנה, ווי אזוי דעת האדם דוקא איז זי איז מכריע און זי שטעלט אוועק די מציאות הגשמית שאין תחתון למטה הימנה, אז אין אים דארף מען גאר באווארענען אז ס'זאל בלייבן בטהרתו ביז בקדושתו, כמובן וגם פשוט. וואס דאס איז די שייכות מיוחדה אין ליישר הלבבות, און נאכמער מעודד זיין יעדער אידן די כחות וואס אים איז געגעבן געווארן, אז ס'איז תלוי בדעתו ווי ס'וועט זיין דער מעמד ומצב פון כל הענינים העומדים בישותו, וואס דאס איז דאך כולל באמיתית המצב איז דאס כולל כל המציאות כולה, ביז אז דאס איז כולל כל סדר ההשתלשלות, וואס ער איז דאך השתלשל געווארן כדי ווי ער זאגט אין תניא, אז להם הוא ירידה מורי יתברך נאר ער איז השתלשל געווארן כדי א איד, על ידי מעשה ועבודתו, זאל ער מאכן א דירה לו יתברך בתחתונים דוקא. וואס דאס איז אויך קומט דאס דערנאך אראפ על דרך זה בכל אחד ואחת, ביז אויך אנשים ונשים, און אויך טף, וואס בשעת ער זאגט מודה אני לפניך מלך חי וקיים שהחזרת בי נשמתי ווערט דאס די התחלה פון דעם סידור השוה לכל נפש, מ'פארבינדט דאס מיט שויתי הוי'לנגדי תמיד, וואס דאס איז דאך די התחלה פון דעם טור, און אויך אראפגעבראכט אין הגהות הרמה, אין די התחלה פון שולחן ארוך, ביז ווי דאס שטייט בפשטות, אז ביי א קינד גלייך ווי ער ווערט געבארן פארבינדט מען דאס מיט שיר המעלות
- proofread
- 0