transcript · Yiddish
Text
Machine text not yet checked by a person - do not quote it as the Rebbe's words.
¶1דאך דעם כלל וואס דער אלטער רבי הויבט זיך אויך אן מיט דעם פסוק, דעם צווייטן חלק פון תניא, וואס ווי חסידים דערציילן, איז לכתחילה געווען א קא סלקא דעתך, אז דאס זאל זיין די התחלה פון ספר התניא, שער היחוד והאמונה, הויבט ער דאך אן די הקדמה מיט ”חנוך לנער על פי דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנו”.
¶2וואס דערפון איז דאך פארשטאנדיק, ובפרט נאך ווי ער טייטשט דאס דארטן אפ באריכות, אז צו וואס פאר א מעלות ומדריגות ער זאל דערנאך ניט צוקומען, און ווי הויך ס'זאל דערנאך ניט זיין דער יזקין איז אלץ נוגע און ס'פועל'ט דער אופן החינוך וואס ער האט באקומען ווען ער איז נאך געווען אן ער.
¶3וואס דערפאר דארף מען דעמאלט האבן די השתדלות אין אזא אופן, ניט נאר לפי מעמדו פון דעם נער, איז בזמנו הוא אין יענע צייטן און אין זיין תקופה, אדער אין די שנים הקרובות, נאר מ'דארף אויך באווארענען, ביז די יארן וואס ער וועט דערגרייכן זקנה, און ווי הויך די זקנה זאל ניט זיין,
¶4זאל דאס דעמאלט באווארנט זיינע ענינים אין דעם אופן החינוך וואס מ'גיט אים ווען ער איז נאך אן אר.
¶5וואס על דרך זה איז אויך מובן אין די ענינים וואס מ'האט גערעדט פריער, אז ענין פון תורה און עבודה און גמילות חסדים איז דאך דאס כולל ”כל התורה כולה”, ווי דער מהרשא און דער רשב א איז דאס מפרש בארוכה, אז דאס איז די ג' כוין,
¶6שעליהם ”העולם עומד” וואס דאס איז כולל די אופני הנהגה וסוגים פון תורה ומצוותי ”תורה עבודה וגמילות חסדים”.
¶7נאר וואס דען? אין דערויף דארף זיין כדי זיי זאלן אויפטאן די שליחותו בעולם, וואס די שליחות פון א אידן איז דאך ”אני נבראתי לשמש את קוני” במילא דארף ער דאך זען אז דער קונו זאל האבן כל הענינים, עאכו' כמה ווי ענינים ההכרחים.
¶8על דרך זה כביכול בנוגע צו דעם אויבערשטן, בשעת ער דערוויסט זיך, אז דער אויבערשטער איז ”שכינתא בגלותא”, און דערוויסט זיך, אז אידן אלס בניו של הקב"ה געפינען זיך אויך בגלות בין האומות,
¶9איז במילא איז דאך פארשטאנדיק, אז די ערשטע זאך, דער דבר הכרחי, אין דעם לשמש את קוני דארף זיין דער פדא ”אני לי ולבני מבין אומות העולם” אט דעמאלט איז ניט מספיק דער קיום התורה ומצוותי תורה וואס זיינען נכלל אין תורה וגמילות חסדים, ומתפלל,
¶10און תפילה נאר דאס דארף זיין אין אן אופן פון העותו וואס דער ענין פון עוסק, ווי גערעדט פריער בארוכה, איז דאך דאס אין די אלע פרטים ווי דאס איז אין אן עוסק כפשוטו, אז ס'איז ניט ווען דער עוסק איז פארמאכט איז אט דעמאלט איז ער מסיח דעת דערפון,
¶11נאר אויב ער איז א בעל עוסק אמיתי איז אט דעמאלט באכילתו ובשתייתו און אפילו בחלימו איז מראין לו מהרהורא לבו במשך כל היום כולו ליגט ער ווי אזוי צו פודה זיין ”לי ולבנים מבין אומות העולם”, במילא דארף ער האבן תורה און גמיך און מתפלל אין הציבור.
¶12ועל דרך זה אין אן עוסק איז דאך ניט מספיק, אז ער לייגט אריין אזו זבין וזבין תדרי עיקרא נאר ער דארף האבן א ריווח, וואס דאס איז דער ענין אז ניט ווי דער דבר אחד בלבד נאר ס'איז מוליד דער ”מבין דבר מתוך דבר אין לימוד” התורה באופן כך,
¶13ועל דרך זה אין גמילות חסדים איז ער די מעלה העליונה ”בזה, מטיל מלאי אלקיות” תלמידי-חכמים זאלן ווערן אויס נצרכים וסקוקים,
¶14ועל דרך זה בהנוגע צו תפילה איז ער אזוי מתפלל, אז אלע ארום אים הויבן אן מתפלל זיין, ביז אפילו עצי היהר איז אויך ירננו על ידי תפילתו הוא, וואס דאס איז אויך א פרט פון אן עוסק, נוסף אויך ווי די פרטים, ווי גערעדט פריער,
¶15אז אין אן עסוק דארף דאס זיין בשמחה ובטחון, אז ער וועט זיכער מצליח זיין, און ניט נתפעל ווערן אויב ס'קומט אן ניט אזוי לייכט ווי אים האט זיך אויסגעוויזן, ווארום ס'איז כדאי צוליב די רווחים.
¶16וואס אין די אלע פרטים דארף ביי אים זיין זיין 'לימוד התורה' און זיין 'קיום המצוות', וואס כללותם איז אין 'מצות הצדקה' וגמילות חסדים,
¶17און דערנאך דער ענין פון ומתפלל אים הציבה וואס דאס איז מעלה די תורה און די מצוות, דער סולם מוצא וארצו וראשו מהיגי השמיינל וואס דאס איז דער ענין התפילה, ווי ער זאגט אין מדרש, און נאכמער בארוכה אין די ספרים שלאחרי זה.
¶18און דאס איז די נקודה און די הדגשה, וואס ס'מוז זיין מיט חנוך לנער, און אויך על דרך זה אין דעם חינוך וואס מ'גיט די בנות.
¶19וכאמור, אז ס'איז כדאי יעדער הארעוואניע אין דעם, ווארום דאס איז נוגע ביז אין די זמנים וואס דער קינד וועט דערנאך זיין א יזקין איז דאס אויך דעמאלט דא דער רושם און די פעולה פון דעם חינוך וואס ער האט באקומען בנערותו.
¶20אז בשעת ער לערנט מיט אים תורה, איז ניט אז ער איז יוצא אזוי ווי ער דארף זאגן א שיעור במשך אזויפיל רגעים, אדער לערנען חומש במשך פון אזויפיל זמן,
¶21ועל דרך זה די שאר ענינו פון תורה שבכתב אדער תורה שבעל-פה, במילא האט ער ממלא געווען מלאכתו באמונה דערציילט די גמרא אין בבא בתרא אז ר' שמואל בן שילת ווען ער איז געווען בביתו וואס ער האט דאס ניט געזען צוועלף יאר,
¶22אזויפיל יארן נאכאנאנד האט ער געזאגט, אז זייענדיק דארטן האט ער געטראכט וועגן זיינע תלמידים וואס האבן זיך געפונען ”במקום אחר לגמרי”.
¶23וואס די גמרא דערציילט ניט גלאט אזוי סיפורים יפים דאס איז א טייל פון תורה, תורה מלשון הוראה.
¶24ועל דרך זה, אז מ'רעדט מיט א קינד און מ'איז אים מחנך אין גמילות חסדים און אין ”כללות ופרטות” ענין המצוות איז צום אלעם ערשטן דארף ער אליין באווייזן א לעבעדיקן ביישפיל.
¶25און דאס איז די הדגשה, ניט סתם א ביישפיל אז ער איז אויך א מקיים מצוות, נאר אז דאס איז א לעבעדיקער ביישפיל, אז ער טוט דאס מיטן גאנצן חיות און מיטן גאנצן שטורעם,
¶26און ווי מ'זעט דאך אויך בפועל, אז מ'וויל פועל זיין בא דעם תלמיד און בא דעם מקבל א בשטימטע מאס פון לימוד אדער פון קיום, פון פעולה וכיוצא בזה, דארף דער ביישפיל וואס מ'באווייזט אים זיין א סך שטארקער און לעבעדיקער, ווארום א תלמיד איז דאך ניט מקבל כל תורת רבו בבת אחת,
¶27דאס נעמט אים ערשט ארבעים שנה, ביז וואנענט קיים אדעתו דרבו על אחת כמה וכמה אויף איבערנעמען די כל ענינים פון נוגע צו לימוד און בנוגע צו הנהגה.
¶28על אחת כמה וכמה בנוגע צו ענין התפילה, וואס ס'שטייט דאך אין ספרים התפילה איז דאס בדוגמא פון דער ”חוט השדרה” שבאדם, וואס דער ”חוט השדרה” שטעלט-אויף, על-ידי חוליות השדרה,
¶29די אלע רמ חוברים 'ושסה גידים', אף על פי וואס דער ”חוט השדרה” אליין איז ניט נכנס במנין, מערניט ווי די חוליות השדרה אט אזוי איז דאך אויך לדעת כמה פוסקים איז דאך תפילה ניט במנין המצוות,
¶30אויב זי איז יא במענין המצוות, איז מערניט אז ווען ער האט א בקשה זאל ער דעמאלט מתפלל זיין, אבער ניט אלס אן ענין כללי איז דאס בדוגמא ווי אין רמ הורים 'ושסה גידים' איז ניטא די ”חוט השדרה”, ווערט ניט געציילט דער ”חוט השדרה”, אבער דער ”חוט השדרה”, כמבואר בספרו הטבעים, ווי ס'שטייט דער לשון, איז ער איז ממשיך
¶31זיין דער לעבעדיקער ביישפיל בהנוגע צו ענין התפילה, אין וועלכע ער דארף מחנך זיין דעם נער און די נערה, ביז אין אן אופן אז ער זאל זיין געזיכערט אז דאס וועט בא זיי בלייבן אין אן אופן וואס דאס וועט פועל זיין אין דער צייט וואס ”גם כי יזקין”.
¶32און אט דעמאלט זאגט מען, אז אט דעמאלט איז דאס פארבונדן מיטן פסוק פון ”פדה בשלום” און ווי גערעדט פריער, ווי דער אלטער רבי איז מדגיש פון דעם פסוק גופא דעם ווארט שלום אז בשעת ער לערנט אין אן אופן פון יוצא-וועג, ער לערנט אפילו מיט א חיות, אבער ער באווייזט ניט קיין לעבעדיקן ביישפיל,
¶33ער לערנט און וויל אים באווארענען מערניט ווי אויף די צייט וואס ער וועט זיך געפינען בכותלי החדר אדער א תלמוד-תורה אדער א ישיבה אט דעמאלט איז ניט נאר אז ס'איז ניטא דער ענין פון שלימות אין דעם לימוד און אין דעם חינוך, וואס דאס איז דאך איינער פון די אפטייטשן פון שלום, צי אפילו ניטא דער ענין פון דעם פשוט'ן אפטייטש פון שלום,
¶34ווארום ער לערנט אים ניט אין אן אופן אז ס'איז שלום צווישן אלע נטיות און צווישן אלע תכונות הנפש פון דעם תלמיד.
¶35כדי דער תלמיד זאל דאס אויפנעמען ווי ס'דארף צו זיין דארף דאס אויפגענומען ווערן סיי פון דעם כלי המעשה פון דעם תלמיד ער זאל פאלגן בפועל, פון כלי הרגש פון דעם תלמיד פון לב התלמיד ער זאל האבן אין דערויף דעם גפיל,
¶36און כלי המוח והשכל פון תלמיד ער זאל דאס פארשטיין עט ”מקום שיד שכלו מגעת”, און דערנאך זאל דאס דערגרייכן ביז אין כח האמונה,
¶37ווי אין ספירות די ספירת הכתר ער זאל וויסן בשכלו אז דאס קען מען ניט פארשטיין בשכל, דערפאר וואס דאס איז העכער פון שכל, דאס איז אמונה פשוטה פון דעם פשטות פון ”ה' אלקינו ה' אחד”.
¶38און בשעת מ'לערנט און מ'איז מחנך א קינד אין דעם אופן איז אט דעמאלט איז דער קינד לערנט און איז מקיים מצוות אין אן אופן פון שלוש.
¶39ניט נאר די יד איז מחלקת צדקה פון דעם קינד, נאר בשעת מעשה איז דער רגש שבלב פון דעם קינד האט א מיטגעפיל מיט דעם מקבל הצדקה מיטן עני,
¶40און דער שכל שבמוחן פארשטייט פארוואס ער דארף דאס געבן און ווי ער דארף דאס געבן, ובסבר פנים יפות וכו און דאס נעמט אויך דורך זיין כח אמונה, וואס ער איז מקיים, אשר קדשנו במצוותיו וצונו, אף על פי וואס אויף צדקה איז ניטא בדיבור דער ברכת המצוה.
¶41מאיזה טעם שיהיה אבער דער ענין איז דאך דא ואדרבא גדולת צדקה און שקולת צדקה מיט אלע מעלות וואס ס'שטייט אויף צדקה.
¶42און אט דעמאלט ווערט דאס בשעת ס'איז דא דער חינוך באופן כזה-אט דעמאלט ווערט דאס א חינוך אין אן אופן פון שלום ס'איז ”שלום בפמליא של מטה” בא דעם תלמיד, ס'איז ”שלום בפמליא של מעלה” בא דעם מלמד זיינעם און בא מחנך זיינעם,
¶43וואס ער איז מקיים שליחותו של הקב"ה, ”ושננתם לבניך אלו” התלמידים וואס ”שלוחו של אדם כמותו”.
¶44און אט דעמאלט ווערט ביי אים ווי דער אלטער רבי איז מדגיש דער שלום ויצאתו בשלום ומה' שלום און ”פדה בשלום” ער נעמט ארויס זיך און די תלמידים, און דאס פועל"ט אויך דערפאר איז דא ניו ”לבנים מבין אומות העולם” פון דער גאולה פרטית צו דער גאולה כללית, ובקרוב ממש ע'י משיח צדקנו.
¶45לחיים.