עברית
Library

Paragraph

Paragraph rh-05h5kzhx

kind
paragraph
order
Ag
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
און א נשמה פון א פיצל בישראל, און וואס מ'ווייס ניט וואס פון אים וועט אויסוואקסן, און נאך מערער, לויט דעם סיפור וואס מ'ברענגט אין מעשה פון רבי עקיבא בנוגע צו אמירת קדיש, רעדט זיך דאך דארטן דעם סיפור אז דאס רעדט זיך וועגן אזא וואס ער איז געווען גאר ווייט פון א גדול מישראל, אפילו ניט פון א בינוני מישראל, אפילו ניט פון א פשוט בישראל, וואס דא זעט מען אויף וויפל א פרט, און אן ענין פרטי פון דעם פרט, איז נוגע ניט נאר צו הקרובים אליו, נאר נוגע צו כלל ישראל, און נאכמערער ס'איז נוגע צו כל סדר ההשתלשלות, און אין סדר ההשתלשלות, ווי דאס איז פארבונדן ניט סתם מיט בראשית ברא אלקים, וואס דאך את השמים ואת הארץ איז דאך כולל כל סדר השתלשלות, ווי ער טייטשט דאס אפ אין זהר, אז דאס גייט אויף די עשר ספירות, און ערשט דערנאך ווערט דאס נשתלשל, ביז שמים וארץ גשמיים ותחתונים, כמדובר בארוכה כמה פעמים, און דערצו איז נאך דא וואס דאס איז וואס הלך לקלות לשם איז דאס איז געווארן די בריאת העולמות, דערנאך איז דא דער ענין פון שמו רבה, און נאך מער דער התגדל והתקדש שמו רבה, און דאס איז פארבונדן דערמיט וואס א פיצל קינד שהרגיע לחינוך, און מ'איז אים מחנך על פי דרכו טאקע, אבער ביחד עם זה ווי חינוך איז אנגעוויזן אין תורה, איז אט דעמאלט זאגט ער, און זאגט דאס על פי ציווי תורת אמת, אז דאס איז יתגדל ויתקדש שמי רבה, וואס דאס האט דאך אין זיך די ביידע אפטייטש, און ווי חסידות טייטשט אפ סיי דער ענין פון בקשה ותפילה, און סיי דער ענין פון הבטחה,
proofread
0
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions