פסקה
פסקה rh-043230gj
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-21s7dcns
- order
- TM
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- ערב פורים איז דאך אויך דער ענין וואס דעמאלט איז דא דער נתינת צדקה במיוחדה, און נתינת צדקה וואס איז פארבונדן מיט אוריאן תליתאי און עמא תליתאי, וואס דערפאר איז דאך דאס אויך די דריי ענינים, און דאס ווערט אלץ געלייענט אין די קריאה וואס ס'איז שוין געווען ביחד, אף על פי וואס דערנאך קומט דאס ארויס נאכמער בפרטיות ביום שלאחרי זה, אין דעם יום הפורים וואס התחלתו הויבט זיך שוין אן, וואס דאס איז דאך דער טעם וואס אין תענית אסתר עצמו איז אומרים תחנון בבוקר, אבער אין אומרים תחנון אין תפילת המנחה דערפאר וואס דאס איז שוין די התחלה, און א התחלה וואס קומט שוין ארויס און פועל'ט אין תפילתן של ישראל. וואס אין דערויף איז דאך אויך דא די ביידע דרגות, ווי מ'זאגט דאס אין דער הפטורה דער טרם יקראו ואני אענה, עוד הם מדברים ואני אשמע. וואס אין דערויף דארף מען דאך אויך האבן א הסברה, נאך דערויף ווי דער פסוק זאגט אז טרם יקראו איז ואני אענה
- proofread
- 0