פסקה
פסקה rh-03h1344p
- kind
- paragraph
- text
- טקסט rh-0rmxmcm4
- order
- 6t
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- אזוי ווי דאס איז ווי מ'זעט דאס בפשטות, ווי איר זעט דאס אויך אין אייער לעבן, אז פונקט אזוי ווי ס'איז דא זאכן וואס זיי זיינען די זעלבע זאך, חזר'ט זיך איבער אין יעדן טאג און אלע טעג, ווי עסן און טרינקען און ענלעכעס, איז דא אויך זאכן וואס טיילן אויס יעדער טאג פון אלע איבעריקע טעג, בדוגמא ווי מ'האט געזאגט וועגן גאנץ חודש אלול, וואס ער איז אויסגעטיילט פון אלע חדשים פון גאנץ יאר, אז דעמאלט איז דער מלך בשדה, און אזוי ווי דאס איז א חודש צווישן אלע חדשים אזוי איז דאס אויך א טאג צווישן אנדערע טעג. וואס אט דער טאג איז אויך אויסגעטיילט פון אנדערע טעג פון דעם יאר, און נאכמערער אויך אויסגעטיילט פון די טעג אפילו פון דער זעלבער וואך, כאטש אפילו דאס איז די זעלבע וואך. ווי אזוי קריגט מען ארויס פון וואנענט לערנט מען אפ אין וואס דער טאג איז אויסגעטיילט? איז דאך דאס ווי אלע זאכן וואס מ'לערנט אפ, לערנט מען דאס אפ פון דעם בוק וואס דער אויבערשטער האט געגעבן יעדערן פון זיינע סאלדזשערס און יעדערן פון אידישן פאלק וואס ווערט אנגערופן צבאות השם, אנהויבנדיק נאך פון גאר קליינע קינדער, ובפרט די וואס פירן זיך אויף ווי צבאות השם, צבאות הוי,"' ווי גערעדט מערערע מאל, וואס דער בוק איז דאס איז די תורה, וואס תורה איז דער טייטש אפלערנונג, און מ'זאגט אז דאס איז תורת חיים, דאס לערנט ווי אזוי מ'דארף זיך אויפפירן און וואס מ'דארף אפלערנען פון דעם לעבן, און דאס איז תורה אור, דאס גיט די זאכן ארויס אין א ליכטיקן אופן, איז וואנענט אז ס'ווערט קלאר וואס מ'מיינט דערפון.
- proofread
- 0