Paragraph
Paragraph rh-02vfhr2k
- kind
- paragraph
- text
- Text rh-p4teset1
- order
- Kf
- origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}- content
- קדושה, איז דא די ערטער אויף הר הבית וואו א איד טאר ניט אריינגיין אפילו נאכן חורבן, פונקט ווי ס'איז געווען בשעת החורבן, און זיכער אזוי, אין דעם ארט וואו ס'איז געווען דער בית המקדש, און דער אחת כמה וכמה דער קודש הקדשים, איז אט דארטן איז ווייס יעדער איד, ובפרט נאך קינדער, ווען מ'וועט זוכה זיין בקרוב און אלע אידישע קינדער, צוזאמען מיט אלע אידישע עלטערן, וועלן עולה זיין דורך משיח צדקנו אין ארץ הקודש, און דארטן גופן ירושלים עיר הקודש, וועט דאך זיין ערטער אויפן הר הבית, וואו ס'איז געבויט דער בית-המקדש, וואס אהינצו מעגן אריינגיין מערניט ווי כהנים, ובפרט דער ארט פון קודש הקדשים, איז ווי ס'שטייט אין חומש, אהינצו גייט אריין מערניט ווי דער כהן גדול, און מערניט ווי איין מאל א יאר, וואס דאס איז ביום הכיפורים אחת בשנה. און וואס דאס איז אויך פארבונדן וואס בשעת מ'גייט אריין אין קודש הקדשים, וואס דאס איז דאך דער הייליקסטער ארט אין דער וועלט, דארף מען אויך אריינגיין אהינצו דער הייליקסטער איד
- proofread
- 0