English
ספרייה
kind
paragraph
order
8
origin
{"by":"transcribe:whisper-local@chassidushub-whisper-v3"}
content
ווי דערמאנט פריער, פארענדיקן ווי כרגיל מ'וועט געבן יעדערן פון אייך א שליחות אויף צדקה, און יעדערער וועט זיכער אויך צוגיבן פון אייגענע געלט, אז ס'זאל זיין נאכמערער צדקה, און דער אויבערשטער זאל געבן נאכמערער פון זיינע ברכות, און האט שוין צוגעזאגט און פארשריבן און גע'חתמ'ט כביכול, אז ער וועט געגעבן אלץ מערער און מערער, אנהויבנדיק פון גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו. ועוד ועיקר, אז ס'וועט זיין דער תבוא אל הארץ בפשטות, און די שירה וואס יעדערער זינגט און לויבט דעם אויבערשטן בפשטות, אנהויבנדיק און מאכן אין דערויף אויך א התחלה על דרך ווי מ'מאכט די התחלה פון מאכן א שליח אויף צדקה, מאכן אויך א התחלה בפועל, דורך זינגען א ניגון וואס איז פארבונדן מיט די גאולה האמיתית והשלימה, און דערנאך אויך באקומען די שליחות אויף צדקה אין דריי מטבעות, איינע פאר זיך און די אנדערע צוויי, איינע אויף צדקה,
proofread
0
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים